בלאט 1 פון 1

בעט דער אויבעשטער אליין (גם בענין ברכות) - חלק ג'

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 3:07 pm
דורך אנעים זמירות
המשך פון דא

פארגאנגענע וואך האבען מיר געברענגט דעם מאמר חז”ל מי שיש לו חולה בתוך ביתו ילך אצל חכם. מענין לענין באותו ענין האבען מיר געקלערט בעזה”י אביסעל מבאר צו זיין דעם ענין פון גיין צו א רבי נאך א ברכה, ווי אויך דעם ענין פון ברכות אין אלגעמיין.
קודם מוז מען וויסען אז א ברכה איז א הייליגע זאך, וואס דער מקור דערפון טרעפען מיר שוין ביי די אבות הקדושים. יצחק אבינו האט געבענטשט יעקב, און יוסף הצדיק האט געברענגט אפרים ומנשה צו יעקב אבינו ער זאל זיי בענטשען. שפעטער האט יעקב געשענקט ברכות פאר אלע הייליגע שבטי י-ה.
פון דעם וואס עשו האט געמאכט אזוינע געוואלדען ווען ער האט אויסגעפונען אז בא אחיך במרמה ויקח ברכותיך, און פון דעם ויחרד יצחק חרדה גדולה ווען ער האט זיך דערוואוסט אז ער האט אנגעוואונטשען א צווייטען אנשטאטס עשו, האבען מיר א באגריף אין דעם גרויסקייט פון א ברכה.
נישט נאר א ברכה פון א צדיק האט א כח, נאר יעדן איינפאכען יוד האט דעם כח צו וואונטשען פון אלעם גוטען (אויב ער איז א טוב עין, וכאשר עוד נבאר בעזה”י). עס איז אנגענומען ביי מענטשען אפטמאל ווען זיי וואונטשען לייגען זיי צו, ”לא תהי ברכת הדיוט קלה...“ דער נצי”ב איז אבער מבאר אז מען טרעפט נישט אין ערגעץ א יוד זאל ווערן אנגערופען הדיוט (אויסער ווען מען רעדט אין פארגלייך מיט כביכול, צ.ב.ש. ממון גבוה און ממון הדיוט).
אז א יוד האט א כח צו וואנטשען איז א דבר פשוט און מען דארף דערויף נישט קיין ראיות. נישט דאס איז דער חידוש פון חז”ל ווען זיי לערנען אונז לא תהי ברכת הדיוט קלה בעיניך. די הייליגע חכמים זענען אונז מגלה אז אפילו א ברכה פון א גוי קען אמאל אויפטוהן, און אפילו אין אזא ברכה טאר מען נישט מזלזל זיין. דערפאר ברענגט די גמרא טאקע ראיות פון אֲרַוְנָה וואס האט אנגעוואונטשען דוד המלך און דַרְיָוֶש וואס האט אנגעוואונטשען דניאל, ווייל הדיוט מיינט א גוי.

ווי וויכטיג און חשוב עס איז א ברכה און ווי דרינגענד עס איז כסדר צו טיילען ברכות זעהן מיר פון א מעשה וואס חז”ל פארציילען אין מסכת מגילה (כו:). רב הונא איז אמאהל געקומען פאר רב ווען זיין קאפ איז אנגעבונדען מיט א פשוט’ע טוך, נישט מיט זיין שיינעם זיידענעם טוך. ווען רב האט זיך געוואונדערט דערויף האט איהם רב הונא ערקלערט, ”איך האב נישט געהאט אויף קידוש צו מאכען, האב איך פאר’משכונ‘ט מיין טוך און מיט די געלט האב איך געקויפט וויין.“
”זאל דער אויבעשטער דיר העלפען,“ האט רב ווארעם אנגעוואונטשען, ”דו זאלסט ווערן איבערגעדעקט מיט זיידען.“
א צייט שפעטער, ווען רב הונא האט פארהייראט זיין זוהן רבה, איז ער זיך געגאנגען צו-לענען אביסעל אויף א בעט אינעם זאל. זייענדיג גאנץ קורץ איז רב הונא נישט געוועהן אזוי קענטבאר דארט אויפען בעט. ווען זיינע קינדער און איידימער זענען אנגעקומען האבען זיי ארויפגעווארפען זייערע זיידענע מאנטלען אויפען בעט, נישט באמערקענדיג ווי רב הונא ליגט דארט. אזוי איז מקוים געווארען רב’ס ברכה אז רב הונא זאל ווערן איבערגעדעקט מיט זייד.
ווען רב האט געהערט דערפון האט ער מקפיד געוועהן אויף רב הונא און ער האט איהם פארגעהאלטען, ”פארוואס, ווען איך האב דיר געוואונטשען דעמאלס, האסטו נישט צוריק געזאגט, ’וכן למר - די זעלבע זאל פאסירען מיט אייך‘?“
איז מסביר דער מהרש”א דאס כאטש ביי רב הונא האט די ברכה אויסגעקלאפט אין אזא אופן וואס ער האט גארנישט געהאט דערפון, האט רב געהאלטען אז דעמאלס ווען ער האט געוואונטשען איז ווייזט אויס געוועהן א שעת הכושר, און טאמער רב הונא וואלט איהם צוריק אנגעוואונטשען וואלט אפשר די ברכה יא געלונגען ביי איהם.
עכ”פ זעהן מיר פון דא ווי מען דארף כסדר נאר וואונטשען און בענטשען, ווייל מען קעון נישט וויסען ווען עס איז א שעת הכושר און די שערי רחמים זענען פונקט אפען.

