בלאט 1 פון 1

א קאזין ביי א חתונה...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 3:16 pm
דורך מכה בדופן
פארפאלען. איין מסרבין לגזול*, אז מ'רופט מוזעך קומען. כ'האב שוין טאקע לאנג נישט דא אפגעשטיגן באט אז דער מומחה עצום פארלאנג האבען נישט קיין ברירה. מ'שטיינס געזאגט, ער'ז שוין א גרויסע שר האלף און איך בין דעך נאר א נעבעכדיגע שר חמישים. כאטש וועסטעך פרעגן הו קעירס וואסערע (קמץ א') טיטל מ'האט, כ'מיין מ'קען עס נישט אריינקעשן, באט יו נאו**, מנהג המקום צו מאכן אנייסעק פון דעם.

עניוועי בעפאר כ'אגעוואלט שרייבן האבעך ערשט ארומגעקוקט זען וואס איז אויפן אגענדע. וואס וויל דערוילעם ליינן. כ'האב געהאט א שטיקל געדאנק פון פריער באט כ'מוז וויסן אויב ס'ז מרוצה לקהל. סאו פערסט אוו אל דא זענען מיינע נאטיצן:

    אטשו! אטשו! אטשו! יויש זיך אזוי צוניסט פון די שטויב. וואסערע (קמץ א') משוגעת? קהל'ס נאר (יד"נ) וויל וויסען ווען מ'הייבט אן פייסעחיג מאכן ביי ענק און דא אינם עולם הביצה האט מען שוין אנגעהויבן גלייך נאך חמשה עשר בשבט. איינער (נד"נ) האט זיך אריינגעכאפט אין קעלער און גענומן ארויפטראסקן אשכולות אזש מ'קען דערשטיקט ווערן פונם שטויב. עניוועי כאמעך אפגעווישט ס'נאז מיט א טישו (נישט צומישן מיט אישו) און ווייטער געקוקט. נעקסט...

    נישט קיין מנובלת. פינישט. ס'ז נמאס. אקעי ווי גאט דער מעסעדזש. כ'זע נאר איין פראבלעם אז מ'האט אריינגעקניפט א בארד פון זילטש, כ'מיין מנובלות, אין כמעט יעדע נייע אשכול (חוץ גריווין אשכול, ווייל דער פעטענס מאכט גרינגער אויסצוקעמן). אקעי כ'רעד נישט מער ווייל כ'וויל נישט מ'זאלעס פארשליסן. נעקסט...

    זאלץוואסער (יד"נ) האט זיך אפגעפעקלט. כליפ כליפ כליפ...עה, הו עם איי קידינג, עז איף ס'גייט מעך אן. פונקט פארקערט ווען ער גייט האבעך ווייניגער קאמפעטישן. יעצט ווארטעך נאר אנעים זאל גיין און כ'זעץ מעך צוריק אויפן כסא מחילה. ס'זעט מעך עניוועי אויס אז ער'ז ביזי טרעטן אויפ'ן הינער אויג סאו שטייט ער אויף הינערנע פיס...יו געט דע פוינט? (אויב נישט טו בעד). נעקסט...

    וואס? זאלץוואסער'ס צוריק? אוי א בראך... עה, איי'ל בעליוו איט ווען איי סי איט. דערווייל זעטעס מעך אויס ווי ער'ט נאר געוואלט זען אויב מ'גייט אויסשפרייטן א רויע טאפעט1אלכבודו. נעקסט...

    א נייע גראמער, לעמאן דזשוס (יד"נ). גראדע זייער שיין באט כ'האב מורא ער גייט נאר מאכן סומאטכעכעסע'ס (סאמטינג לייק דעט). כ'זע ער'ז א שיינע ת"ח אויך, באט כ'פארשטיי נישט פארוואס רופט ער זיך נישט אן ביי מוזיק בזה"ז און צאנזער קשר, נאר ביי מציצה? נעקסט...

    מאנ-יימר (יד"נ - בד"וו מיין פעיווארעט ניק) וויל וויסן (נד"ן) יא אדער ניין? כ'קען נישט דיסיידן...יו נאו וואט, איך און מיין ווייב שטימן נישט! נעקסט...

    אייער קיכל (יד"נ) וויל וויסן אויב ער'ז דער איינציגסטע. גראדע מיין מעין געדאנק איז געווען א 'בינעך דער איינציגסטע' סארט זאך סאו קוקטס דארט צו זען מיין פאנטשליין. נעקסט...

    יהיה כן האקט... נעקסט...

    די מנהלים רויטע\גרינע זענען ביזי אויף טויזענט. כ'זאג גארנישט קיין קריטיק נאר הכרת הטוב. ובזה יצאתי. ודו"ק כי קצרתי. נעקסט...

    יעדער רעט פונ'ם 'ארענדער' באט כ'זע נאר 'אחראי'. מסתמא ווען קרעטשמע איז געווארן אפגרעידעד פון א שענק צו א 'וועלט' האט דער ארענדער געביטן זיין נאמען צו אחראי מעשה שיינע יוד. דאונ'ט וועיסט יור טיים, ביינונז בלייבסטע ארענדער.

