בלאט 1 פון 1

חודש אדר פון מיין קוק ווינקל. ארטיקל # 5

פארעפענטליכט: שבת פבואר 09, 2013 10:10 pm
דורך געלעגער
געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.

כ'על ענק זאגן דר'אמת, כ'האב נישט געהאט בדעה מלכתחילה צו שרייבן פארן פארמעסט. באט למעשה ווען ס'ז געקומן דערצו האבעך נישט געוואלט בלייבן אינגאנצן חוזק ווי א נאר אין מארק, אז פון אלעמענ'ס סחורה וועט זיין אויסער מיינע, האבעך דיסיידעד יא צו שרייבן.‬‬

‫‫איין זאך איז יא געבליבן פון מיין ערשטע החלטה, אז כ'גיי נישט שרייבן לאנג. איים סארי באט אזוי איזעס. אויב ס'געפעלט אייך איז גוט און אויב נישט העריך איז דא נאך מער ווי א מנין אנדערע ענטריס.‬‬

‫‫חודש אדר פון מיין קוק ווינקל – ווען אין טראכט פון חודש אדר טראכט איך פון ראש חודש אדר, און ווען איך קלער פון ראש חודש אדר דערמאנעך מעך וואסיז געווען ווען כ'בין געווען א קליין יונגל אין די ***** תורה. (כ'שטעל מעך פאר ס'ז נישט קיין גרויסע סארפרייז אז כ'בין אויך אמאל געווען קליין....). דעמאלס פלעגן אונז אלע (מיך מיט מיינע פרענדס) ווארטן מיט שפאנונג (ער'ז געוועהן צוויי כתות העכער מיר) ס'זאל שוין קומען ר"ח אדר.‬‬

‫‫פארוואס? הערטס (ליין: ליינטס) א מעשה...‬‬

‫‫יעדע יאר ר"ח שבט פלעגט דער מנהל צוזאמן רופן אן אסיפה פון אלע מלמדים און תלמידים. כ'גיי נישט שרייבן קיין נאמען ס'זאל נישט זיין לשה"ר, באט כ'וועל עים אויס'משל'ן און ווער ס'כאפט פון וועמען איך רעד זאל וויסן ער האט א טעות (ווייל כ'האב יעצט געבאקן דער גאנצע מעשה...).‬‬

‫‫דער מנהל איז געוועהן ר' ******, א הויכע, ברייט-ביינערדיגע, (מיט אסאך קישקע און לאקשען קרויט צווישען די ביינער...), א פלאם-פייערדיגע בארד, אזוי רויט ווי אונזערע בעקעלעך נאך ער האט זיך געלאזט וואוילגיין, און א דונערדיגע שטומע וואס האט געקענט פארטייבן א בלינדער (טאמער איז נישט גענוג אז ער קען נישט זען – אזא רשע איז געוועהן אונזער מנהל...).‬‬

‫‫עניוועי, ר"ח שבט פלעגט ער איינזאמלן כל הקהל און אנזאגן למען ישמעו ויראו אז ביז ר"ח אדר מען טאר נישט רעדן פון פורים!!! דער וואס דערוואגט זיך צו רעדן פון פורים וועט מען מאכן א קרבן עומר פון עים למען ישמעון ויראו!!!‬‬

‫‫וואס האט עים געשטערט אז אונז קינדער זענען עקסייטעד און מ'רעט אביסל פון פורים? גיי ווייס, אפשר איזער געווען מבני בניו של המן...‬‬

‫‫סאו כאטש ער האט געטון אסאך שלעכטס און כ'קען עים נאך יעצט נישט מוחל זיין איז ביי מיר נאך עד היום געבליבן דער בענקעניש און גליסטעניש צום ר"ח אדר, וויסענדיג אז מ'קען שוין עמטליך זיין בשמחה. כ'געדענק טאקע רוב יארן ווי כ'האב געווארט און ארויסגעקוקט אויפן מרבים בשמחה'דיגן חודש...‬‬

‫‫אויסער אין כתה ח'...‬‬

‫‫יענע יאר האמער געהאט א רבי א גרויסע למדן, און ער פלעגט אויך ארויסקוקן און ווארטן אויפן מרבים בשמחה'דיגן חודש, באט לא מטעמיה. וואס יא? הערטס (ליין:ליינטס) א פשעטל...‬‬

‫‫חז"ל זאגן כשם שמשנכנס אב ממעטין בשמחה כך משנכנס אדר מרבין בשמחה. מכדי, וויאזוי איז מען מקיים מרבין בשמחה?‬‬

‫‫לכאורה קוקט מען וואס שטייט ביי חודש אב און מ'טוט פונקט פארקערט. וואס שטייט טאקע ביי חודש אב? לא יכו התלמידים...‬‬

‫‫(דא פלעגט ער דרייען מיטן גראבע פינגער) יעצט אויב ממעטין בשמחה מיינט מען זאל נישט שלאגן די תלמידים, פירטס אויס, איז מרבים בשמחה...‬‬

‫‫עניוועי האטס מיר א פרייליכן פורים און א לוסטיגן תמיד

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 3:09 pm
דורך געלעגער
נאך אן ארטיקל. ליינט מיט הנאה

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 3:27 pm
דורך לכאורה
היבש אנעימ'דיג.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 3:36 pm
דורך שמעלקא טויב
אדער זאלציג...

זייער זייער געשמאק צום ליינען!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 3:40 pm
דורך אנעים זמירות
לכאורה האט געשריבן:היבש אנעימ'דיג.


ביי ארטיקעל נומער פיהר האסטו געשריבען:
לכאורה האט געשריבן:אפגעגעבן מיין שטומע (דריי פינעווערס).

איך האלט אז אנעים האט יא געשריבן דעם ארטיקל... עכ"פ עס איז זיין סטיל.


מאך אויף דיין מח - איך קען דאך נישט זיין דער מחבר פון אלע (אבער אויב דו וועסט געסן בלע"ז ביי אלע וועסטו כאטש איינמאל גוט צוטרעפן).

--------
אוי ליגט נאך אין די ביינער יענער מנהל...

א דונערדיגע שטומע וואס האט געקענט פארטייבן א בלינדער (טאמער איז נישט גענוג אז ער קען נישט זען – אזא רשע איז געוועהן אונזער מנהל

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 3:43 pm
דורך ידיד
חחחחח... ס'געפעלט מיר דיין מלמד'ס פשעטל, זעט אויס אז מיין מלמד איז נישט געווען אזא למדן.. (ס'מיינט נישט אז ער האט נישט געפראסקעט, אבער דעם פשעטל האט ער נישט געזאגט.)


בד"וו, יו-טוב איז געווען א מנהל אין דיינע צייטן?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 4:05 pm
דורך טייבעלע
געליינט און הנאה געהאט, א דאנק פאר דער שרייבער.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 4:09 pm
דורך בעאבאכטער
יאפ, די מנהלים די משגיחים באגלייטן אונז א גאנצן לעבן...
גוט אויסגעמאלן!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 4:56 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
זייער גוט אראפגעלייגט גראדע
איך מיין ביזדערווייל איז דעיס מיט די מערסטע פארב אראפגעלייגט

זייער שיין ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
שכח אייך

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 5:18 pm
דורך געלעגער
אנעים, עס ווינדערט מיר גראדע אז קיינער האט עס נאך נישט געפרעגט. נעמליך אויב זאגסטו אז דו האסט צוואנציג ארטיקלן אין קעשענע, דאן פארוואס האסטו נאר אויסגערעכנט אכצן נעמען? איז די תירוץ אז ס'איז דא וואס האבן געשריבן מער פון איין ארטיקל פארן פארמעסט. נו אויב אזוי איז לכאורה דערווייל נאכנישט פארפארן

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 5:23 pm
דורך פליגל
ארטיקל #5 האט געשריבן:‫‫אויסער אין כתה ח'...‬‬

‫‫יענע יאר האמער געהאט א רבי א גרויסע למדן, און ער פלעגט אויך ארויסקוקן און ווארטן אויפן מרבים בשמחה'דיגן חודש, באט לא מטעמיה. וואס יא? הערטס (ליין:ליינטס) א פשעטל...‬‬

‫‫חז"ל זאגן כשם שמשנכנס אב ממעטין בשמחה כך משנכנס אדר מרבין בשמחה. מכדי, וויאזוי איז מען מקיים מרבין בשמחה?‬‬

‫‫לכאורה קוקט מען וואס שטייט ביי חודש אב און מ'טוט פונקט פארקערט. וואס שטייט טאקע ביי חודש אב? לא יכו התלמידים...‬‬

‫‫(דא פלעגט ער דרייען מיטן גראבע פינגער) יעצט אויב ממעטין בשמחה מיינט מען זאל נישט שלאגן די תלמידים, פירטס אויס, איז מרבים בשמחה...‬‬


דער פלעגט דאס נאכזאגן פון זיין רבי און אז ווען ס'געווארן משנכנס אב פלעגט ער זאגן אז ער דענקט נישט קלאר די הלכה....

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 5:45 pm
דורך חושים בן דן
געלעגער האט געשריבן:אנעים, עס ווינדערט מיר גראדע אז קיינער האט עס נאך נישט געפרעגט. נעמליך אויב זאגסטו אז דו האסט צוואנציג ארטיקלן אין קעשענע, דאן פארוואס האסטו נאר אויסגערעכנט אכצן נעמען? איז די תירוץ אז ס'איז דא וואס האבן געשריבן מער פון איין ארטיקל פארן פארמעסט. נו אויב אזוי איז לכאורה דערווייל נאכנישט פארפארן


איך האב עס גראדע יא געטראכט, איך האב אבער געקלערט אז 20 מיינט באמת 18, ס'איז בלשון כללי, יעצט אבער טראכט איך אז דאס איז נישט אנעים, ווען יא וואלסטו נישט ארויסגעגעבן אזא "קלו"... אפשר מיינסטו אונז אויסצופאפן אויף דעם פארקערטן וועג? אונז נאראנים זאלן מאכן דעם פשעטל, און באמת איז עס יא ער... דאס דארף מען שוין דורכטון מיט א סייקאלעדשיסט...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 6:18 pm
דורך געלעגער
נאר אזוי, שפינער זאל שפינען

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 11:32 pm
דורך געלעגער
איך גלייך אייביג צו נעמען א פאנטש ליין. דא האט מיך אויפגעקראכט די הסבר פון ברייט ביינערדיג (אסאך קישקע און לאקשן קרויט) דאס איז א טיפע דערהער.

הומער און גוט געשריבן 5 + איידיע 4

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 11:42 pm
דורך רבניש
א למדנות ווי אלע למדנותען!
פיין.. קורץ ושארף!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2013 4:42 pm
דורך 3x0
געשמייכעל ביים ליינען, גיימיר שטימען ערענסטערהייט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 14, 2013 12:17 am
דורך פאטאקי08
טריאוי~!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 14, 2013 9:42 am
דורך זאלץוואסער
א פיינער ארבעט! זייער רייך! און געשמאק! און הומאריסטיש! און . . . .

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 15, 2013 11:01 am
דורך מכה בדופן
ווי האט יענר געזאגט, ווילסט פראסקענען ווער א מלמד...

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 15, 2013 2:27 pm
דורך וואסערפאל
גוט געשמייכלט, קומט מיר פאר ווי א 'רעביש' געשרייבאכץ, געשריבן מיט 'קושקע און לאקשען'.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2013 12:02 pm
דורך מאנ-יימער
וואסערפאל האט געשריבן:גוט געלאכט, קומט מיר פאר ווי א 'רעביש' געשרייבאכץ, געשריבן מיט 'קושקע און לאקשען'.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2013 1:41 pm
דורך סאכדעס
ריזיג,

2
5
5

רעיטינג

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2013 8:31 pm
דורך אנעים זמירות
ס"ה 29 שטימעס.

איידיע: 72%
הומאר: 69%
לשון: 81%

דער פראצענט איז גערעכענט צום נענסטען גאנצע נומער.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 22, 2013 12:02 am
דורך מכה בדופן
כ'טשעק די פארומס יעדע פינף מינוט און כ'וויין. יעצט אז דערוילם ווייסט שוין ווער ס'האט געשריבן וואס איז מען געווארן עקסייטד און פריש גענומן שיסן תגובות ביי אלע ארטיקלן חוץ מיינס.
:cry: :cry: :cry:

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 22, 2013 12:47 am
דורך לכאורה
לכאורה האט געשריבן:היבש אנעימ'דיג.

האט מיין נאז מיך אויסגעשפילט?

ווענדט זיך.