קאמענטארן אויף זארעכ'ס היסטאריע באשרייבונג

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

קאמענטארן אויף זארעכ'ס היסטאריע באשרייבונג

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג מאי 29, 2007 12:38 am

אזויווי ער האט פארשפראכן, אז ער גייט ציען דעם ארטיקל, און דערווייל זעט אויס ווי ער האלט דערביי, מיין איך אז ס'וואלט געווען פאסיג, צו עפענען אן עקסטערן אשכול, אויף באמערקונגען, כדי אז שירוץ הקורא, וואס וויל דוירך ליינען היסטאריע.

זארעכ, מיר ווארטן מיט שפאנונג, אויף דאס קומענדיגע, ס'זעט אויס אז ס'גייט זיין גוט. שכוח פון פראנאויס.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מאי 29, 2007 12:47 am

יישר כח איך-הער פארן גרינדן דעם קאמענטארן אשכול (הגם דער קעפל מעג געטוישט ווערן, ווייל מען רעדט נישט פון זארעכ'ס היסטאריע, נאר זיין באשרייבן דאס היסטאריע פונעם ראש קהל'שאפט אין קרעטשמע), לכבודך וועל איך דא אריינשטעלן וואס איך האב געשריבן אינעם אריגינעלן אשכול (וואס מעג - אגב - געלינקט ווערן אהער, וכן להיפוך, פון דא זאל ווערן געלינקט אהין), און אראפגענומען כדי נישט צו שטערן די ליינער וואס ווילן לויפן דערין (כלשונך: כדי אז שירוץ הקורא).

וזה לשוני:

זארעך;

אויב איך מעג דא אריינהאקן (און אויב נישט - וועל איך עס אליין פארמעקן) מיט איין ווארט:

נאסטאלגיע!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג מאי 29, 2007 1:12 am

כדי לקיים מצוה לשמוע, על איך לאזן וויסן דעם עולם אז די קאמענטארן זענען אויף דעם אשכול.

די צווייטע העלפט לאז איך איבער פאר די מנהלים. (אז דו ווילסט טוישן טויש דעם קעפל ווי אזוי דו האלטסט אז ס'איז בעסער, איך האב עס שוין איינמאל געטוישט.)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג מאי 29, 2007 10:43 am

זארעך; היות כ'ווייס נישט אויב עס איז אנגעקומען די אישית צו נישט, וועל איך עס דא איבער שרייבן (אן די קאמפלימענטן).

ביטע שרייב די גאנצע זאך אין איין אשכול, אפילו די זאכן וואס האט נאר מיט די וואלן, עס וועט זיין א פיס אפ ארט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג מאי 29, 2007 1:30 pm

יאנאש, קרעמער, יאכער, כאב אביסל ווידער געטוישט ס'קעפל..

און אזוי ווי קרעמער, זאגט, אפילו כ'בין דאך נישט געווען דא ס'גאנצע צייט, אבער נאסטאלעגיע איז עס.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג מאי 29, 2007 1:41 pm

זארעכפעפער,
אויב איך מעג מיך אנרופן,
ביסט זייער א טאלאנטפולער שרייבער, כמותך ירבו.
לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:25 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג מאי 29, 2007 6:03 pm

איך הער, ארבעטסט ווי א ריכטיגער סעקרעטאר! א ישר כח פארן מיר גרינדן דעם אשכול, און לאמיר טאקע הערן די קאמענטארן וואס מען האט צו זאגן דערויף.

יאנאש, איך הער וואס דו זאגסט, אבער כ'מיין אז ס'געווענד זיך אינעם תוכן וואס איך וויל שרייבן. מעגליך אז דער אויספיר צו וואס איך וויל צוקומען דארף געשריבן ווערן דארט.

בני-הכלא, קודם שלום עליכם א איד, מאכט אייך באקוועם און ווערט טאקע פאררעכנט אלס איינער פון די בני הכלא דהני חבורתא דקרעטשמתא. דערנאך א יישר כח פאר אייער קאמפלימענט.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג מאי 29, 2007 6:39 pm

זארעכ,

וואונדערבאר.

כ'מיין אז נאך דיין גאנצע ארטיקעל קענסטו געווען למפרע אפגעבען דיין שטימע אויף די פארגאנגענע וואלען.