אקעי געענדיגט מיט די נאטיצן. צום ענין. כ'על ענק זאגן דרעמעת כא'שוין נישט קיין נערוון צו שרייבן וועלעך נאר צייכענן די ראשי פרקים. מיין מעין קאמפלעינט:
א קאזין ביי א חתונה. כ'האב געדארפט אפזיצן ביי א חתונה וואו כ'בין א קאזין פון מיין ווייב'ס זייט באט כ'קען נישט רוב פון איר משפחה ווייל זיי זענען אנאנדערע קרייז און מ'טרעפט זיך כמעט נישט. וואט דער גיהנום טוט מען ביי אזא חתונה? כ'מיין צו זאגן נאך מיך מיט מיין שכן פון דער רעכטע זייט (א שני בשלישי) און דער שכן פון דער לינקע זייט (א מחותן בשלישקע) האבן געענדיגט מיטן קליינע רעדע (סמאאל טאאק בלעז), וואט נעקסט?

אונז האמער שוין ביידע עגריד אז ס'ז קאלט. אויך אז לעצטע וואך איז נישט געווען אזוי קאלט. אויך אז נעקסטע וואך גייט לכאורה (נד"נ) זיין קעלטר. דער רעכטע שכן זאגט אז זיי זאגן ס'גייט שנייען און דער לינקע שכן זאגט זיי זאגן ס'קומט פון גלאבעל ווארמינג. דער ר"ש (רעכטע שכן) וויל וויסן ווער'ז קיעטערער, דער ל"ש (לינקע שכן) זאגט ס'עסן איז גוט, א"ה (אני הקטן) איז מסכים.

ר"ש גלייכט דער בענד, ל"ש מיינט ס'ז צו הויעך. עט ליסט כ'מיין דאס האבן זיי געזאגט - כאנישט געקענט הערן אזוי גוט ווייל דר'מוזיק האט געבאמבעט. ר"ש וויל קניידלעך. ל"ש וועטזשטעבל סופ. א"ה גיי פאר די טשיקן סופ סאפרייז. וואס איז דער סאפרייז? ס'ז געמאכט אן קיין טשיקן...

נאו וואט?

וויפיל איז דער שיעור פון אפזיצן און נישט האבן וואס צו זאגן? כ'פלאץ שוין און כ'וויל ארויסנעמן מיין סעלפאון טשעקן וואס טוט זיך אין אייוועלט באט כ'האב מורא מה יאמרו. זיי קענען דאך קלערן אז כ'וויל נישט רעדן צו זיי...


*סתם אריינגעשאסן מיינע פענס1 זאלן האבן וואס צו לייגן אין דער לאזונג אשכול.

**געווענליך זאגט מען יו נאו ווען מ'ז אליין נישט זיכער. דו"ק ותשכח.

1. נישט קיין פינטל אין די פ'. pointless pie בלעז.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 3:38 pm
דורך מכה בדופן
מכה ביזט גוט! נא'דיר א גרינע ;l;p-


אופס...כ'האב פארגעסן ארייצוסיינען מיטן אנדערע ניק...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 3:50 pm
דורך ידיד
חחחחח... מכה'לע געוואלדיג!! איטס גוד טו סי יו עגען.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 3:53 pm
דורך לכתחילה אריבער
געבענטשט זאל זיין דיין ווייב'ס משפחה אז זיי זענען נישט קיין געשמאקע שמוסער'ס האמען דא א גיט שטיקל!! יו אר וואן אפ עי קיינד!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 4:44 pm
דורך אנעים זמירות
איך גיי נאכנישט אזוי שנעל...

ייש"כ.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 5:09 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
האסט גוט געזאגט גראדע

בדרך אגב אז מען רעדט שוין - דאס זיצן ביי א קאזינ'ס חתונה ברויך א לענגערע באשרייבאכטס
האסט עס זייער גוט אראפגעלייגט אין אפאר קורצע שורות

אבער די ר"ש מיט'ן ל"ש געשמועסעכטס נעמט געווענליך לענגער
ווען אלע קליינע קוזינס טרייען אריינצוכאפן די עלטערע קאזין איז אזוי אוועקצומאכן?

עניוועי גוט געזאגט שכח
ער גייט ער גייט

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 7:31 pm
דורך לכאורה
אה, דא איז ער. איך האב שוין אויפגעבראכן די גאנצע וואנט צו טרעפן דעם מכה...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 10:08 pm
דורך לוי יצחק
איך באדאנק דיר נישט מכה, איך שטים מיט אליעזר זאלסט אפשרייבן א לענגערס וועגן דעם. אבער דיינע נאטיצן זענען גאר גוט, א שיינע זיסע סאמארי.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2013 4:50 pm
דורך זאלץוואסער
שכוח מכה'לע... איך רייס מיך פאר געוויין\געלעכטער

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 15, 2013 8:54 am
דורך מאנ-יימער
;l;p- ;l;p- ;l;p-

מכה ביזט צוקער, כ'רעד שוין נישט פון די הקדמה וואו כ'האב געלאכט ביי יעדע שורה (חוץ ביי איין שורה בין איך געווארן ערנסט),
אבער מיט די פאר קליינע קרישקעלעך פונעם חתונה האסטו מיך דערשטיקט, קורץ און שארף, יעצט מוזטו שוין שרייבן א געהעריגע גאנצע ארטיקל דערויף.

נעקסטיים דו רעדסט פון מיר לאז דאס וויסן, לאז מיך נישט אפשליקעצען פאר א וואך......

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 15, 2013 10:35 am
דורך מכה בדופן
כ'אב געווארט און געווארט זאלסט ריספאנדן. עווענשטעילי האבעך געעפענט א פוירסט ריספאנדער אשכול.