יענער טאג! א געשיכטעלע.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

יענער טאג! א געשיכטעלע.

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך פאברואר 27, 2013 6:48 pm

עס האט זיך אנגעפאנגען אין א פיינע פרילינג טאג.

בעסער געזאגט, עס איז געווען א גאר פיינעם טאג. די זייגער האט זיך צוזינגען אויפן ריכטיגען צייט, און נאך איין "סנוז", בינעך געווען גרייט אויפצושטיין, פיין אויסגערועט, אין א גוטער גיסטע, רעדי צו גיין.

די פרילינג זון האט אריין געשיינט מיט א ווארעמקייט אין שלאף צימער, און פון צווישען די האלב פארמאכטע לאדענעס, האט זי דערלאנגט שפרינגענדיגע שטראלן, ארום און ארום דעם שטוב, צוגעבענדיג צו די איינגענעמע אטמאספערע, וואס האט מיר אזוי זיס געגריסט גוט מארגן, יענעם אינדערפרי.

אפגעגאסען נעגל וואסער, אויסגעצוגען די ביינער, נאך איין פיינעם געניץ, און ארויס פון בעט.

אראפ קומענדיג פון בעט, האט מיך באגריסט מיינע קליידער, און א פרישע פאר אינטערוועש און זאקן, אקאורשט יעצט ארויס פון דרייער, נאך אביסעל ווארעם, און מיטן פיינעם שמעק פון די סאפטענער, צולייגענדיג, נאך א סיבה צו די גוטע פילינג וואס איז געלאפן אין מיין מח "היינט גייט זיין א גאר פיינעם טאג".

מיט די פרייליכע מחשבות, האב איך זיך אנגעטאן, און זיך געגרייט ארויסצוגיין פון צימער, באגריסען די משפחה, וואס איז שוין פון פריער אויף געווען, און שוין געהאלטן ביים סוף פרק שירה, נאכן שוין ענדיגען דאס דאווענען, און די פארציע תהילים וואס זי האט זיך אינטערגענומען פאר א שכן טוב, וואס מוטשעט זיך נעבעך מיט א שידוך פאר איר טאכטער, גראדע א פיין מיידל, נאר עפעס האט זיך עס נאך נישט געמאכט, שוין האט מען ארגענעזירט אויסצוזאגן תהילים צווישען גוטע פריינדין, און ביי אונז אין די משפחה איז די "העדקוואטער'ס" פון די אונטערנעמונג.

אבער גלייך ווי כ'האב גענדיגט פארבינדען די שיך, און געהאט א מינוט נאכאמאל אריין צוטראכטען אין מיין גוטע געפיל, האבעך גלייך געזעהן אז עפעס האט זיך געטוישט! א קערענדעל פון אומרואיגקייט, האט זיך אריינגעכאפט אין מיין געוויסען.

"עה סתם א דמיון", האבעך געמוסר'ט מיין געוויסען, עס איז דאך נישטא קיין שום סיבה אויף קיין זארג, די רענט איז באצאלט, ביל'ס זענען אלע כמעט קער גענומען, און די איינ'ס וואס נישט, איז אויך נאר ווייל די "דו דעיט" איז הערשט נעקסטע וואך, נא, וועלעך שיקען די געלט א וואך פרי? זאלן זיי רייך ווערן מיט פראצענטען וואס זיי קומט נישט? אבסעלוט ניין! מיר באצאלן טאקע אלס אין צייט, אבער טאקע נאר אין צייט, פריער נישט.

אלזא וואס איז די נערוועזקייט? נע ס'גארנישט, מעשה יצר, ער פארגינט מיר נישט דעם דאווענען, וואס קען ארויס קומען פון אזא פערפעקטע טאג-אנהייב. וועלמער עס איגראנירן, און אז ער וועט זעהן אז איך בין נישט גרייט צו שפילן זיין שפיל היינט, וועט ער גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט, אזא כפרה אויף אלע שונאי ישראל.

מיינע שלאף צימערען זענען אויפן אויבערשטען שטאק, און די איבריגע חלק הויז, אינטען, אזוי ווי עס איז שוין די מנהג, ביי אנשי שלומינו, וואס האבן צוויי שטאק. שפאנציר איך אזוי אראפ די שטיגען, און באגעגן מיין משפחה, אויך ב"ה פיין אויפגעלייגט היינט.

