Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וואו קוקסטו?

זונטאג מרץ 03, 2013 9:21 am

דיך טאקע מיין איך! וואו קוקסטו? דו ביזט בכלל נישט אויסגעדרייט צום ריכטיגן זייט.

ער דרייט זיך ארום ווי א זייגערל און זוכט פון וואו קומען דאס די קולות? ווי בלינד קען מען זיין? אפילו א טויבער הערט פון וועלכע זייט עס קומט דער גערויש! עס קומט פון א "וועב זייט".

שטייענדיג אין שאטן פון די שרעקליכע טראגעדיע'ס וואס האט באטראפן דעם כלל ישראל אין די פארגאנגענע פאר טאג, מיט די פטירה פון יונגע בחור'לעך און יעצט מיט א יונג פארפאלק וואס זענען אזוי טראגיש פארשניטן געווארן, קוק איך אריין אינעם לעקסיקאן און איך זוך ווערטער! איך זוך טרייסט! איך זוך א תירוץ! א פירוש!

און אט קומט מיר אפיר די אלטע און די זעלבע סלאגאנען וואס איך הער יעדע מאל וואס מ'שאקלט אונז אפ פון אביסעלע שטויב! איך הער און איך לייען די זעלבע אויסדרוקן ווי למשל: מ'דארף תשובה טוהן! מ'מאנט פון אונז! וואס טו מיר דא? מ'ווינקט פון הימל! וכו'

און אלעמאל דרייט זיך דאס פערדל צום היי און יעדער ווייזט אן אויף עבירות וואס לשיטתו איז דאס דער הימל ווינק אז מ'דארף מתקן זיין. און פונקט ווי אלס ווייזט יעדער אויף זיינע באקוועמע עבירה'לעך, איך הער איינעם זאגן אז לשה"ר איז די עבירה! א צווייטער ווייזט אן אויף מחלוקת און דא און דארט פאלט אריין איינער וואס רעדט פון צניעות אא"וו.

איך בין נישט צופרידן! איך הער אלס די זעלבע און איך זעה נישט קיין סימנים פון פארבעסערונג! איך נעם אפיר א חובת הלבבות און איך זוך...

איך טרעף אז תשובה דארף איך טוהן דוקא אויף די עבירות וואס איך טוה, און נישט אויף וואס מיין חבר טוהט.

איך טרעף אז א מענטש איז געקומען אויף די וועלט מתקן צו זיין דאס וואס קומט אים אן שווער! נישט דאס וואס זאגט זיך גרינג!

יא די אלע עבירות זענען ליידער צריכים תיקון. אבער רעד איך דערפון ווייל איך גלייב אז דאס איז מיין חטא? אדער מיין חבר'ס?

וואו קוקסטו? וואס רעדסטו פון לשה"ר און פון מחלוקת? וועם ווילסטו פארנער'ן? דיך אדער מיך?

ווען איינער וואס טראגט שבת שרייט אז די עבירה פונעם דור איז ווייל מ'פירט זיך נישט אויף איידל אויף א פליגער וועלן מיר לאכן אדער וויינען?

ווען איינער וואס היט נישט די אויגן רח"ל קומט אין ביהמ"ד און זאגט אז דער חטא פונעם דור איז אז מ'שמועסט בין גברא לגברא וועלן מיר לאכן אדער וויינען?

זיצט מען אין ביהמ"ד און מ'הערט ווי א גרופע אינגעלייט דיסקוסירן א פילם אדער א קליפ"ה פון דעם געוועבעכץ ואין פוצה פה מצפצף! דארף מען האבן לשה"ר פאר א תירוץ?

עס דערמאנט פון א פייער וואס האט אויסגעבראכן אין א שטוב און אפגעברענט דעם גאנצן הויז ווייל מ'האט געלאזט אפענע דראטן און אלעס איז אראפ אין אש און ארויף אין פלאמען. טענה'ט דאס ווייב פארן מאן איך האב דיר געזאגט אז מ'דארף אנצונדן דאס פלאם אונטערן טשאלנט אויף קלענער!!! איי דא איז געווען א אלעקטעריקל פייער? זי איז אבער נאכאלס גערעכט!

ווי בלינד דארף מען זיין? וואו קוקט איר?

