מיין בין הזמנים ווערטער ביך...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
yankelshister
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 7:05 pm

מיין בין הזמנים ווערטער ביך...

תגובהדורך yankelshister » מאנטאג מארטש 11, 2013 1:07 am

אזוי ווי בין הזמנים איז אט אט אונטערן טיר, און ווי נישט ווי דערקענט זיך עס שוין אין די בתי מדרשים, ווי די בחורי חמד וואס הארעווען על התורה והעבודה א גאנץ יאר, דזשוכענען זיך אויס זייער נערווען אויף מיין חשבון. האב איך מחליט געווען אז דעס יאר גיי איך כאטש אזויפיל בענעפעטירן, אז די אלע ניי געשאפענע טערמינען וואס ווערט געשאפן בין ספסלי הישיבה זאל צו מיר אויך אנקומען.
פאלגענד איז א שמועס וואס איך האב היינט (במזיד...) אינטערגעהערט צווישן צוויי טאטערס;


וואס טוט זיך לאנדא?
אה! גוט מארגן (11:30 פארטאגס) וואס זאגסטו באנדא?
באנדא; האסט געהערט אז געצי איז א חתן!
לאנדא; ניין! כ'האב פון גארנישט געהערט! מיט וועמען? דאס איז הייסע נייעס! קענסט מיר נישט שיקן א נאר'ישן טעקסט?!
ב; טוה מיר א טובה מאך דיר נישט תמ'עואטע!
ל; דו מיינסט אז איך האב נישט וואס בעסער וואס צו טוהן?! כ'האב פון גארנישט געהערט! ווער איז זיין מחותן?
ב; קענסט פרידמאן פון דריי און פופציג?
ל; יא! מיט זיין טאכטער?
ב; ניין, מיט זיין ברידער'ס א טאכטער!
ל; וועלכע ברידער, דער וואס זיצט אין ספינקא מקוה?
ב; יא יא!
ל; וואו! דו הרג'סט מיר!
ב; וואס איז?
ל; שוין, גארנישט! איך מיז אפגאפלען פון דא! טוה מיר א טובה און גאפל אפ!
(כאילו אונזער קטן שלא הגיע לחינוך איז מורא'דיג פארנומען... אינטערעסאנט אז א שעה שפעטער האב איך אים נאך געזען בייסען א האט קאפ...)

א ס"ה פון דעם קורצן שמועס = דריי נייע ווערטער אין מיין ווערטער ביך;

1) "הייסע נייעס" - איך האב געוויסט אז עס איז דא ברעכענדיגע נייעס, אבער הייסע נייעס?! וואס איז דאס פאר א גוט יאר?! וואס איז ווען דער נייעס ווערט באפאלן פון א שניי אינמיטען וועג... ווערט ער קאלטע נייעס? איז דא אזא מין מאכל בן דורסאי'דיגע געקאכטע נייעס?

2) "נאר'ישן טעקסט" - דאס איז שוין א העכסט סייענטיפישע אויסטרעף, וואס נאר א גמרא קעפל קען לכאורה צו קומען צו אזא מסקנה. איר הערט וואס גייט פאר?! איר האט דאך אלטס געמיינט אז אונטערן טעקסט איז אוודאי באהאלטן טיפע חכמה! איך האב פאר אייך (הייסע) נייעס! זעצט אייך אראפ... אטעמט אריין טיף... גרייט?!
דער טעקסט איז גארנישט מיט נישט! עס האט נישט קיין ברעקל חכמה!
איך כאפ נאכנישט פונקטליך די עמקות הדברים, אבער אין מיין קליין קעפל זענען שוין דורך געלאפען א גאנצע רייע חידושים וואס שאפט זיך פון דעם געוואלדיגן סייענטיפישן דורעכברוך. ער איז נישט קיין בר חיובא, ער קען נישט בלאזן קיין שופר, טרינקן ד' כוסות, עסן די כזיתים, שעפן מים שלנו, ועוד ועוד ואי אפשר לפרטם כי רבים הם! דאס איז אבער יא זייער וויכטיג צו באטאנען; פון היינט און ווייטער טרעפט אייך אנדערע ביזנעס קאנסאלטענטס!

