מתי יבוא ידו לידי...
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 4:50 pm
איינס פון מיינע ערשטע זכרונות אלס קינד איז געווען ווען מ'האט מיר געהייסן געבן יענם די האנט פאר שלום עליכם אדער מזל טוב. איך האב דעמאלס נאכנישט געוואוסט וויזוי מ'עסט עס האבעך ארויסגעשטעקט די לינקע האנט. "דער רעכטע האנט," איז געקומן דער שטרענגע באפעל פון דער עומד על גבי באותו הזמן, און איך האב שעמעוודיגערהייט ארויסגעשטרעקט דער רעכטע האנט, ווארטענדיג דער אנדערע (דער וואס ברויך זאגן עליכם שלום אדער ברוך תהיה) זאל אויך טון ס'זעלבע.
ווי אנטוישט בינעך געווארן ווען כ'האב געזען ווי יענער געבט מיר צוריק דער האנט אויפן פארקערטע זייט. איך בין נאכנישט געווען אזוי קלוג ווי היינט און מיט מיין יונגע שכל האבעך געמיינט אז יענער געבט מיר צוריק זיין לינקע האנט. ס'מיר געווען ווי א פראסק אין פנים על נפש עיפה, אמער איך מוז געבן דוקא די ימין פשוטה און יענער קען יוצא זיין מיטן יד כהה? כ'אנאך אין יענעם יונגן עלטער (טראכטס אריין א מינוט אין די צוויי ווערטער: יונגן-עלטער... עניוועי, צוריק, אין יענעם י.ע. האבעך...) טאקע נישט געוואוסט דעם לשוקודיש'דיגען אויסשפראך 'יד כהה' אבער דאס האבעך יא פארשטאנן אז דער רעכטע האנט האט א חשיבות, סאו פארוואס קומט זיך נישט מ'זאל מעך אויך דערלאנגען ס'רעכטע?
פון יענעם טאג און ווייטער איז א גרויסע חלק פון מיין קליינע מח שטענדיג געווען פארנומן לחשוב מחשבות ולטכס עצה (נאכאמאל: אן די לשוקודיש'דיגע אויסשפראך) וויזוי קענעך עררייכן דעם רעכטן האנט. צום ערשט האבעך געקלערט ווי שווער קענעס שוין זיין? נעקסט טיים מ'דארף געבן לחיים אדער שלום עליכם אדער וואטעווער על'עך תמימות'דיגערהייט געבן דער לינקע האנט און יענער וועט מיר מוזן צוריקגעבן זיין רעכטע (אדער ער וועט זיך נישט כאפן). רבות מחשבות בלב איש און צום סוף בלייבט מען חוזק. נאך עטליכע מאל טרייען האבעך מעך גאנץ שנעל איבערצייגט אז ס'גייט נישט אזוי. תמיד וועט מיין טאטע אדער רבי געבן דער באקאנטען באפעל, "דער רעכטע האנט," און איך ראצער קען נאר זוכה זיין צום לינקע.
כ'מוז מודה זיין אז אביסל האבעך פארשטאנען די פסק, ווייל ווי נישט ווי בדרך כלל האבעך אלס געגעבן מזל טוב אדער לחיים פאר עלטערע אידען, און למעשה אידאך יענסמאל נאך געווען איידער די עקבתא דמשיחא ווען חוצפא יסגי, און כ'האב פארשטאנען אז ס'קומט פארן 'טאטע' דער רעכטע האנט (עטס גלייבטס נישט? פרעגטס עניוואן העכער די 35 וועט ער ענק פארציילן ווי פארצייטענס הא'מער זיך נישט דערוואגט צו זיין חוצפה'דיג...). מיט דעם אלעם האבעך אבער תמיד געגלוסט אז כאטש איינמאל זאלעך האבן די זכיה מ'זאל מיר געבן דער רעכטע האנט, אבער ס'האט גארנישט געהאלפן, אלעמאל האב איך געמוזט דערלאנגן דער רעכטע האנט...
אפילו אויף מיין געבורטסטאג, ווען איך בין געווען הויפט מחותן, און דעמאלס בינעך געווען זיכער אז כאטש היינט גייעך באקומן דער רעכטע האנט, בינעך אויך געווארען אנטוישט. מיינע עלטערן האבן מעך שיין אנגעוואונטשן אבער נאר מיטן לינקע האנט.
ס'ז געווארן א שטיקל אבסעסיע ביי מיר - כ'וויל באקומן א רעכטע האנט! כ'האב איינמאל אפילו פראבירט צו געבן שלום עליכם צו א פעטער ווען מיין טאטע איז נישט געווען דארט, און שנעל אריינגעשטעקט מיין לינקע האנט, זאל ער מוזן געבן דער רעכטע, אבער אן ערפאלג! דער פעטער אליין האב מיר אויסגעבעסערט און פארלאנגט מיין יד ימין (כ'האב שפעטער אריינגעשפיגן אין זיין ארענדש דזשוס ווען ר'האט נישט געזען, באט פארציילטס נישט קיינם...).
מיט דער צייט האבעך מיך צוביסלעך צוגעוואוינט אז פון קיין עלטערע מענטשן גיי'עך נישט באקומן קיין רעכטע האנט, און כ'האב שוין מער ווייניגער שלום געמאכט מיטן מצב. דאס האבעך אבער נישט געקענט אראפשלינגן אז יונגערע קינדער פון מיר זאלן מיר געבן דער לינקע האנט. כ'געדענק איינמאל איז א פעטער געקומן צו פארן צום באבע תחי' אויף פסח מיט זיין משפחה. פארן פעטער זעלבסט און אפילו די עלטערע קאזינס האבעך ניטאמאל פראבירט צו מאכן קיין קונצן ווייל כ'האב שוין געקענט דעם פזמון און געוואוסט וויזוי ס'ענדיגט זיך, באט פאר מיין קאזין לייבי וואס איז צוויי יאר יונגער פאר מיר האבעך יא געטרייד מיין לאק בלע"ז. און...וואס קלערט עטס, א נעכטיגן טאג! זוי באלד ווי כ'האב אויסגעשטרעקט מיין לינקע האנט איז שוין מיין טאטע זז"ג געשטאנן ביי מיין זייט און אריינגעשריגן, "דער רעכטע האנט..." ווען בשעת מעשה דרייט ער מיט די אויגן און קוקט צום פעטער מיט א מינע וואס טייטשט זיך "וואס קענעך טאן, איך האבעם אנדערש מחנך געווען..."