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » מיטוואך מאי 30, 2007 9:46 am

אויב איז אמת אז מען דעליווערט דעם "דער איד" און "דער בלאט" אין הימל, שפיר איך זיך אווי ר' ליפא פריעדמאן ז"ל שפירט זיך אסאך מאל......

און..... ס'איז נישט גרינג...... העי יו! לאך מיך נישט אויס ווייל דו האסט נאך נישט געשפירט וואס דאס מיינט!.....

איי איי.... ס"איז נישט גרינג, ס'איז נישט גרינג...... איר קאנט זיך נישט פארשטעלן וויאזוי דער מת שפירט זיך ווען ער הערט די הספדים אויף זיך ביי דער לווי'.... איך האב שוין געשפירט א טריפקעלע דערפון....

זארעכ, לאמיך דיר קודם זאגן א קאמפלימענט וואס חברי היקר רבי קרעמער זאל זיין געזונט האט דיר שוין כמה פעמים געזאגט לעצטנס, און אלץ איינער וואס האט מיטגעהאלטן דיינע שריפטן פון דיין סאמע ערשטע טריט אין די קרעטשמע, תחת כל שמות וניקים, שפיר איך אז איך מוז דיר דאס אויך זאגן: מען קען זאגן מיט א פולן מויל אז דו האסט זיך ערווארבן אין די תקופה נישט נאר אלס זעלטענער 'שרייבער' מיט הומאר און געשמאק, נאר אויך אלס ריכטיגער ערפארענער 'שריפטשטעלער' במלא מובן! אזאנס!... א ריכטיגער היסטאריקער!.....

אוי... און די צווייטע זאך.... יא..... וואס זאל איך דיר זאגן..... נאסטאלגיע..... אוי..... גלייב מיר אבער לאך נישט.... איך פארוויש א טרער...

עניוועי!..... קיפ איט אפ זארעכ'ל!..... יישר כח, ס'איז א מייסטער שטיק!....

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » מיטוואך מאי 30, 2007 10:14 am

זארעך, איך ליין און ליין, איך קוק איבער דיין באשרייבונג שוין צום 15'טן מאל (כאפ מיך נישט ביי קיין מיסטעיק לויט די מספר הצפיות, ווייל איך האב עס ארויסגעפרינט, און עס איבערגעלאזט אין מיין ביהמ"ד אויפן טיש..) דו ביזט הערליך שיין, אזוי מסודר, אזוי מיט אלע קלאפער געצייג.

כה לחי, וואונטש איך דיר, זאלסט לאנגע יארן קענען באשרייבן היסטוריא מיט דיין געשמאקן זיסן סטייל.

הצלחה

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מאי 30, 2007 10:52 am

זארעכ;
יעצט געענדיגט ליינען אלע פארזעצונגען ביז דא, און דו ביזט געוואלדיג!
איך קען נישט זאגן "נאסטאלגיע", ווייל כ'בין נאך דעמאלטס נישט דאהי געווען, אבער דו לייגסט עס אראפ מיט אזעלכע לעבעדיגע קאלירן אז איך שפיר כאילו הייתי שם.
איך ווארט אויף די ווייטערדיגע פארזעצונגען.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך מאי 30, 2007 11:55 am

זארעכ
ס'האט זיך געלוינט צו קאמפלימענטירן, אז מ'באקומט אזא ווארימע אויפנאמע פון אזא גרויסע פערזענליכקייט, אזוי ווי די פריערדיגע שרייבערס האבן שוין דאס אזוי גוט ארויסגעברענגט,
לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:26 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך מאי 30, 2007 11:59 am

יעקב אלי' בראך האט געשריבן:זארעך, איך ליין און ליין, איך קוק איבער דיין באשרייבונג שוין צום 15'טן מאל (כאפ מיך נישט ביי קיין מיסטעיק לויט די מספר הצפיות, ווייל איך האב עס ארויסגעפרינט, און עס איבערגעלאזט אין מיין ביהמ"ד אויפן טיש..) דו ביזט הערליך שיין, אזוי מסודר, אזוי מיט אלע קלאפער געצייג.

כה לחי, וואונטש איך דיר, זאלסט לאנגע יארן קענען באשרייבן היסטוריא מיט דיין געשמאקן זיסן סטייל.