אין די ספרים הק' ווערט געברענגט אז א מענטש דארף מתקן זיין וואס איז אים שווער! דאס איז זיין תפקיד!

אלזא וואס קוקסטו אויף די עבירות וואס לאזן דיך באקוועם שלאפן ווייל דו רעדסט דיך איין אז דו ביזט נישט די ערשטע אין די ליניע צו כאפן א פראסק דערפאר? קוק אויף די עבירה'לעך וועלכע דערשרעקן דיך יום כיפור! קוק אויף די עבירה'לעך וואס ווען דער דאקטאר זאגט אז די צייט איז קורץ וועט דיך דאס שרעקן!

וואו קוקסטו? וואס זוכסטו? נעם דיך אפיר איין עבירה און דוקא די גראבע עבירה! נישט די עבירה וואס מ'דערציילט אינדערהיים! ניין! איך רעד פון די עבירה וואס דו ווילסט נישט מ'זאל וויסן און טוה תשובה!

יא דו קוקסט שוין אויף די גוטע זייט! דאס האב איך טאקע געמיינט! שטייטעלעך און צעביסעלעך וועסטו אי"ה אנקומען און דער זכות וועט זיין לעילוי נשמות פון די אלע קרבנות ציבור ביז מ'וועל מיר אין דיין זכות זוכה זיין צו בויען דעם ביהמ"ק בקרוב ממש.

נ. ב. מיין רבי פלעגט זאגן: איך מיין מיך! איך זאג עס נאך אלס!

Advertisement

זונטאג מרץ 03, 2013 9:36 am

ריכטיג, די ווארהייט אין פנים אריין, והחי יתן אל לבו.

זונטאג מרץ 03, 2013 9:45 am

וואסערפאל האט געשריבן:ריכטיג, די ווארהייט אין פנים אריין, והחי יתן אל לבו.

זונטאג מרץ 03, 2013 10:10 am

טייערע ריכטיגע רייד וואס איז נכנסים תוך חדרי לב האדם.

ווי קוקסטו?

זונטאג מרץ 03, 2013 11:15 am

איך בין נישט אין הימל צו וויסן צוליב וועלכע חטאים זענען געקומען די עונשים.
אבער עס איז דא א גמרא אין מס' שבת בעון נבלות פה בחורי ישראל מתים

זונטאג מרץ 03, 2013 11:21 am

דברים כדרבונות, לחפש ולשוב מעוונות, על השגגות והזדונות.

די אייגענע מעשים אדורכקלערן און זוכן מען האט פליכט
די וועלט זאגט אז מ'טרעפט אויב מען זוכט
יעדע ריר א יעדע קוק
יעדע הנהגה און יעדע קליק
צו איז דאס כדבעי
אדער צו איז מען זיך טועה
פארעכטן און מתקן זיין
צוריק מיט א גלאנץ און שיין.

[נ"ב, איך רעדט צו מיר אליין]

זונטאג מרץ 03, 2013 11:42 am

אוי זאלצי, ממש צום פינטל. מען דארף דאס ארומהענגן אין די שולן.

זונטאג מרץ 03, 2013 12:16 pm

שטים צו.

זונטאג מרץ 03, 2013 12:23 pm

פארוואס זאגסטו מיר מוסר ברבים?? ייש"כ פארן פירן מיין התעוררות אין ריכטיגן דיירעקציע.

זונטאג מרץ 03, 2013 12:24 pm

יוש זאגסטו גוט.

דער עטרת ישועה זי"ע זאגט אז ס'קומט פאר פסח דארף מען בודק חמץ זיין, חמץ זאגט דאך שוין דער תשב"ץ אז ס'מיינט חמצא דליבא, זאגט ער אבער "דיין חמץ" דארפסטו אויסרוימן, נישט יענעמ'ס.

רבותי, לאמיר אלע זוכן אין "אונזערע" הערצער וואס מ'דארף מתקן זיין און נישט זיין פארנומען מיט די פראבלעמן פון דור, יעדער האט זיך דאס אייגענע רח"ל.

ס'איז א טראגעדיא פאר יעדען איינעם, און יעדער איינער דארף זיך אליין אפירנעמען.

