בעט דער אויבעשטער אליין (גם בענין ברכות) חלק ה' - פ.ד.א.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 11:04 am
המשך פון חלק ד'
עס איז פארהאנען אן אינטרעסאנטען לשון חז”ל (יומא נ”ד:) ווען די גמרא פארציילט וואס האט זיך אפגעשפילט בעת די שונאי ישראל זענען אריין אין ביהמ”ק ביים ערשטן חורבן. אין יענע צייט זענען די כרובים געוועהן מעורים זה בזה - איינס האט ארומגעכאפט און געהאלזעט די אנדערע.
ווען די גוים האבען דאס געזעהן האבען זיי געזאגט מיט שטוינונג, ”ישראל הללו שברכתן ברכה וקללתן קללה יעסקו בדברים הללו? - די יודען, וואס זייערע ברכה איז א ברכה און זייערע קללה איז א קללה, האבען אזעלכע געשטאלטען וואס האלזען זיך?“
ערקלערט דער הייליגע מהרש”א אז דער כח פון וואונטשען האבען מיר באקומען ווען דער אויבעשטער האט מבטיח געוועהן פאר אברהם אבינו וֶהְיֵה ברכה, אז דער שליסעל פון ברכות ווערן איבערגעגעבן אין זיינע הענט, ולזרעו - און פאר זיינע קינדער. (ועיי”ש פירוש הגמרא)
מוז מען אבער וויסען דאס כאטש עס שטייט א כללית’דיגע לשון ’ישראל הללו‘, איז אבער נישט יעדע יוד בכלל די ברכה און נישט יעדער האט דעם כח צו בענטשען.
דער גמרא זאגט (סוטה ל”ח:) ואמר ר’ יהושע בן לוי אין נותנין כוס של ברכה לברך אלא לטוב עין שנאמר טוב עין הוא יבורך, אל תקרי יבורך אלא יברך - מען איז נאר מכבד מיטען בענטשען (זימון) איינער וואס האט א גוט אויג, ווייל עס שטייט אין פסוק טוב עין הוא יְבוֹרָך (וועט ווערן געבענטשט), און מען זאל דארט ליינען יְבָרֵך (זאל בענטשען).
רש”י אויפען ארט איז מפרש לטוב עין. שונאי בצע וגומלי חסד בממונם - א טוב עין מיינט איינער וואס האט פיינט געלט און ער טוט חסד מיט זיין געלט.
און עס האט אויך א פשוט’ע טייטש, טוב עין מיינט איינער וואס פארגינט א צווייטען. איינער וואס איז א טוב עין זאגט דער פסוק אז ער איז געבענטשט און ריב”ל לערנט אז ער קען בענטשען.
הרב זלמן סורוצקין ז”ל האט פארציילט א מעשה וואס ער האט אליין בייגעוואוינט ביים הייליגען חפץ חיים זיעועכי”א:
אין דער שטאט וואו ער האט געוואוינט איז געוועהן א בעל עגלה. כאטש ער איז נישט געוועהן צו קיין גרויסע תלמיד חכם איז ער אבער געוועהן אן ערליכע יוד וואס האט אפגעהיטען אלע מצוות קלה כחמורה.
ווען דער בעל עגלה איז עלטער געווארען און האט שוין נישט געקענט אזוי ארומפארען האט זיין זוהן איבערגענומען די פאך. דער זוהן איז ליידער נישט געוועהן ערליך און ער פלעגט פארען אום שב”ק רח”ל. צי דער טאטע האט נישט געוואוסט דערפון צי ער האט גארנישט געקענט טוהן דערצו איז נישט באקאנט, אבער עכ”פ אזוי איז געוועהן.
איינמאל איז דער חפץ חיים געקומען אויף א באזוך צו יענעם שטאט. איין צופרי, זייענדיג ביים ח”ח האט ר’ זלמן סורוצקין באגעגענט אט דעם בעל עגלה. ”פארוואס זענט איר אהער געקומען?“ האט ער איהם געפרעגט.