"גוט מאאאארגען" געב איך א זאג מיט א פרייליכען שטימונג, און זי זעהנדיג אז עס איז געלויבט-דעם-פון-אויבן א געלונגענע אנהייב, איז אף היא ענה אחריו, "א גוט מארגען, און א גוט יאר".

אינטער דעם באוואוסטזיין האט די אומרואקייט ווייטער געזשומעט, אבער ווי געשמוסט, מען גייט עס בכלל נישט גורס זיין, זאל ער קריכען צו א צווייטען – א שונא ישראל פארשטייט זיך -.

"וואס מיינסטו מען דארף א מאנטל היינט"? געב איך א פרעג. אה אבסעלוט נישט! קומט דער פריידיגער ענטפער - כ'בין ארויס פריער איינקויפן ברויט, פאר דיין פרישטאג, - וואס איז אגב שוין גרייט פארפאקט – און כ'מוז דיר זאגן, אזא וועטער, מאכט מען נישט אפט! עפעס ספעציעל שיין, וועסט אליינס זעהן, ס'וועט זיך דיר גלוסטען צו בלייבן אויפן גאס אגאנצען טאג.

"אהא" טראכט איך צו זיך "נישט אומזינסט האט מיר די טאג אויסגעזעהן אזוי זיס", שוין וועלמיר עס אויסניצן צום פולסטען אי"ה.

גענומען די טלית זעקל, די פרישטאג, און דעם טעלעפאן, און כ'בין אויפן וועג.

צו מיין גוט מזל, האבעך נעכטען געטראפן א גאר פיינעם פארקינג פונקט אין פארענט פון מיין הויז, אזוי אז ווי כ'בין ארויס אויפן גאס, און די זיסער געשמאקער ווינטל האט זיך אזוי געמיטליך צובלאזען אויף מיין געזיכט, איז דארט געזיצען מיין קאר'ל און ווי געשמייכלט צו מיר, אז עס האט זיך מיר געדאכט, אז ער - יא ער - די דומם האט אויך באמערקט די שיינקייט פון דעם ליעבליכען פרילינג טאג.

איך זעטץ זיך אריין אין קאר, צינד אים אן, ער לאזט ארויס דעם ריכטיגען "העעעעם", וואס זאגט אן, אז ער איז גרייט אויף דעם באפעל פון זיין בעה"ב, און וועט געטריי אויספירן וואס מען וועט פון אים פארלאנגען. און דארט אינטער דעם באוויסטזיין, - שוין אביסעל ווייניגער באהאלטען ווי פריער – קריכט זיך ארום די "נערוועז" ווערימעל, כאילו היינט האט ער גארנישט אויף די וועלט צו טאן, חוץ קומען צו מיר אויף געסטעריי.

שוין, אבער מיר וועלן אזא טאג – פאר אזעלעכע קלייניקייטען – נישט פארדארבן, געט מען א דריק אראפ אויפן אייזען, און "היידא" מען גייט אין שול.

ווי "זייגער ארבייט" האט היינט אלס געקלאפט אין שול. די קאווע איז געווען פריש, און טאקע פון די סארט וואס כ'גלייך זייער, א אויסוואל פון לויזע צוקער, קליינע פעקלעך, און יא קאצקא צוקער אויך, און טאקע נישט די גרויסע - וואס צוגייט גלייך אין מויל – נאר די הארטע, וואס אנדערהאלבן דערפון קען קלעקטען אויף א גאנצע קאווע, וואס איז דווקא גאנץ הייס אפי'.

די מקווה איז געווען גאר געשמאק, לויטער ציכטיג, און גאר ריין, און די גראד, עפעס ווי "קאסטעם מעיד" פאר די צוזאם שטעל פון א גוטע גיסטע, און א הערליכע טאג. און טאקע אזוי זיצענדיג אין וואסער, איז יענע קערענדעל פון פריער אינגאנצען פארשווינדען, און די "מודה אני" מצב, גלייך ביים אויפשטיין, האט זיך צוריק אריין שפאצירט, און אנגעפילט דעם גאנצען חלל אין מח וואס איז געשטעלט אויף גיסטע.

דאס האט אזוי לאנג אנגעהאלטן ביזן ענדיגען אנטאהן, ווען פון ערגעץ ווי איז די נערוועזיטעט צוריק אריינגעקומען! פון ווי? פארוואס? פארוועם? האבעך זיך שוין אביסעל געאייסערט, אבער דער האט נישט גענטפערט, נאר זיך אזוי אריין געדרייט מער און מער.