3) "אפגאפלען" - דאס שטאמט לכאורה פונעם שורש גאפל. יא יא! דער אומשולדיגער גאפל וואס פיטערט אזוי געטריי די מענטשהייט. האט צו באקומען א פרישער דזשאב! ער גאפלט אוועק מענטשן -וואס זענען זייער פאריאגט און האבן נישט קיין צייט צו ערלעדיגן וואס זיי האבן אויף זייער קעפל- צו זייער דעסטענאציע וואו זיי ברויכן וויכטיג אנקומען!

אוי בין הזמנים זיסער! ווען עס איז ווען בידי גאפל איך דיר אוועק ערגעץ ווייט ווייט, צו א פלאץ וואו די קענסט רוהיג איבערדרייען און פירן מקוה קיפקעס ביז זייגער צוואנציג, און עסן פת שחרית -טאנא סענדיוטשיעס אום זיבענער אווענט!
שוין, לאמיר זיך אפשטעלען ווייל דאס בליט שטורעמט מיר אויף פון דעם בין הזמנים! און פארגעסט נישט;
עס האט זיך נאכנישט אנגעפאנגען...
יאנקל שיסטער איז גערעכט...

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17422
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מארטש 11, 2013 1:56 am

אה מזל טוב געצי דערייבערשטער זאל העלפן...

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג מארטש 11, 2013 2:03 am

מוז זיין דער יענקל שוסטער איז קוים וואס ארויס פון די ווינדלען... (אפשר נאך גאר דערינען) ער קען זיך נישט אפגעזעגענען פונעם בין הזמנים.
יענקל איך מוז אייך מעלדן די שווערע נייעס, אבער פאר טאטעס איז ניקס דא קיינע בין הזמנים!

יענקל גיי ארבייטן..
נעם דעם שווערן האמער און הייב אן האקען דעם אייזערנעם טעפ.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג מארטש 11, 2013 3:46 am

לאנדא האסט געליינט יענקל'ס סחורה אין קרעטשמע? ער איז הייסע נייעס, ס'גיסט זיך פון אים זאפטיגס איינס נאך איינס,
זאל ער מיר נאר נישט אפגאפלען אזוי שנעל פון דא, נאר אונז באגיסן נאך און נאך.

יענקל שוסטער ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מאנטאג מארטש 11, 2013 6:39 am

איך מיין ס'איז א טעות סופר נישט הייסע נייעס נאר פיינע נייעס, גיי הער איבער דעם שמואס....

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » מאנטאג מארטש 11, 2013 6:46 am

למעשה האט ער טאקע א שידוך געטוהן?
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג מארטש 11, 2013 8:45 am

גיי זאפארט ארויס פון די שיסטער ביזנעס. דו ביסט סך בעסער אין די שרייבן ביזנעס. האסט מיך געמאכט שמייכלן. יישר כח

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מאנטאג מארטש 11, 2013 9:36 am

א שיינעם דאנק, זיך גוט צושמייכעלט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » מאנטאג מארטש 11, 2013 10:00 am

הנאה געהאט. טוה א טובה אין הער דיך מער אונטער..

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג מארטש 11, 2013 10:10 am

האלאו!! באנדא!! סינייעס? דו ווילסט באסטן? ליין יענקל'ס ארטיקל, איים טעלינג יו, ס'ראקט!! ס'באאמט.. שיגע צו ווערן... חחחחח...

יענקל A-1 ;l;p-

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג מארטש 11, 2013 10:19 am

האללאאאאו קומסט טשילן? (א מין גערעדעכץ... נארוואס געהערט שוין 10 מאל היינט)

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מאנטאג מארטש 11, 2013 10:40 am

זאלץוואסער האט געשריבן:האללאאאאו קומסט טשילן? (א מין גערעדעכץ... נארוואס געהערט שוין 10 מאל היינט)

נו? זאג א הסבר אויף דעם!