ומחה ה"א דמעה מעל כל פנים וחרפת עמו יסיר בב"א

זונטאג מרץ 03, 2013 12:45 pm

נישט אז איך וויל דיסטרעקטן דעם עולם... אבער מזל טוב שמעלקא! איך האב הנאה אז דיין 1700סטע תגובה איז ווי די ביזט יא מסכים מיט מיר! כה לחי!

זונטאג מרץ 03, 2013 1:07 pm

ריכטיגע רייד, דאס איז דער אמת'ע מוסר וואס מען דארף ארויסנעמען.

זונטאג מרץ 03, 2013 1:10 pm

צו האבן דעם קאפ האלב אויפן פלאץ און ארויסגיסן אזעלכע אמת'ע רייד, דארף מען זיין זאלץ-וואסער.

זונטאג מרץ 03, 2013 1:11 pm

דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב.

זונטאג מרץ 03, 2013 2:44 pm

אויף די בקשה פון עטליכע לייענער'ס פרוביר איך מיין מזל מיט PDF און איך טוה עטטעטשן דעם פייל.
עטעטשמענטס
וואו קוקסטו.pdf
(148.9 KiB) געדאון לאודעד 34 מאל

זונטאג מרץ 03, 2013 3:15 pm

זייער ריכטיגע רייד,
אונז ווייסן אז כלל ישראל איז א קומה שלימה, און כשם אז דער תיקון פונעם קומה שלימה ווערט געטוהן דורך יעדן איינעם וואס גיט זיין חלק זה בכה און זה בכה, דאס זעלבע ח"ו א פגם אינעם ווערט פון זה בכה וזה בכה, יעדער לויט זיין מצב און לויט זיין שוואכקייט, דער מבחן איז וואו דער נסיון איז.
אבער ביזט אויך גערעכט אז ס'איז אבער אויך דא א כללות'דיגער פגם, דארט נישט ווי אן אבר פון קומה ווערט נפגם, נאר דאס גאנצע צורה, דער גאנצער מהות ווערט ניזוק, און דאן קלאפט דאס בכללות בין צדיק ובין רשע, ומפני הרעה נאסף הצדיק דאס איז בהכרח דורך אזא מין פגם וואט איז א שינוי אינעם גאנצן צורה פון די קומה.
די נקודה וואס האסט אנגערירט איז א נקודה וואס "טוישט" דער כאראקטער פון דעם קומה שלימה, און באקומט אן אנדער "צורה", עס "טוישט" דעם "אייגנשאפט" פונעם קומה, דא זענען אלע פאראנטוארטליך כל אחד לפי מצבו, בקום ועשה, בשב ואל תעשה, בדין ערבות.
א בליק אין די דברי התוכחה והמוסר פון די גדולי ישראל בדורות שלפנינו, וועט צייגן כדברים האלו.

זונטאג מרץ 03, 2013 4:55 pm

זייער שיין, זאלצעלע היקר.

דאס מיינט אז היינטיגע צייטן ווען ס'וואלט געווען א אורים ותומים, אדער אפילו אפענע רוח הקודש, וואלט מען נישט געקענט פינ-פאוינטן פונקטליך וועלכע עבירה מען דארף מתקן זיין? נאר יעדער וואלט באקומען א אייגענע אינדיווידועלע תשובה??

זונטאג מרץ 03, 2013 5:02 pm

איך האב הנאה אז דו פרעגסט, ווייל דאס גיט מיר רשות צו ענטפערן.

איך האב באקומען אין אישי געוויסע טענות אויף מיין מהלך פון שרייבן. מילא וויל איך קלאר שטעלן.

1. עס איז קלאר מיין איך ביי יעדן אז מיינע עבירות מיט דיינע עבירות זענען אנדערש, און ווען מ'פארלאנגט פונעם כלל תשובה, דארף יעדער תשובה טוהן אויף זייניגע.
2. איך האב א שטארקן געפיהל אז די עבירה פונעם דור איז אין די אינטערנעט. איך קען זיין ראנג, אבער עס איז אין איינקלאנג מיט די מורי הוראה פונעם דור, יעדער זאגט דאס זעלביגע.
דער דור איז געבענטשט מיט תורה עבודה גמילות חסדים. מ'זעהט מצוות און מעשים טובים וואס מ'דארף צוריק גיין צו א שטארקן דור דעה צו קענען טרעפן דאס גלייכן. אבער דא האט דער שטן געטראפן א פתח און ער נוצט עס אויס צום פוהלסטן.
דאס מערסטע שטערט מיך און פאר יעדן ווען מ'זעהט אז עס איז שוין אזא קאלטע געוואוינהייט, און מ'קען זעהן אינגעלייט פון הערליכע שטובער זיצן און רעדן פון טומאה וטינופות אן קיין שום געוויסנביסן, און עס איז נישטא קיינער וואס זאל ענטפערן.
איז דען נישט אמת אז ווען איינער פארציילט עבירות ברבים, האט ער עפעס וואס ער פארציילט נישט?
און אויב דאס איז וואס מ'פארציילט, וואס איז וואס מ'פארציילט נישט?