יענס האט מיר שוין גוט געבאדערט אבער כ'אגעמוזט פארבייסן די ליפן און מאכן א שווייג. למעשה האבעך יענץ אויך פארענטפערט אז לייבי אי'דאך אונזערע גאסט מוזעך עים אויפנעמען שיין און מכבד זיין מיטן רעכטע האנט. איין זאך האבעך אבער געוואוסט אז ווען דער צייט עט אמאל קומן און איך וועל זיין צו גאסט אויף אן ארט, וועל איך שוין וויסן צו שטיין אויף מיינע רעכטן און פארלאנגן דעם רעכטע האנט.
ויהי היום, דער פעטער פון אויסלאנד האט חתונה געמאכט זיין עלסטע קינד, און מיינע עלטערן האבן מיר אויסגעוועלט מיט צו פארן מיט זיי. איבעריג צו זאגן (סאו פארוואס זאגעך עס? קשיא) אז כ'בין געווען זייער עקסייטעד פון די גאנצע נסיעה. ס'ערשטע מאל כ'גיי פליען אויף אן עכטע פלעין און קענען אראפקוקן פון אויבן. כ'אנישט פארשטאנען גענוי וויזוי מ'עט אריינפיטן אינם קליינם עראפלאן, באט מיינע עלטערן האבן מיר געזאגט אז ווען ס'ז אויפן ערד איז עס עכטיג זייער גרויס. כ'אנאך געהאט עטוואס ספיקות אין הארץ און כ'אגעקלערט כ'על שוין זען ווען מ'ז אין עירפארט.
עניוועי, טו קאט עי לאנג סטארי שארט, דער שפיץ פון מיין גאנצע עקסייטמענט איז געווען די ידיעה ברורה אז ענדליך וועלעך שוין זוכה זיין צו באקומן א רעכטע האנט!!! דורכאויס דער גאנצע צייט פון אימיגרעישאן און אינם קאר אריין אין שטאט האבעך קוים געקענט ווארטען צו טרעפן מיין קאזין און געבן שלום עליכם. ווי נאר מ'ז אנגעקומן אויפן אכסניא ביים פעטער (נישט דער מחותן [נד"ן]) און כ'האב געזען מיין קאזין בינעך צוגעלאפן מיט א שמחה און אויסגערופען הויעך "שלום עליכם" אויסשטרעקענדיג דערביי מיין לינקע האנט...און...וואס און? וואו און? און גארנישט! א מכה בדופן איזעס מיר געלונגען...מיין טאטע איז גלייך ארויסגעוואקסן פון אונטערן ערד (נאר א משל, נישט עכט) און אריינגעשריגן "דער רעכטע האנט!"
כ'האב געמיינט כ'פלאץ! גראדע האבעך טאקע געפלאצט - אין א געוויין. זוידיגע טרערן זענען גערינען פון מיינע אויגען און מיט בכיות האבעך געפרעגט "אבער איך בין עלטער און כ'בין א גאסט, פארוואס קען ער מיר נישט געבן דער רעכטע האנט?"
מיין טאטע און מיין פעטער האבן זיך אנגעקוקט איינער דעם אנדערן און צושמייכעלט...אין יענע מאמענט האבעך פארשטאנען אז כל זמן כ'בינאך א קינד וועל'עך צו קיין רעכטע האנט נישט זוכה זיין. אי'מער נאר געבליבן דעם איינם טרייסט אז זה הקטן גדול יהיה און כ'על נאך איין טאג אויסוואקסן א גרויסע טאטע, און דעמאלס על'עך מיר נוקם זיין אין אלע קינדער אין דער וועלט! קיין איינער וועט נישט באקומן פון מיר דער רעכטע האנט!
נער הייתי גם זקנתי...כ'בין שוין ב"ה א טאטע פון קינדער, הרי אני כבן שבעים שנה - זיי האבן מיר אנגעמאכט אסאאך ווייסע האר, אבער ולא זכיתי צו באקומען א רעכטע האנט...כ'קוק מיט קנאה אויף מיינע חברים וואס סאמהאו מענעדזשען זיי אלעמאל צו באקומען א רעכטע האנט...
אלזא, רבותי, טאמער טרעפן מיר זיך אמאל און איר געבט מיר שלום, טוט א חסד פאר א צובראכענע יוד און געבט מיר אייער רעכטע האנט...
--------
מכה בדופן שרייבט נישט קיין מוסר, אבער ס'ז לעצטענס געווארן דער סטייל אז אפילו הומאריסטישע שרייבר (למשל זאלץוואסער) ווארפן אויך אריין א מוסר השכל, על'עך אויך אויספירן מיטן נמשל (ב.ד.וו. דער משל איז ליידער אמת...).
היינט ווייסעך שוין אז יענעמ'ס רעכטע זייט איז אויף מיין לינקע, און ס'זעט נאר אויס פארקערט. ממילא אז מען וויל יענער זאל אייך געבן דעם רעכטן האנט דאן געבט עים אייער רעכטע האנט. איזהו מכובד המכבד את הבריות!