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג מארטש 11, 2013 10:56 am

האללא קומסט? אין בית שני האט איינער געברענגט האק.

(געברענגט וואס?)
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11369
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג מארטש 11, 2013 12:11 pm

איך וואלט אייך געראטן נישט צוצונייגן אן אויער צו א בחור'ישע געשפרעך, זיי קענען אייך צולייגן פארנט פון אייער נאז אויף אזא סארט קאוד שפראך וואס בלויז זיי צווישן זיך שפרעכן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג מארטש 11, 2013 12:12 pm

געצי איז א חתן? יאו, קלאפ אריין א גוטס (אדער א טפח). זיין חתונה גייט זיכער ראקען...
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11369
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג מארטש 11, 2013 12:13 pm

העיקר שכחתי, דאנקען יאנקל שוסטער פאר דעם שיינעם ארטיקל.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג מארטש 11, 2013 12:31 pm

אוי יענקעלע ביזטו גוט
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג מארטש 11, 2013 1:47 pm

ווען איך העט ווען געווען ביי די כוחות וואלט איך גע'אסרט דעם ווארט "טשילן" עפעס א מין פאראכטעטער ווארט, א מין נישט גערעדעכץ נישט קיין שום פשט און הערט זיך ניטעמאל ווישטיג! גיי זיי מסביר פאר די קינדערלעך אז "טשילן" איז קיין גערעדעכץ נישט, אפשר העלפט מיר איינער מיט א קאמפיין קעגן "טשילן". פעך

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג מארטש 11, 2013 2:01 pm

זאלצי קומסט טשילן קיין טשילי קעגן טשילן? הוי דו מאכסט מיר טשילס................
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
yankelshister
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 7:05 pm

תגובהדורך yankelshister » מאנטאג מארטש 11, 2013 2:35 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:ווען איך העט ווען געווען ביי די כוחות וואלט איך גע'אסרט דעם ווארט "טשילן" עפעס א מין פאראכטעטער ווארט, א מין נישט גערעדעכץ נישט קיין שום פשט און הערט זיך ניטעמאל ווישטיג! גיי זיי מסביר פאר די קינדערלעך אז "טשילן" איז קיין גערעדעכץ נישט, אפשר העלפט מיר איינער מיט א קאמפיין קעגן "טשילן". פעך

גראדע איז עס מיר זייער צום הארצן. עס ברענגט מיר זכרונות פון די צוויי אלטע קילע לייט וואס זענען סטאק געווארן אויפן וועג צו מאנטריאל...
יאנקל שיסטער איז גערעכט...

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » מאנטאג מארטש 11, 2013 3:03 pm

הייסע נייעס דער שיסטער!

סלעפ פייוו!
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג מארטש 11, 2013 3:11 pm

טייבעלע האט געשריבן:א שיינעם דאנק, זיך גוט צושמייכעלט.
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג מארטש 11, 2013 9:01 pm

יעקעלע א מעכטיגע שמועס. און ראקיש אראגעלייגט.
ווען די חברה זענען "לוס", איז נישט גוט צו זיין "טייט" מיט זיי... פעך!
:bu:mp: (דאס איז די פארמאכטע האנט וואס מ'קלאפט אריין איינער אין צווייטער...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
yankelshister
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 7:05 pm

תגובהדורך yankelshister » מאנטאג מארטש 11, 2013 11:59 pm

דו מיינסט אוודאי דעם טפח! מיינסט אז ווען איך בין געווען א בחור האב איך זיך אויך אויפגעפירט אזוי מתנחל'דיג? נע... ס'איז זיכער משיח'ס צייטן...
יאנקל שיסטער איז גערעכט...

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דינסטאג מארטש 12, 2013 12:15 am

אה אזוי הייסט עס? כ'האניש געוואוסט. שוין, עפעס דערלערענט היינט...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 27 געסט