הצלחה

אבער פארוואס האסטו עס געלייגט נעבן מיין טלת בייטעל, מענטשן האבן מיך געפרעגט וואס איך האב מיט די היימישע קרעטשמע

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מאי 30, 2007 12:12 pm

איך האף אז דו האסט זיי געענטפערט אז גארנישט...

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך מאי 30, 2007 2:24 pm

...נו, וואס שטייסטו דארט אין דער זייט און דו לאכסט מיר ווי א זיבעלע?... נו, הערסט נישט?... וויפיל מאל דארף איך דיר דאס זאגן?... וויפיל דארף איך מיך בעטן צו דיר?... נו, גיב מיר שוין אהער דארט דעם באקס טישוס!... נו, שנעלער!... זעסט נישט ער וויינט דארט?... נאדער יענטאאש... פארוויש דער דעם טרער קודם... דערנאך עמער שיין פארברענגען...
אהה... ב"ה שוין בארואיגט? ב"ה... ב"ה...

זאג מער פון "אלבערטן" רעדט מען כלל נישט אויף יענער וועלט? כ'מיין, מ'דערליווערט פאר ר' ליפא פריעדמאנ'ען אלא זיינע פירות א חוץ די מעשה ידיו פון זיינע אייגענע נטיעות?
אזוי צי אזוי, האסט קיין אנונג נישט וואס א פארגעניגן האבעך געהאט אז מ'רעדט פון מיינע שריפטן אויף יענער וועלט... אזש אז "יענטאאש" בכבודו ובעצמו איז מער אין חלום געקומען, זיך מער צו באדאנקען דערפאר... גלייב כ'אמעך אפי' אין וויסטן חלום נישט געחלומט אויף אזעלעכיגס... אהה... ווי געשמאק דאס אימער... אהה...

**
יעקב אלי':
איך מאך מיט דיר א בונד. אויב ס'טאקע אזוי גוט, זייזשע מוחל און צאל מער צוריק א גוטס... און אז דו וועסט געווינען זאלסטע מער אויך מהנה זיין מיטן צושטעלן זאפטיגע סחורה...
אפגעמאכט?
ווייסט וואס כ'על דער זאגן? נע... ס'פעלט נישט אויס... אפי' דו געווינסט נישט זאלסטע מער אויך ווייטער מהנה זיין מיט דיינע גלענצנדע ארטיקלען...

מאשקע, א ווי תמיד, א קאמפלימענט פון א "מבין", אפי' ס'נאר ברמיזה, איז צומאל מער ווערט מער ווי א גאנצע מגילה פון א שאינו יודע...

בני-היכלא, דעם ברוך הבא האב איך דיר געגעבן פשוט אלס מענטשליכקייט, ס'פשוט געווען דאס ערשטע מאל וואס מיר האבן געפירט געשפרעך דא אין דער קרעטשמע, אבער אצינד אז מיר זענען שוין באקאנטע, לאמיר דיר שוין זאגן: א תלמוד חכם וידען וואס איז נאך דערצו א גוטער שרייבער שרייבער איז א זעלטנהייט, און זעלבסט פארשטענדליך אז זיינע שריפטן טראגן אין זיך א באזונדערער געשמאק און חן, און אז מיר האבן דיך ביני עמודי דקרעטשמתא האבן מיר דעם כבוד נהנה צו זיין פון אטא דעם געשמאק...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מאי 30, 2007 11:24 pm

היינט האב איך די זכיה געהאט אז מיין פריינט ר' יענטאאש האט מיר אנגערופן אויפן טעלעפאן, און אויסגעדרוקט גרויס פרייד פון די היסטארישע באשרייבונגען פון זארעך, אין צוגאב צו דעם וואס ער האט שוין פריער געהאט געשריבן דא אויף די טישלעך/ווענט.

זארעך;

א באזונדערן דאנק פאר דיינע ארטיקלן, וואס א דאנק דעם האב איך געהאט די געלעגנהייט צו כאפן א געשמאקן שמועס מיט אן אלטן געשמאקן ידיד.

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 12:19 am

א הארציגן דאנק אייך הער זארעכפעפער, עס איז נישט בלויז היסטאריע פון ראש-הקהל'שאפט נאר אויך פון דער קרעטשמע בכלל. פילע דאנקען!
אגב, וואס מיינט דאס ווארט "דאנקען" וואס איר נוצט אינעם ארטיקל אפאר מאל:

אין א שיינעם טאג האט יענטאאש געמאלדן אז ער דאנקט פון זיין פאזיציע אלס "וויצע פרעזידענט".