ארויף אין ביה"מ, אנגעטאן די טלית און תפילין, און מיט אלע כוחות אוועק געשטיפט די אומאנגענעמע מחשבות "מיר גייען יעצט דאווענען, און זאלסט אפי' נישט פראבירן מיך שטערען" האבעך ווי געשריגן צו זיך אליינס, און זיך געשטעלט זאגן ברכות.

וואס דער יעניגער האט געטאן דורך דעם דאווענען ווייס איך נישט, אבער מיר האבן פון אים פארגעסען. קען זיין ווייל "הבא לטהר" האט מען פון הימל געהאלפן, און דאס אז די בעל תפילה האט גאר פיין געדאווענט, האט זיכער נישט געשטערט. אבער אזוי ווי כ'האב גענדיגט אויסטאן דעם ר"ת'ס תפילין האב איך באואבאכט אז יענער איז נאך דא אין זיין פולע טראגע, און יעצט באהאלט ער זיך שוין אפי' נישט, נאר שטייט מיר פאר די אויגן, ווי א רויטע שמאטע פאר א בהמה, און פאכעט זיך מיט א טוולונישען טאנץ, דירעקט איך זאל אים נישט קענען איגראנירן.

אריין אין אפיס, די ארבייטער זענען אויך זעהט אויס אפעקטירט פון די שיינע מתנה – די הערליכע וועטער – וואס דער אויבערשטער האט אונז געשיקט. יעדער באגריסט אזוי שיין. אבער איך בין שוין היפש אויף די אנגעצויגענע זייט, אז כ'וואלט געווען א "פיבער", וואלט שוין דער באטרעפענדער וואס וואלט מיך געהאט, געדארפט אייננעמען 1000 מילעגראם טיילענאל.

פון דארט אין ווייטער איז אלס געגאנגען ווייטער ווי צוויי פארקערטע וועלטן! אלעס איז געגאנגען ווי ווייכע פוטער אויף הארטע ברויט, ווי פון זיך, יעדער האט געטאן זיין פליכט, אלעס האט געקלאפט, די טעלעפאנען זענען געווארן גענטפערט, און די שליח'סער זענען געווארן ערפילט, אויף א שטאפל וואס א ביזנעס קען זיך אין די היינטיגע שווערע צייטן נאר חלומ'ן, די פרישטאג איז געווען אזוי ווי זי וואלט געליינט מיין מח, פונקט אזוי ווי איך האב געוואלט, איך אליינס וואלט עס נישט געקענט אהערשטעלען אזוי פיין.

אבער איך, איך בין געווען ווי אויף א ראקעט צו די לבנה, ווען די לבנה וואלט ווען געווען די שפיץ נערוועזקייט וואס מען קען דערגרייכן! עס האט געבורט און געמורעט מער און מער! ווען לאנטש איז אנגעקומען איז די מצב שוין געווען אזוי שווער, אז ווען כ'בין ווען א טראק, און די נערוועזקייט איז ווען וואג, וואלט איך אויף זייער אסאך בריקען שוין נישט געווען ערלויבט צו פארן.

אזוי האט מען דורך געשטופט די איבריגע חלק פון טאג, אלעס איז געפארן ווי א נייער באן, געשמאק און אן קיין באמפ, חוץ מיין גוסטע וואס איז געגאנגען מטה מטה, מיט די שנעלקייט פון א אדלער, וואס האט באמערקט א געשמאקער נאכטמאל לויפן אויף דער ערד.

צוריק אין שול, מנחה מעריב, די שיעור, אלעס איז געווען אויך א פערפעקטער אופן, און ביים לערנען ווי ביים דאווענען האמער אפי' אביסעל פארגעסען פון די אנגעצוגענקייט, אבער אזוי ווי די רוחניות איז געווען פערטיג, האט ער זיך צוריק באוויזען מיט זיין גאנצער גלאנץ, און מיט א שפאטישען אויסדריק מיר געלאזט וויסען, אז ניין! כ'בין נאך נישט געגאנגען אויף פענסיע!!

נא געגאנגען אהיים, די לעכטיגע קינדערליך, יעדער מיט זיין מעשה פון חדר\שולע מיט א שמייכל אויסגעהערט, און געשטופט דעם נערוועזיטעט אין די זייט מיט אלע כוחות, און ב"ה ס'האט אויסגעזען ווי קיינער האט נישט באמעקט וואס עס שפילט זיך אפ אין מח.

צופיל חשק צו פארברענגען האבעך נישט געהאט מיט אזא אנגעלייגעטער גאסט. איז ווי נאר מיר האבן געפערטיגט די טאג'ס ארדערנונג, האמען זיך געגרייט צו לייגן. "אויף מארגען הייסט אויך א שיינער צייט", - האבעך געקלערט צו זיך - נא לאמיר האפן אז דער נודניק, וועט דורכאויס די נאכט טרעפען א צווייטער גאסט הויז, אין מיר לאזן מנוחה.

געווינטשען א גוטע נאכט, "כ'דארף מארגען אויפשטיין פרי, און זיין גוט אויסגערוהט" האבעך אויסגערופן, אויף צו פארענטפערען די פרעגענדיגע אויגן, צוליב די ערשיינונג אז כ'גיי זיך לייגען היפש פריער ווי געווענדליך.

אריין אין צימער, אויסגעטאן די טאג קליידער, שיין אויסגעלייגט אויפן בענקל, און ......... די גאנצער אנגעצויגענקייט, איז ווי פארשווינדען!! ווי אין וואסער אריין!! אלס איז צוריק כאילו כ'בין יעצט אויפגעשטאנען און די זון האט מיך נארוואס זיס באגריסט!

און דאן האב איך געכאפט וואס דא האט פאסירט!!

אבער קודם א קליינע הקדמה.

לעצטענס האבעך ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין, נישט אום "הרשל מייזעלס גערעדט", צוגענימען עטוואס וואג. עפעס א קאמבענאציע, פון א נייע רעסעפי בוך וואס די משפחה האט געווינען אויף א פארטי, און די "מיטל יארן" וואס די עקספערטען זאגן אלע, אז די פונטען קלעבן ווי קיינמאל בעפאר.

און זאגט מיר נישט יעצט די אלע ווערטלעך ווי:
"זאג, די ווייסט אז עס איז נישט לעגאל, ארויס צו בויען אן קיין פערמיט",
"דו האסט אנגעהויבן "פארשפרייטען אידישקייט"? ווילסט מקרב זיין די גאולה? כ'זעה דו ארבייטסט אויך " יפוצו מעיינותיך חוצה"!
"די דירה איז דיר אויסגעוואקסען? כ'זעה דו מאכסט א עקסטענטשאן"! וכו' וכו', ווייל די אלע ווערטלעך, און נאך אסאאאך אנדערע האבעך שוין געהערט יעדע איינס פון זיי, כאטש פיר פינעף מאל פון מיינע פריינט.

נאר אזוי גייט עס שוין, און דער אויבערשטער זאל העלפען, אז ס'זאל זיין חדש ימינו כקדם, און דער דאקטער זאל מיר נישט אנקוקען בייז ווען כ'שטעל זיך ארויף אויף יענעם מאשין, וואס רוב אידן האלטן אז עפעס א גאר גרויסער אידן פיינט האט אויסגעטראפן.

למעשה צוליב די מצב, איז עס צוגעקומען אז מ'האט געדארפט ....... אנהייבן צומאכען די פאסיק, אויף א נייע לאך!!

יא די נעקסטע, וואס ווער האט זיך געחלומ'ט אז איך וועל זיך נאך דערקייקלען איר צו דארפן באגעגענען! ווען כ'האב דעם פאסיק געקויפט, האב איך מיט שפאט געקוקט אויף דעם לעכעל, און זיך נאר געקענט בייזערען אויף די דומהייט פון די פירמע, אז זי האט אפי' געקלערט אז א לעכל אויף די ווייטקייט איז בכלל א וויכטיקייט.

עכ"פ יענעם אינדערפרי, האבעך פאר א אומפארשטענדליכע סיבה, בטעות פארמאכט דעם פאסיק אויפן אלטן לעכעל!! און נאך די מקווה נאכאמאל! פארוואס ווייסעך נישט, ס'קען זיין אז די גוטער וועטער האט אריין געבלאזען אזא גוטמוטיקייט, און אפעטעמיסטישקייט אז כ'האב פארגעסען פון די נייע שטאפל, אדער א אנדערע סיבה, אבער ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין, איז די טעות געווען די קאלפריט די גורם, פאר די צרות!!

זאל דאס זיין א ווארענונג פאר אלע, למען השם! געט זייער אבאכט איר זאלט חס ושלום נישט פארמאכן דעם פאסיק אומריכטיג, ווייל די שענסטע טאג פון יאר קען גיין א גאנג און וועסט אפי' נישט וויסען פארווואס!!

(לכבוד דעם 4000 מיילשטיין)
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום זונטאג מארטש 03, 2013 2:29 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מיטוואך פאברואר 27, 2013 7:04 pm

א דאנק עס איז א געוואלדיגער דערהער.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מיטוואך פאברואר 27, 2013 7:37 pm

;l;p-
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך פאברואר 27, 2013 9:15 pm

לכתחילה, זיס אראפגעלייגט! ס'גיסט זיך זאפט פון יעדן פאראגראף.
די מוסר השכל וואס איך נעם ארויס פון די מעשה איז צו גיין מיט הויזן טראגער...

אגב בין איך געוואויר געווארן אז כ'בין נישט דער איינציגסטער וואס איז מקפיד צו טרינקען קאווע דוקא מיט די קליינע הארטע קאצקע צוקער...

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מיטוואך פאברואר 27, 2013 9:42 pm

לכתחלה, זייער זייער שיין.
פשטות רעדסטו נישט פון היינט, ווייל היינט אינדערפרי איז גראדע געווען גאנץ א שווערע וועטער.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9541
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך פאברואר 27, 2013 10:35 pm

חחחחחחחחחחחחחחחחח, נישט געכאפט ביז סוף צו ווי די צילסט, גאר גוט.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך פאברואר 27, 2013 10:42 pm

אז מקען, קען מען! געוואלדיג!

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » מיטוואך פאברואר 27, 2013 10:44 pm

לכתחילה, וואס זאלעך דיר זאגן??
מתוק מדבש יעדעס ווארט!!
נישט פון דעם ארטיקל רעד איך!
איך רעד פון אלע דיינע לכתחילה-"אריבער 4000 תגובות"!!!
כה לחי'!!! גיי אן ווייטער, מיר זענען זיך מחי' מיט יעדעס ווארט וואס דו שרייבסט!!!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך פאברואר 27, 2013 10:55 pm

אוי מיין גאט. מען האט שוין געהערט פון צונעמען וואג, העק - איך זעה עס באשיינפערליך יעדע מאל איך קוק אראפ ווי אן אדלער צו זיין מאלצייט אויף דער ערד [מאמר המוסגר: די משלים דיינע זענען ווערט קעש יענע איינע פון זיי], אבער 4000??? קאם-אן! פיר טויזענט?....

אה, דו רעדסט פון תגובות :lol:

נעקסט. זייענדיג 'לכאורה' קען איך נישט אדורכלאזן אפילו אזא פערפעקטע ארטיקל אן הערות, אלזא, די ריכטיגע סלאגאן וואלט געווען נישט אום "הערשל מייזעלס" גערעדט... ר' יחזקאל איז זיין פאטער.

וואס נאך? כ'אמזל דו האסט נישט געשריבן ביי די פארמעסטן, וואלט געווינען דעם עולם מיט א קנאק-אוט.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מיטוואך פאברואר 27, 2013 11:33 pm

פארדינט האט געשריבן:לכתחילה, וואס זאלעך דיר זאגן??
מתוק מדבש יעדעס ווארט!!
נישט פון דעם ארטיקל רעד איך!
איך רעד פון אלע דיינע לכתחילה-"אריבער 4000 תגובות"!!!
כה לחי'!!! גיי אן ווייטער, מיר זענען זיך מחי' מיט יעדעס ווארט וואס דו שרייבסט!!!

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 12:59 am

א טאלאנטפולע שטיקל, גענומען אויף א פיינעם רייד, מהאמער הנאה געהאט.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 3:24 am

שוין איינמאל א געשיכטעלע, זייער שיין און היומעריסטיש.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 9:20 am

האלאו, קען מיר איינער אראפנעמען פון דא אויבן? דער לכתחילה האט מיר אהער ארויפגעפירט אינאיינעם מיט שפאנונג און איך טרעף נישט די וועג אראפ...

איינס פאר דעם ארטיקל ;l;p- , און די איבריגע פיר טויזענט נעם ארויס פון גמ"ח אויף מיין אקאונט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 10:22 am

מיר האבן אייביג געוואוסט אז דו ביסט גוט. אבער הומער אויך?? WOW

אוועטאר
ראשית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 11:24 am

תגובהדורך ראשית » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 11:18 am

זאלסט קיינמאל נישט האבען קיין גרעסערע פראבלעמן און די זאלסט אייביג טרעפן די שורש פונעם פראבלעם
בשביל התורה שנקרא ראשית, בשביל ישראל שנקרא ראשית

שלעפער נומבער 1
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2012 12:01 pm
לאקאציע: געווענליך אין בעט...