”מיין גאט-זעליגע מוטער איז מיר געקומען אין חלום און זי האט מיר פארציילט אז עס געפונט זיך דא א הייליגע יוד און איך זאל נעמען ביי איהם א ברכה.“
ר’ זלמן האט געקלערט דאס איידער דער בעל עגלה וועט עספיען אריינצוגיין, וועט ער צוגיין צום ח”ח און דערציילען וועגען זיין זוהן. למעשה, אדהכי ואדהכי, נאך איידער ר’ זלמן האט געהאט דעם געלעגנהייט איז שוין דער יוד געשטאנען נעבן ח”ח און געבעטען א ברכה.
”ויברך אלקים את יום השביעי,“ הייבט אהן דער צדיק, ”דער אויבעשטער האט געגעבן פארן שבת קודש דעם כח פון ברכות. טאמער טוסטו היטען דעם שב”ק ביזטו ממילא בכלל די ברכה און דו מוזט גארנישט אנקומען צו מיינע ברכות. אבער טאמער חלילה נישט, קענען מיינע ברכות גארנישט העלפען ווייל אין ארור מתדבק בברוך.“
”הייליגע רבי,“ האט זיך דער יוד צו-וויינט, ”פארוואס איז דער רבי מיר חושד אז איך היט נישט קיין שבת?“
”מיין קינד, עס שטייט נישט ביי קיין איין מצוה אין תורה אז די קינדער מוזען עס היטען – אויסער ביים שב”ק שטייט למען ינוח וגו’ בנך ובתך. אויב דער זוהן פארט אום שבת און די טאכטער קעמט זיך די האר, הייסט דער טאטע אויך נישט קיין שומר שבת.“
האט ר’ זלמן סורוצקין אויסגעפירט, ”פון דעם זוהן האב איך געוואוסט, אבער פון די טאכטער האט נאר דער ח”ח געוואוסט!“
דער וואס האט א גוט אויג, דהיינו ער האט פיינט געלט, ער איז גומל חסד מיט זיין געלט און פארגינט א צווייטען יוד, אזא איינער איז יברך און יבורך. ומכלל הן אתה שומע לאו.
לסיום הענין וויל איך ברענגען וואס איך האב אמאל געהערט אין א שיעור פון הרב חיים קויפמאן זצ”ל וואס ער האט נאכגעזאגט פון א פריערדיגע ספר (איני זוכר ואין השיעור כעת תח”י) דאס פאר מען גייט בענטשען א מענטש מוז מען קודם בענטשען כביכול, און נאר אזוי האבען די ברכות א קיום.
ער האט געגעבן אן עצה דערויף אז מען זאל זאגען די ברכה בלשון, ”השי”ת זאל העלפען...“ אדער ”הקב”ה זאל שענקען...“, ווייל ווען מען דערמאנט השם יתברך אדער הקדוש ברוך הוא האט מען דערביי שוין געבענטשט דער אויבעשטער. [אפשר איז טאקע דעם ענין פון טרונקען 'לחיים' ביי א שמחה און נאכער וואונטשען, כדי מען זאל פריער מאכען א ברכה.]
אפשר קען מען צולייגען א לימוד זכות פאר דער וואס איז נישט נזהר דערמיט. דער רמב”ן אין פרשת ויחי (מ”ח ט”ו) אויפען פסוק ויברך את יוסף וגו’ שטעלט זיך דאס לכאורה טרעפט מען נאר ווי יעקב האט געבענטשט אפרים און מנשה, און עס איז נישט מבואר וואס איז געוועהן די ברכה פאר יוסף. לערנט דער רמב”ן אז הא גופא, מיטען בענטשען די קינדער האט יעקב געבענטשט זייער טאטע, ווייל דאס איז די שענסטע ברכה.
ה”ה לעניננו, ווען מען טוט בענטשען א צווייטען יוד טוט מען דערמיט אויך בענטשען כביכול ווייל ווען יודישע קינדער זענען בשלימות בגשמיות וברוחניות איז דאס די גרעסטע ברכה און כבוד פאר כביכול דער בורא עולם.
זאל השי”ת העלפען אלע יודען בכל מילי דמיטב וכל טוב סלה.
(א גרויסען טייל פון די מראי מקומות אויף דעם ענין, ווי אויך די מעשה פונעם ח”ח, האב איך געהערט פון הרב מיכל זילבער שליט”א אין זיין וועכענטליכע שיעור.)