בלאט 1 פון 1

בעט דער אויבעשטער אליין (גם בענין ברכות) חלק ד' - פ.ד.א.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 7:24 pm
דורך אנעים זמירות
אין חלק ג' האבען מיר דא אביסעל ארומגערעדט וויאזוי ברכות טוהן אויף און מיט וועלכען כח גיין זיי צו. מיר האבען געברענגט פון די קדמונים איין מהלך דאס צדיקים ברענגען אראפ א שפע אלקי און זיי דינען אלץ א צינור בעת זיי טוהן אנוואונטשען, אדער אז זיי זענען זיך מתחבר צו כביכול און צום כסא הכבוד מקור מחצבתם, און אזוי קענען זיי משפיע זיין חסדים.
מען דארף נאך אבער פארשטיין, פארוואס טאקע האט דער צדיק א כח צו טיילען ברכות און דערמיט מבטל זיין גזירות. לכאורה, ממה נפשך, אויב איז פארשריבען אויף דעם יוד ער זאל נענש ווערן צוליב זיינע חטאים, וואס העלפט דען א ברכה, און אויב האט ער נישט געזינדיגט, פארוואס קומט די גזירה?
אין הכי נמי, ווען מען גייט אצל חכם איז אויך דא א מכוון דער צדיק זאל בעטען פאר אונזער’ט וועגן, היות זיין תפילה מוז דורך גיין ווייניגער מחיצות ווי אונזערע. למעשה, אבער, אפטמאל ווען מען גייט צום צדיק טוט מען גארנישט בעטען ער זאל מתפלל זיין נאר מען בעט בלויז א ברכה, טא לא’מיר פארשטיין - וויאזוי קען דאס העלפען?
באמת מוז מען מקדים זיין אז א צדיק האט טאקע א כח פון צושטערען גזירות, ווי חז”ל (מו”ק טז:) טייטשען אויפען פסוק צדיק מושל ביראת אלקים. אויך איז דא א גמרא דאס א מוציא יקר מזולל האט אן עקסטערע כח צו קענען מבטל זיין גזירות. עס ליגט אבער דערין א טיעפערען כונה.
איך האב אמאל געהערט א שמועס פונעם פריערדיגען באבובער רב זצ”ל (מהר”ש השני) צו ערקלערן דעם גאנצען ענין. ער האט געברענגט פון ספה”ק צוויי מהלכים דערביי:
א. אין הכי נמי, עס איז נישט אזוי ווייט די ברכה וואס טוט אויף, נאר עס איז דעם עצם גיין צום צדיק. כידוע קומען דאך אלע יסורים ווייל דער מענטש האט געזינדיגט און פוגם געוועהן בענינים שונים, און דער אויבעשטער וויל איהם מעורר זיין לתשובה.
ווען דער רבי זעהט וואו דער מענטש האלט טוט ער איהם אויס’מוסר‘ן און איז איהם מחזיר למוטב, אזוי ווערט ער ממילא געהאלפען. סיי ווייל ער האט שוין תשובה געטוהן אויפען חטא און סיי ווייל די גזירה איז געוועהן פארשריבען אויף גאר אן אנדערע מענטש ווי דער וואס שטייט אצינד לפנינו.
ב. ווען דער מענטש קומט צום צדיק טוט זיך דער צדיק אריינלייגען אין זיין מצב און ער פילט מיט די יסורים וואס דער מענטש מאכט מיט. קומט אויס אז די צרה איז יעצט אויך אויפען צדיק, און ער ליידט אליין דערפון. וויבאלד עס איז נישט נגזר געווארען פארן רבי’ן ער זאל מוזען ליידען, מוז די גזירה בטל ווערן און דער יוד ווערט געהאלפען.

אין ווארהייט, אט דעם כח פארמאגט יעדע יוד. עס איז דא א טייטש פון ספה”ק אויפען פסוק אין שירת האזינו הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט א-ל אמונה ואין עול צדיק וישר הוא - דער באשעפער’ס מעשים זענען גאנץ און גלייך און אלע זיינע וועגן זענען גערעכט אהן קיין שום פעלער ווייל כביכול איז א צדיק וישר. זאגען צדיקים אז ווען א שופט בשר ודם טוט פאראורטיילען א פארברעכער צ.ב.ש. ער זאל גיין אין טורמע, טוט ער זיך אלגעמיין רעכענען בלויז מיטען פארברעכער און זיין עולה, און ער פסק’ענט אזא עונש וואס איז ראוי פארן עולה.
הגם ווען איינער גייט אין תפיסה זענען דא פיהל ארומיגע אומשולדיגע וואס ליידען, למשל זיין ב”ב וואס דארף אצינד טראגען דעם עול הפרנסה, זיינע קינדערלעך וואס האבען נישט קיין טאטע א.א.וו, דאך איז נישט ביכולת פון דעם ריכטער אויסצורעכענען וויאזוי דער עונש וועט באיינפלוסען יעדעם איינער.
ביי כביכול איז אבער נישט אזוי. ווען דער אויבעשטער איז חלילה מעניש איינער, איז אויסגערעכענט פונטקליך וויפיהל צער עס מוז צוקומען פאר יעדער וואס קען איהם נאר. דער באשעפער איז תמים פעלו און כל דרכיו משפט - אלע וועגן בלי יוצא מן הכלל זענען אויסגעהאלטען. טאמער וועט פון די גזירה ארויסקומען א ווייטאג פאר בלויז איין יוד וואס עס קומט זיך איהם נישט, וועט די גאנצע גזירה בטל ווערן.
קומט אויס דאס מיטען כח פון אהבה ואחוה, ווען איין יוד פילט פארן אנדערע און לייגט זיך אריין אין יענעם’ס מצב קען ער דערמיט מבטל זיין אלע דינים אויף יענעם, ווייל אויף דעם אנדערען יוד איז דאך אנגעבליך נישט נגזר געווארען צו ליידען.

באמת ווען מען רעדט פון דאווענען פאר א צווייטען ליגט אויך דעם זעלבען ענין. חוץ פון דעם עצם זאך וואס כביכול האט אריינגעשטעלט אין די בריאה אז תפילה טוט אויף און מיטען כח פון תפילה קען מען מבטל זיין גזירות, איז אויך דא די כונה אז ווען מען בעט פאר א צווייטען און עס טוט באמת וויי אז יענער ליידט, קומט אויס אז די צרה איז משפיע אויך אויף אזעלכע וואס זענען נישט געוועהן בכלל די גזירה, און עס ווערט בטל.
ספה”ק טייטשען המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר - דהיינו פארן מתפלל אליין פעלט אויס פערזענליך אז יענער זאל געהאלפען ווערן, אזא תפילה איז נענה תחילה.
זאל דער אויבעשטער העלפען אלע יודען זאלען אויפגעראכטען ווערן מיט ישועות ורפואות וכל טוב סלה.