נאכאמאל:
לערך אין אקטאבער 06', איז געקומען דער עפנטליכער מעלדונג פון יענטאאש'ן אז ער דאנקט לגמרי פון זיין סימבאלישע - וועלכער איז שוין דאן געווען א פאקטישע – פאזיציע


עס קוקט אויס אז איר מיינט "רעזיגנירן", אבער אין וועלכער שפראך זאגט איר דאס? איז דאס יידיש/ענגליש/פלעמיש?

און נאך עפעס אגב: דער יענטאאש לעבט נאך? (איך מיין צווישן די ווענט פון דער קרעטשמע)

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 11:49 am

צוויי גאר אינטערעס-ציענדע עניינים האבן געכאפט מיין בליק.

ערשטנס דאס ארטיקל פון ר' זארעכ'ן זעלבסט, איך באציה מיינע ווערטער בעיקר אויפן שרייבן-סטיל, פשששששש עפעס העכסט פראפעסיאנאל, סופער סופער! ממש זיך צו באלעקן מיט איטליכע זאץ. דאס איז שוין בנוסף צום תוכן פונעם אפהאנדלונג, מייסטערהאפט מסודר, און א שלל מיט ידיעות ארונטערגעבראכט. עס שרייט זיך מיר אויס פון טיפעניש, אוי! מי יתנני ירחי קדם!!! ווען עמער האבן ר' זארעכן צוריק ווי אין יענע צייטן.

צווייטנס, דער אשכול גופא אנטהאלט א זעלטן שטיק היסטאריע, נעמליך, די ערשטע באגעגעניש פון רבינו הגדול בני הכלא מיט מורינו ר' זארעכ'ן זז"ג, דאס איז בלי ספק א היסטארישע מעמד וואס איז ווערד צו באאבאכטן, די מערסטע איז מיר געווען אויגן-ציענד, דאס ביים ערשטן ברוך הבא האט דער בעל הפעפער נאך כלל נישט באנומען איבער וועם עס האנדלט זיך דא, און אים באגריסט כאחד מן השוק, בעת אז מ'וועט קוקן אין די ארכיוון פון די נאכפאלגנדע מאנאטן וואס די רבי האט פארבראכט ביינונז, דערקענט זיך אן אומגעהויערע שעצונג פונעם גאנצן ציבור כולל ר' זארעכ'ן בכבודו אליין, ווי אלע האבן אין א נמנו-וגמרו-אפמאך געקרוינט רבינו הגדול אלץ דער פאסיגער צו טראגן דעם טיטול.

בד"וו, האב איך מיר פאר א צייט צוריק אפגעמאכט ביני לבין עצמי, דאס מען מוז צוריק קערן דעם טיטול רבינו הגדול צו איר דינסט, און דערלאנגען פארן נעקסטן אין די רייע, וואס לדעתי הקלושה איז דאס נישט קיין צווייטער ווי ר' זארעך דמן פעפער ירום הודו, שכל רז לא אניס לי' וכו' וכו', כמו שאמרו על רבינו הגדול ז"ל, אבער לעצטנס נאכן אומקער פון רבינו דער בני הכלא ז"ל\זז"ג, בין איך אריין אין א שטיקל דילעמא, מצד אחד איז עס א גרויסן פרייד דאס מיר האבן דעם רבין לעבעדיג צווישן אונז, אבער מצד שני האלט ער אויף דעם טיטול אן דעם וואס איך בין פארזיכערט אז ער וועט כלל בלייבן צווישן די לעבעדיגע, אווי יענטאאש האט אונז סורפרייזד יענע וואך אראפקומענדיג ממקום מנוחתו צום עולם השקר, אדער ווי מיללער האט זיך אמאל אויסגעקעוועטשט "עולם הביצים" [אייוועלט] און דער יענטאאש ז"ל איז אין אן אויגנבליק צוריק צו זיין רוה-ארט. דאס זעלבע האבעך זיך געפארכט איבער רבינו הבעני. על כן האב איך מחליט געווען אז איך שטעל די זאך אויף א תנאי, וועט ער צוריק קומען געהעריג עמטליך איבערנעמען צוריק זיין פאזיציע, דאן איז ער ווערד דעם נאמען, אויב אבער וועט ער מאכן קונצן, און אריינקומען אזוי איינס אין א וויילע, דאן וועלעך אים מוזן פאנישן און צונעמען דעם גרויסארטיגן טיטול "רבינו הגדול" און דערלאנגען פארן קומענדיגן אין די ליניע וואס אין דעם פאל איז עס מורינו [רבינו הגדול-נאכנישט אין קראפט] ר' זארעך דמן פעפער שליט"א. נאר וואדען, ס'א שאד דאס רעדן, ווייל ווער פרעגט מיך דען???
אגב, אז מ'רעדט שוין פון יענטאאש, איז גאר אינטערעסאנט אנצומערקן אז אויך אין דעם אשכול איז פארגעקומען די זעלבע סארט תחיית המתים באזוך פון יענטאאש ז"ל.
שוין, דער עיקר זאלער זיין א גוטער בעטער.

[אגב, איז שוין לכאורה אויך פארענטפערט די יידישיסטן פראגע, און בנוגע דיין דיון וועגן דאנקען, אין "מעלות" נישט לאנג צוריק איז געשטאנען ביי "וואו איז דער מקור" אן אפשאצונג פון וואנעט דער ענין איז נשתרבב געווארן, און לענ"ד איז גאנץ מעגליך אז דער מקור איז פון דאנקן-הודאה גופא, ווייל געווענליך ווען מ'דאנקט אפ פון אמט, קומט דערמיט א דאנק-רעדע\בריוו פון: כ'האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט ענק וכו', ע"כ רופט מען שוין דאס גאנצע אויפן נאמען פון דאנקן, ענליכעס צו דעם קען מען טרעפן פול ביישפילן וויאזוי אידישע און אפילו לה"ק ווערטער ווערן געבויעט פון א פעולה וואס ווערט גראדע געטוען בשעת מעשה. -אריין אין שפראך פארום]

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 6:25 pm

אינטעליגענט
דא האט עס טאקע פאסירט, די געהויבענע באגעגעניש.... אה.. נאסטאלגיע..... מיינט אבער נישט אז איך הארך מיך נישט אונטער.... נאר וואזשע דען ווער בין איך דען אריינצורעדן ? אויף אזא פאל פלעגט מען זאגן אין מאראמאראש, נישט גענוג ביטער אז ער האט אונטערגעהארכט, דארף ער נאך אן ערקלערונג...

די ווארט דאנקן איז שוין געווען א לענגערס דא, מ'עט דארפן ווארטן אויף די מציינים, זרח קרעמער אדער מאשקע, ביי וואסערע ווארט אין חומש פלעגט דאס דער רבי טייטשן? אידישיסט טענה'ט דאך ביי פתרון און ביי הקהה, אז די רבי'ס זענען נאך די בעסטע מסורה ביי אידיש.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 6:44 pm

שוין, גענונג א ווייטאג אז איך האב דאן נישט מגיב געווען. ווי ביניך געווען? הא?! ווי ביניך געווען??!! כ'האב נישט קיין אנונג. כ'האב שוין עס שוין דאן געליינט אבער זעהט אויס אז איך בין שטארק פארגאפט געווארן דערפון און דאס האט מיך אפגעהאלטן פון שרייבן מיין יישר כח יענס צייט פאר זארעכ'ן.

מיר ווייסן דאך שוין היינט פי כמה וואס דער זארעכ פארמאגט אין זיך און וואס דער מענטש קען. עס איז שוין קיין ווינדער און איבעראשונג פאר א היינטיגע ליינער אז דאס האט זארעכ ווירקליך געשריבן און נישט עפעס אן אלטער היסטאריקער שרייבער, איינער וואס גיבט ארויס פארצייטישע ביכער וואס ווערן פארקויפט אין די מאסן.

עס איז טאקע אויפגעברענגט געווארן אין די גוטע צייט, יא, יעצט ווען עס גייען פאר די פיבערהאפטיגע קאמפיינ'ס צווישן די לעצט פארבליבענע קאנדידאטן.. און וואלן וועלן אפגעהאלטן ווערן קומענדיגע וואך נאכן ווערן אפגעשטיפט א וואך.

זארעכ, יא, נאסטלאגיע. און נאכאמאל, נאסטלאגיע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט