אינוועסטמענט איידיעס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

אינוועסטמענט איידיעס

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג פאברואר 17, 2013 3:03 pm

איך בין זיכער עס איז שוין דא אזא אשכול אבער זוי ווי האבעך נישט קיין נערווען צו זיכען עמער זיך פארלאזען על השמלצערס שישמעלצצו.

מיר אידעלעך שפרידלען דאך מיט געדאנקען אויך זיכט מען א קוויק ריטארן, זאל מען דא שרייבען אלע איידיעס אולי וועט איינער הנאה האבען דערפון באיזהו אופן.

ובכן די מעשה איז אזוי, ביי מיר אין בית המדרש'ל האב איך דעם כבוד עוסק צו זיין בסעודת דוד מלכא משיחא, איינע פון די הויכגעשעצטע תפקידים איז מאכען קאוועס פארען עולם, מערק איך ווי מאנכע האבען א ספעציעלע הנאה פון די קאצקא-צוקער ווערסוס די לויזע צוקער, כידוע האט זיך יעדער די אייגענארטיגע מנהגים ווי אזוי מען האלט עס,טינקט עס,נאגט עס וכו.

פון די מ"מ איז עס אריבער אויף די סעודות און יעך בין א שטיקעל אונטער-אונטער-שמש ביי די סעודות, באמערק איך עס איז אייביג דא אפאר אירע וואס בעטען זאלץ פאר די זיפ/קארטאפעל/פיש/סאדא/פלייש/לאטקע/ ,ווייסט עטץ דאך וואס געשעהנט ווען א הונגעריגער איד שיט אריין פון די רינדיכיגע רויטע באטעל אדער גיסט זיך צו ווייניג געבט מען עס אזא שאקל מיט צוויי פינגערס גיסט זיך שון צו סאך.

פאלט מיר איין א הפלא'דיגע פאטענט, הלמאי עס זאל נישט זיין קיין קאצקא-זאלץ? וועט איר דאך אנהייבען מיט די תירוצים אז זאלץ קומט נישט אזוי וכו. זאג צוקער וואקסט דען יא אזוי? די זעלבע פראסעס וואס פארוואנדעלט שוגער קעינס צו קאצקא-צוקער וועט פארוואנדלען זאלץ צו קאצקא-זאלץ.

והא ראיה אפילו אוסם פאבריצירט קאצקא-זופ, און נר מצוה פאבריצירט צעהן-שטיקלעך-בדיקת חמץ-קאצקא-ברויט נוטצען דען מער מענטשען קאצקא-זופ און צעהן-שטיקלעך-בדיקת-חמץ-קאצקא-ברויט ווי זאלץ? נארוואדען אוסם און נר מצוה האבען געזעהן ווי גוט די קאצקא טרענד גייט האבען זיי זיך ארויפגעכאפט אויפען באן. לכאורה איז נישט דא קיין סיבה די קאצקא-זאלץ זאל נישט זיין קיין הצלחה.

אה מען דארף דאך א ברענט נעים אויך, וואסי שלעכט מיט זאלצוואסער ברענד? עפטער אולל טריקענט זאלץ מען אין וואסער (איף איי רימעמבער קארעקטלי), זארג דיך נישט זאלצי היקר מען וועט אייך צאלען רויעלטיס פאר די נאמען.

סאו ווער איז 'אין' פאר א אינוועסטמענט? מיר נעמען נאר אן פון א מאה'לה און העכער, מען קען זיך איינשרייבען ביי וויכי יר"ה וואס וועט אייך מסביר זיין בטוב טעם ודעת פארוואס דאס איז בעסער ווי א ערבים פאליסי.

לויפט און קויפט!
לעצט פאראכטן דורך יוסף שרייבער אום זונטאג פאברואר 17, 2013 3:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג פאברואר 17, 2013 3:06 pm

להלכה וועט מען קענען יוצא זיין די כרפס דערמיט???

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג פאברואר 17, 2013 3:07 pm

זאג נאר דו הייסט יאכעס אויף די לעצטע נאמען?

היינט צופרי איז געווען דער מדובר אויף די גוגל גרופע פון אייוועלט, און יאכעס האט געזאגט אז ער האלט אינמיטן אזא פראיעקט... איך מיין זאלסט דיך פארבינדן מיט אים.

איך וועל זיין דער ערשטער קאסטומער טאמער איז עס פאר ביליג. איך דארף עס פשוט צום זאלץוואסער...