דאס איז נאר מיין מיינונג, אבער איך מיין אז עס איז דא א גרויסער ציבור וואס האלט ווי איך.

זונטאג מרץ 03, 2013 5:13 pm

זאלצעלע טייערער,
הנני בכאן להיות טוען וחוזר וטוען,
דו רעדסט דברים של טעם, ביידע חלקים מדבריך.

זונטאג מרץ 03, 2013 5:34 pm

גאר א גרויסער אמת ליגט אין דיינע ווערטער, אבער איך האב וואס צו זאגן, ויה"ר שלא אומר דבר שלא כרצונו יתברך.

יא, כלל ישראל איז אין א וועג אין א הערליכע פאזיציע, אומבאשרייבליכע חסד, תורה און עבודה, הערליך שיין.
פונעם גאנצן ערד קוגל האט נישט דער רבש"ע נאך אזא נחת רוח ווי פון אונז הייפעלע ערליכע אידן. ווען אימער ער וויל זיך דערקוויקן אין דעם היינטיגן פארדארבענע וועלט, קוקט ער מיט נחת אויף זיינע פאר אידעלעך, דער שה אחת בין שבעים זאבים, און קוקט ווי מיר ראנגלען זיך מיט אלע כוחות צו גלייבן אין איהם, און היטן תורה ומצוות, און מען שעמט זיך נישט פאר די אלע מלעיגים וועלכע לאכן אונז אויס.
אבער דער באשעפער האט געוואלט פון אונז מער ווי דעם, האט ער אונז אריינגעשמירט דעם אינטערנעט. און האט באשלאסן אז רוב עולם וגולם וועט דארפן צוקומען דערצו, און מען וועט זיך דערטרענקען אין נסיונות. פארוואס? ווייל אזוי דארף זיין בעפאר ביאת המשיח, מיר פארשטייען נישט זיינע חשבונות, און מיר פארשטייען נישט וועלכע תיקון מיר דארפן אדורכגיין.
אין די מים הזדונים, ווי מיר שווימען יעצט, אן קיין בעלי רוח הקודש, אן וויסן וואס טוט זיך אין הימל, שטייען א הייפעלע צובראכענע אידן, און פרובירן צו האלטן זיך און די קינדער אויפן ריכטיגן וועג, נישט ווערן פארשלעפט מיט די נסיונות ופגעי הזמן, אבער דאך מאכט זיך, אידן פאלן אדורך, זה בכה וזה בכה, דער יצר שלאפט דאך נישט, ער האט דאך קאנאנען צו שיסן אנטקעגן אונז, און מיר האבן נישט די כוחות אים אפצוענטפערן, אבער דאך, יעדע מאל מען פאלט אדורך מיט סיי וועלכע זאך אין דעם ענין, שמירת עינים, איז מען צובראכן ביי זיך, מען האט חרטה, מען נעמט זיך פאר קבלות צו פארבעסערן, און דאס אליינס איז גורם א נחת רוח אין הימל עד אין לשער!
ממילא גלייב איך נישט אז צוליב דעם אינטערנעט, אין דעם נסיון וועלכע מען האט אונז בעל כרחך אריינגעשטעלט פון הימל, איז געקומען די שוידערליע טראגעדיע. אויב עפעס, איז דער נסיון לעניית דעתי נאר מעורר רחמים אין הימל!!

איך וואלט עס ענדערש געלייגט אויף בין אדם לחבירו, אויף אונזערע מחלוקת, מיר קענען דאך זיין גוטע חברים, והא ראי', יעדע מאל ווען עס פאסירט א טראגעדיע ווערט כלל ישראל פאראייניגט, אפגעזעהן צו וועלכע פראקציע מען באלאנגט, מיט אזא ברודערליכע אחדות, מען העלפט איינער דעם צווייטן, צי איינער פארלירט זיך אין וואלד, צי א קלעצקי מעשה, און נאך פילע אנדערע, אבער ליידער פאסירט דאס נאר ווען מען איז אין א עת צרה, און אין די איבריגע צייטן רייסט מען זיך ביי די קעפ, פאליטיק, און געלט, קאורט קעיסעס נעבעך, מיט אזא שנאת חנם!

און עם כל זה, וועל איך נאך אלץ טענה'ן פארן בי"ד של מעלה, אז אפילו אויב מחלוקת איז דער פראבלעם, שטייען מיר נאך אלץ בעסער ווי די איבריגע אומות העולם, ווי מען הרג'עט זיך איינער דעם צווייטן, און עובר אויף לא תרצח יעדע שטיק צייט נאכאמאל, משא"כ ביי אונז אידן איז עס א אויבן אויף זאך, און ווען עפעס פאסירט ביי א צווייטן איד ווערן מיר רחמנים בני רחמנים איבערגענומען אין הארץ און מען העלפט ווי מען קען נאר!

איז רבש"ע, אונזער פאטער! אפשר ביסטו אונז מגלה וואס דו ווילסט פון אונז, אשמנו מכל עם? בושנו מכל דור? מיר ווערן דאך בעסער, מיר פרובירן צו ארבעטן אויף אונז, מיר פרובירן מיט אלע אונזערע כוחות צו מאכן א נחת רוח, פארוואס שמייסטו אונז מיט אזעלכע ביטערע קלעפ? מיר ווייסן זיך נישט וואו אהינצוטון?

דאס זענען פון די נסיונות הזמן, דער הסתרת פנים איז שרעקליך גרויס, איי וויפיל אידן פאלירן נעבעך זייער שטארקקייט אין אמונה נאך אזעלכע טראגעדיעס, און מען קען זיי נישט בלעימען, אין אדם נתפס על צערו, אויב איז נישט די אמונה שטארק ביים מענטש כיתד שלא תמוט, קענען די אלע פגעים רעים שטארק שאדן פארן מענטש, השם ישמרנו, ער זאל אונז געבן די כוחות זיך מחזק צו זיין פון די טיפע חשכות, מיר זאלן גלייבן אז דאס זענען חבלי משיח וואס צוליב געוויסע אומפארשטענדליכע (פאר אונז) תיקונים מוזן מיר אדורכגיין די שוועריגקייטן, און פרובירן מקבל זיין באהבה עד שידינו מגעת, און פון דעם אליין שעפט אויך השי"ת א אויסטערלישע נחת, די אחדות וואס באווייזט זיך יעצט איז א שטראל אין דער פינסטערניש, די אלע פארגאסענע טרערן גייט נישט לאיבוד, הקב"ה סופרן ומניחן בבית גנזיו, ער פאסמאקעוועט זיך דערמיט, יעדע טרער איז פאר אים א אוצר גדול, און פילט אן די ריזיגע כלי וואס דארף אנגעפילט ווערן בעפאר משיח קומט, דאס אלעס איז א תיקון פאר אונז, און מיר מוזן זיך מחזק זיין דערמיט.

כ'האב נישט קיין כח צו שרייבן ווייטער

זונטאג מרץ 03, 2013 5:39 pm

שמעק טאבאק,
איך מיין אז מ'קוק נאך אין דברי רבותינו הגדולים ווען זיי האבן מעורר געווען אויף צרות סיי לאחר רח"ל אדער צו פארמיידן ח"ו, אויף וועלכע 'סארט' זאכן מ'דארף מתקן זיין, ס'איז קלאהר.

זונטאג מרץ 03, 2013 8:28 pm

שמעק טאבאק: עס איז א שווערע נושא וואס איר בארירט אבער איך האב א גאנצע מגילה אייך צו ענטפערן, נישט אויף וואס איר זענט יא אדער נישט גערעכט נאר בכלל אין די נושא.

איז אזוי: אין קורצן! אויב שפירט איר אז אייער יצר הרע איז אין דעם וואס "איר" זענט פארכאפט אין מחלוקת, דעמאלס קען איך נישט מיט אייך מער מסכים זיין אז איר דארפט תשובה טוהן און שוין!
אויב אבער שפירט איר אז אייער יצר הרע איז דאס וואס "אנדערע" זענען פארכאפט אין מחלוקת דעמאלס וואלט ראטזאם געווען אז איר זאלט איבערלייענען וואס איך האב אויבן געשריבן. וואס דעמאלס בין איך קלאר גערעכט.

ואתכם הסליחה. וכן למר!

זונטאג מרץ 03, 2013 8:34 pm

ושב מאחריך איז געזאגט אויף אינטערנעט וכדומ'

מאנטאג מרץ 04, 2013 4:16 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:איך האב הנאה אז דו פרעגסט, ווייל דאס גיט מיר רשות צו ענטפערן.

איך האב באקומען אין אישי געוויסע טענות אויף מיין מהלך פון שרייבן. מילא וויל איך קלאר שטעלן.

1. עס איז קלאר מיין איך ביי יעדן אז מיינע עבירות מיט דיינע עבירות זענען אנדערש, און ווען מ'פארלאנגט פונעם כלל תשובה, דארף יעדער תשובה טוהן אויף זייניגע.
2. איך האב א שטארקן געפיהל אז די עבירה פונעם דור איז אין די אינטערנעט. איך קען זיין ראנג, אבער עס איז אין איינקלאנג מיט די מורי הוראה פונעם דור, יעדער זאגט דאס זעלביגע.
דער דור איז געבענטשט מיט תורה עבודה גמילות חסדים. מ'זעהט מצוות און מעשים טובים וואס מ'דארף צוריק גיין צו א שטארקן דור דעה צו קענען טרעפן דאס גלייכן. אבער דא האט דער שטן געטראפן א פתח און ער נוצט עס אויס צום פוהלסטן.
דאס מערסטע שטערט מיך און פאר יעדן ווען מ'זעהט אז עס איז שוין אזא קאלטע געוואוינהייט, און מ'קען זעהן אינגעלייט פון הערליכע שטובער זיצן און רעדן פון טומאה וטינופות אן קיין שום געוויסנביסן, און עס איז נישטא קיינער וואס זאל ענטפערן.
איז דען נישט אמת אז ווען איינער פארציילט עבירות ברבים, האט ער עפעס וואס ער פארציילט נישט?
און אויב דאס איז וואס מ'פארציילט, וואס איז וואס מ'פארציילט נישט?

דאס איז נאר מיין מיינונג, אבער איך מיין אז עס איז דא א גרויסער ציבור וואס האלט ווי איך.



זאלץוואסער האט געשריבן:שמעק טאבאק: עס איז א שווערע נושא וואס איר בארירט אבער איך האב א גאנצע מגילה אייך צו ענטפערן, נישט אויף וואס איר זענט יא אדער נישט גערעכט נאר בכלל אין די נושא.

איז אזוי: אין קורצן! אויב שפירט איר אז אייער יצר הרע איז אין דעם וואס "איר" זענט פארכאפט אין מחלוקת, דעמאלס קען איך נישט מיט אייך מער מסכים זיין אז איר דארפט תשובה טוהן און שוין!
אויב אבער שפירט איר אז אייער יצר הרע איז דאס וואס "אנדערע" זענען פארכאפט אין מחלוקת דעמאלס וואלט ראטזאם געווען אז איר זאלט איבערלייענען וואס איך האב אויבן געשריבן. וואס דעמאלס בין איך קלאר גערעכט.

ואתכם הסליחה. וכן למר!



איך האב מיר פריער אפגעהאלטען פון מגיב זיין ווייל איך האב געהאט הערות אויף דיין ע"פ (ערשטע פאוסט) וואס איך האב דיר געשריבען אין גוגל טאאק, און איך האב נישט געזוכט דא סתם צו מאכען א דעבאטע, ובפרט אז איך האב מורא מען קען שלעכט אויסטייטשען מיינע ווערטער. מיט די לעצטע צוויי תגובות דיינע בין איך אבער מסכים 100%.

מאנטאג מרץ 04, 2013 4:24 pm

ישר כח! איך האב הנאה אז איך האב אויסגעקלארט!
שרייב א תגובה

Advertisement