איז למעשה, וואס איז דער ענין פון א ברכה?
מיר וועלן אצינד ברענגען צוויי מהלכים פון די קדמונים. דער ספר עקרים (שער רביעי פרק י”ט) ערקלערט ווי פאלגענד: א ברכה איז ראשית כל א תפלה עס זאל אזוי פאסירען. אויך טוט מען מיטען ברכה צוגרייטען דער געבענטשטע ער זאל קענען מקבל זיין דעם שפע. מיט דעם ברכה ווערט דער מקבל א ’כלי מחזיק ברכה‘ אנצונעמען אלעם גוטען.
דער צדיק ווערט א צינור (רעהר) דורך וועלכע עס קומען אראפ די השפעות פון הימעל. ווען דער צדיק טוט אנוואונטשען דורך ארויפלייגען זיין האנט (ווי למשל יעקב אבינו מיט מנשה ואפרים), העלפט דאס ער זאל קענען ווערן א צינור און ממשיך זיין שפע פון הימעל. (לסבר את האוזן קען מען דאס פארשטיין מיט א גשמיות’דיגע משל פון עלעקטריציטעט. כל זמן עס איז דא א דראט וואס איז מחבר צווישען דעם מקור פונעם עלעטריציטעט מיטען מאשין, ארבעט דער מאשין.)
ווען יעקב אבינו האט געקושט מנשה און אפרים איידער ער האט זיי געבענטשט ערקלערט דערויף דער ספורנו כדי שתדבק נפשו בהם - זיין זעהל זאל זיך באהעפטען אין זיי. לכאורה קען מען זאגען אז דער ספורנו גייט אויך אויף דעם מהלך אז דער מברך ווערט א צינור אראפ צו ברענגען דעם שפע, איבער דעם האט יעקב אבינו זיך געוואלט מדבק זיין אין זיינע אייניקלעך בכדי דער שפע זאל פליסען כהוגן.

דער מבי”ט אין זיין ספר בית אלקים גייט אויף עטוואס א צווייטע מהלך. היות די נשמה קומט פון א מקור קדוש אויסגעהאקט מתחת כסא הכבוד, האט עס בכח זיך מתחבר צו זיין מיטען שכינה הקדושה מקור מחצבתה און פון דארט אראפ ברענגען די שפע. ווען דער צדיק וואונטשט אהן א יוד באהעפט זיך זיין נשמה צום כסא הכבוד און אזוי קען ער משפיע זיין חסדים.
דערפאר טרעפען מיר ווי צדיקים האבען געהאט א גרעסערען כח צו בענטשען לפני מותם, ווייל דעמאלס זענען זיי שוין נענטער צום הימעל און עס איז גרינגער פאר זייערע נשמה זיך צו באהעפטען מיט מקור העליון.
לפי זה קענען מיר אויך פארשטיין פארוואס עס איז איינגעפירט ביי כלל ישראל אז מען בענטשט די קינדער ערב יוה”כ און ליל הסדר (אנדערע טוהן דאס אויך יעדע פרייטאג צו נאכטס). אין די געהויבענע זמנים ווען די נשמה טוט שטייגען העכער און איז נענטער למקור מחצבתה דעם כסא הכבוד איז גרינגער זיך מדבק צו זיין אין השי”ת און אראפ ציהן כל ברכאין דלעילא.
[ובדרך אגב, אז מען דערמאנט שוין בענטשען בליל הסדר ווילען מיר צו ברענגען דעם לשון החזקוני אין פרשת תולדות (כ”ז ד’), ווען יצחק האט געוואלט בענטשען עשו פסח אויפדערנאכט: הלילה הזה פסח הוא, עליונים אומרים שירה, אוצרות טללים נפתחים והברכה חלה מפי המברכים - היינט איז פסח ביי נאכט, די מלאכים זינגען שירה, די אוצרות פון טוי (חסדים) ווערן געעפענט און די ברכות וואס מען וואונטשט אצינד ווערן מקוים!]
זאל דער אויבעשטער העלפען אלע יודישע ברכות זאלען גענצליך נתקיים ווערן.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 6:53 pm
דורך פארדינט
אנעים, גאר שיין!
ברענג נאך פון די סחורה, ס'איז כמים קרים על נפש עיפה!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2013 9:34 pm
דורך מאנ-יימער
פפפ

יישר כח אנעים!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2013 10:01 pm
דורך ידיד
יישר כח אנעים, זאלט איר טאקע געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 7:25 pm
דורך אנעים זמירות
אמן.

חלק ד'