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג פאברואר 17, 2013 3:11 pm

אוי וויי בלומבערג וועט אייך ארויס ווארפען פין שטעטעל

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג פאברואר 17, 2013 3:12 pm

חכם קענסט דיך נישט האלטען דאס מויל? איך האב עם געוואלט אויסכאפען! אלס קנס גייט אראפ צעהן פראצענט פון אייער ראיעלטיס. דאס איז בתנאי איר בלייבט מיט מיר, אויב גייט איר צו יאכעסן'ס קאמפאני וועט איר נישט זעהן קיין רויטע באטל זאלץ פון מיר! איר הערט?

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » זונטאג פאברואר 17, 2013 3:46 pm

גוטע אינטראו,
גראדע געפעלט מיר די איידיע פון קאצקע זאלץ, און אודאי פון דיזע אשכול,
נעקסט איידיע פליז...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג פאברואר 17, 2013 3:46 pm

איר מוזט וואוינען אין א גאר ווייטע לאנד אז איר רעדט פון רויטע זאלץ פלעשלעך. דא אין בלומבערג-טאון איז סייווי זאלץ א מיאוס'ע ווארט, מען קען באקומען דערפאר פינף יאר שיסן און צען יאר הענגן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

קאפעליטש
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 3:42 pm

תגובהדורך קאפעליטש » זונטאג פאברואר 17, 2013 4:03 pm

משנה מקום האט געשריבן:אוי וויי בלומבערג וועט אייך ארויס ווארפען פין שטעטעל

ביי אינז אין ניו יארק קען עס טאקע שטארק צינוץ קומען, איינמאל בלומבערג וועט גענצליך פארבאטן צו האנדלען מיט די סחורה, וועט דאס טאקע זיין די גרינגסטע וועג עס צו פארקויפן אויפן שווארצן מארקעט.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג פאברואר 17, 2013 4:16 pm

אן אלטע פייבאל, שוין פייגעבאלן פאר מיסיס ..לוט, זי פלעגט געבן טאקע נאר קאצקא זאלץ, דערפאר איז זי פארוואנדלט געווארן אין א ריזיגע 'קאצקע-זאלץ' כמו שנאמר ותהי נציב מלח....

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג פאברואר 17, 2013 4:29 pm

שוין! שכוח יהי' כן! האמער שוין א נאמען אויך "נציב מלח" קאצקע זאלץ! און זאלן זיך אלע קאצקענען

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג פאברואר 17, 2013 9:42 pm

זאלצי טייערע וואספארא סומאטוכע איר האט דארט אנגעמאכט, אינישט גענוג געווען מיט די סומאטוכעס?

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » זונטאג פאברואר 17, 2013 9:59 pm

דארפסט איידיעס?
האו עבאוט א "פלעקסיבל זייגער" ס'הייסט א זייגער וואס די באנד איז פון ראבער.
א גאנצן טאג טוט מען עס אן אויף די האנט.
אז מ'קוקט זיך אין שפיגל טוט מען עס אן אויפ'ן שטערן.
ביים שווימען איז עס די בעסטע אויף די פיס, אזוי קען א צווייטער אויך הנאה האבן.
ביים שלאפן הענגט עס פון בעט.
ביים עסן, אויפ'ן מילך באטל.
ביים דאווענען, פון די תפילין.
אין מקוה, מממ... ענליך צום שווימען.
ווען מ'מאכט א בלאד טעסט, אידעך ראבער ס'בעסטע, שארצט מען עס ארויף ביז אויבן.

ווער וויל אינוועסטן?
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1944
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג פאברואר 18, 2013 12:26 am

זאלץוואסער האט געשריבן:שוין! שכוח יהי' כן! האמער שוין א נאמען אויך "נציב מלח" קאצקע זאלץ! און זאלן זיך אלע קאצקענען

אדער גאר "לויטערזאלץ" ע"ש די ערפינדערן...

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג פאברואר 18, 2013 2:58 pm

מיין צווייטע אינוועסמענט איז אין א פורים עפפ. וואס מאכט דיך אויזעהן שיכור ווען מען איז נישט. אני כשלעצמי האב צופיל סודות אויף צו נעמען א טשענס.. איך פראביר צו טוהן וואס דער טאטע זז"ג טוהט מען לייגט זיך אביסעל און מען איז יוצא עד דלא ידע ביים שלאפען, אויב איך קום נישט אן דערצו פארלאז איך זיך אויף די אלע דורכגעווייקטע חסידישע אידען די געלט גייערס וואס זענען עוסק במלאכתם, העכסטענס וועל איך זיך אריינכאפען מיט זיי אין גהינם.