תגובהדורך שלעפער נומבער 1 » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 11:25 am

לכתחילה, דאס איז פיינע נייעס.
פונקט היינט נאכן דאווענען האב איך געריפן צו מיר אינדערהיים מעלדן איבער די הערליכע וועטער... און טאקע גלייך נאכדעם זיך געזעצט עסן א געשמאקע פרישטאג...
שלעפער שלעפער וואס וועט זיין מיט דיר....

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 12:08 pm

וואוו!!! אזא עמאושענעל מעשה, כ'האב ממש געוויינט, און דארט ביים קלימאקס, מיט די פאסיק פון די לאך, אוי איז דאס, דו וואלטסט גידארפט שרייבן אז דאס איז נישט פאר שוואכע הערצער.
און דער מוסר השכל דערפון... איך מוז זאגן.. פוי פוי פוי (מיט א פינטל).
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 1:20 pm

;l;p- :lol: :lol:
ידיד האט געשריבן:לכתחילה, זיס אראפגעלייגט! ס'גיסט זיך זאפט פון יעדן פאראגראף.
די מוסר השכל וואס איך נעם ארויס פון די מעשה איז צו גיין מיט הויזן טראגער...

...

:lol: ;l;p-

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 4:25 pm

א גרויסער ישר כח פאר אלע קאמענטירער! עס איז א מחי' צו זיין דא צוזאמען מיט ענק.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 5:04 pm

הרב לכתחילה
עס איז דא א מורא דיגע עצה צו דיין פראבלעם
א טרעק פאסיק
מען ווייסט נישט ווען מען נעמט צו ווען מען פארלירט מען מאכט דאס צו ביז וויפיל ס'גייט......

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 7:14 pm

WOW

יעצט געלייענט

איך האב געפילט היינט אגאנצן טאג אז עפעס דארף איך נאך ערלעדיגן, עפעס א וויכטיגע זאך.. עס האט גענאגט און געקוועטשט..

יעצט ווייסן מיר שוין, איך האב נאכנישט געהאט געלייענט דיין ארטיקל...

עס געפעלט מיר אז מען קען מאכן אזא שיינעם ארטיקל פון א שווארצן לאך, זייער שיין, האסט מיר מחי' געווען

גיימער עס ארויספרינטן און געבן פאר די משפחה צו ליינען

ובחדא מחתא (גוט געספעלט?) וויל איך מיך באדאנקן פאר די אלע ארטיקלען ביז אהער, געווענליך ווען איך קום אריין אין קרעטשמע, די ערשטע עפענט מען וואו מען זעט דיין נאמען, דערנאך גייט מען צו די איבריגע, דו האסט א חלק אין דעם וואס איך גיי נישט ליינען אויף אנדערע פלעצער
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
העקער
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 9:11 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך העקער » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 11:24 pm

אויסערגעווענליך, איך האב מיך געמוזט אריינסיינען צו באדאנקן פאר דיינע שיינע ארטיקלען

דו באקומסט לייסענס צו דרייוון א רייד אריין אין לאך אריין

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » פרייטאג מארטש 01, 2013 2:20 pm

הערליך הערליך!
ליינט זיך זייער געשמאק און זאפטיג.
לכתחילה, יישר כח ענד קיפ אָן.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מוצ"ש מארטש 02, 2013 3:32 pm

מחמת טירדות החג געמישט מיט עצלות איז מיר נישט אויסגעקומען צו ליינען דעם ארטיקעל ביז יעצט. א גרויסען ייש"כ, איך האב שטארק הנאה געהאט סיי פונעם געדאנק און סיי פונעם געשמאקען לשון.

על זה הדרך האב איך אמאל געהערט פון איינע פון די בעלי מוסר אז דער צווייטע וועלטס קריג האט אויסגעבראכען אינעם טאג ווען טשערטשיל'ס ווייב האט פארברענט זיין טאוסט. אלץ איז דער זעלבע רעיון אז אמאל איז מען גערעגט און נערוועז און מען באשולדיגט דער גאנצע וועלט, ווען מען וואלט בלויז געדארפט טוישען די ענגע שיך אדער לויז מאכען דעם פאסיק.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » פרייטאג יוני 28, 2013 2:07 pm

יאפ, זעט אויס איך בין נאר אביסל יונגער פון לכתחלה... היינט ביי מיר האט מען בשעטומ"צ ארויפגעריקט א לעכל...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שמן זית און 21 געסט