תכלית איז דאך מער קילער אויסצוזעהן שיקער, ווילאיך דיוועלאפען א עפפ. וואס מאכט איינעם אויסזעהן שיקער.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג פאברואר 18, 2013 3:07 pm

א המן אלארם!!
א שטייגער ווי א סמאוק דידעקטאר וואס ציפייפט זיך ווען ער דערשמעקט פייער
זאל זיין א אויטאמאטישער המן פייפער, ווען דער סענסאר 'דערהערט' א המן'דל אין די מגילה זאל ער זיך ציפייפן אזש מ'זאל טויב ווערן

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג פאברואר 18, 2013 3:08 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:מיין צווייטע אינוועסמענט איז אין א פורים עפפ. וואס מאכט דיך אויזעהן שיכור ווען מען איז נישט. אני כשלעצמי האב צופיל סודות אויף צו נעמען א טשענס.. איך פראביר צו טוהן וואס דער טאטע זז"ג טוהט מען לייגט זיך אביסעל און מען איז יוצא עד דלא ידע ביים שלאפען, אויב איך קום נישט אן דערצו פארלאז איך זיך אויף די אלע דורכגעווייקטע חסידישע אידען די געלט גייערס וואס זענען עוסק במלאכתם, העכסטענס וועל איך זיך אריינכאפען מיט זיי אין גהינם.

תכלית איז דאך מער קילער אויסצוזעהן שיקער, ווילאיך דיוועלאפען א עפפ. וואס מאכט איינעם אויסזעהן שיקער.


סאו סאררי פארן דיך צוברעכן אבער ס'איז שוין דא אזא עפפ.

ס'הייסט "טשעקבוק" און דארט מאכט מען חשבונות פארן באנק אקאונט. . . . געוויינליך ווען איך קוק דארט ווער איך אזוי אן וויין....

נעקסט פליז!

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג פאברואר 18, 2013 3:10 pm

יהיה כן האט געשריבן:א המן אלארם!!
א שטייגער ווי א סמאוק דידעקטאר וואס ציפייפט זיך ווען ער דערשמעקט פייער
זאל זיין א אויטאמאטישער המן פייפער, ווען דער סענסאר 'דערהערט' א המן'דל אין די מגילה זאל ער זיך ציפייפן אזש מ'זאל טויב ווערן


אבער מען דארף אכטונג געבן די מאשינקע זאל נישט פריזן, עס קען זיך ח"ו צופייפן ביי מרדכי
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג פאברואר 18, 2013 3:11 pm

שנאפס האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:א המן אלארם!!
א שטייגער ווי א סמאוק דידעקטאר וואס ציפייפט זיך ווען ער דערשמעקט פייער
זאל זיין א אויטאמאטישער המן פייפער, ווען דער סענסאר 'דערהערט' א המן'דל אין די מגילה זאל ער זיך ציפייפן אזש מ'זאל טויב ווערן


אבער מען דארף אכטונג געבן די מאשינקע זאל נישט פריזן, עס קען זיך ח"ו צופייפן ביי מרדכי

ס'איז נישט קיין RIM פראדוקט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג פאברואר 18, 2013 3:11 pm

מיינסט ביי 'מהומן'

גימטריאות וועט ער נישט רעכענען (ארור המן וברוך מרדכי שניהם גימטריא שוים)

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג פאברואר 18, 2013 3:13 pm

איך קען קינדער וואס באווייזען דעם קונץ בעסער ווי סיי וועלכע אלארם.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג פאברואר 18, 2013 3:22 pm

אזוי?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מאנטאג פאברואר 18, 2013 3:25 pm

ווי גרויס גייט זיין די קאצקא-זאלץ?
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג פאברואר 18, 2013 3:26 pm

שנאפס האט געשריבן:אזוי?

יא, נישט נאר דאס נאר זיי ווייסען שוין פארדעם ווען עס גייט קומען, וועלכע דיטעקטער קען דאס באווייזען?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג פאברואר 18, 2013 3:37 pm

און אז מ'רעדט שוין ווער ווייסט וואו איז מרומז צאר בלעם-בארג אין די מגילה?

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מאנטאג פאברואר 18, 2013 3:45 pm

יא יא!!! רעדסט פון אנדערע איידיעס און די צייט קען איך אויס כאפען אין ארוי געבן די אזוי גערופענע "זאלץ שטיינער"
שששששש באלד וועט זיך נאך זאלצי טוישען די נאמען.....


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט