אין
מאמר א'האבען מיר געשריבען וועגן דעם ענין פון אליין זיך אויסגיסען דאס הארץ פארן אויבעשטער און אליין לערנען די תוה”ק, אנשטאטס זיך איינשרייבען ביי אלערליי כוללים און קופות הצדקה וואס זאלען דאס טוהן במקומינו.
א יונגערמאן האט אונז מעורר געוועהן אז מיר טרעפען יא דעם ענין פון מתפלל זיין פאר א צווייטען. חז”ל לערנען אונז דאך המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה. אויך מיר אליין האבען שוין געברענגט די רייד פונעם תפא”ש ווי ער האלט אין איין אנזאגען ווי וויכטיג און חשוב עס איז צו דאווענען פאר יענעם.
אין פרשת ויגש דריקט דער תפא”ש זיך אויס אזוי שארף אז דער וואס בעט נישט פאר אנדערע יודען יעדן טאג וועט נישט האבען קיין שלימות לעולם הבא! בכלל איז דער תפא”ש פול מיט דעם אז נאר אזוי ווערן די תפילות אנגענומען ווען מען בעט פאר אן אנדערען. ווי אויך אלע אנדערע ספה”ק זענען מלא וגדוש מיט דען ענין.
מיר האבען געזאגט פאר דעם יונגערמאן אז אי משום הא איז נאך נישט קיין קשיא ווייל דאס אלעס רעדט זיך פון דעם חיוב אויפען מתפלל ער זאל כולל זיין אנדערע יודען. מיר האבען אבער דא גערעדט פונעם באטראפענדע אליין, אז עס ליגט אויף איהם א חיוב צו בעטען פאר זיך. ווי אויך ווען עס קומט צו תורה איז קלאר אז אי אתה בן חורין ליפטר הימנו, און יעדער יוד מוז האבען לכה”פ א קביעות עיתים בתוה”ק - כאטש כידוע איז ביי תורה אויך פארהאנען אזא מושג ווי יששכר-זבולון אפמאך.
אבער טאמער וויל מען יא מעורר זיין אויף אונזערע רייד קען מען פרעגען פון די גמרא אין מסכת תענית (ח.) ילך אצל חסיד שבדור וירבה עליו בתפלה - ווען איינער האט א פראבלעם רח”ל און ער זעהט ווי זיין תפלה ווערט נישט אנגענומען זאל ער גיין צו א גוטע יוד אז יענער זאל פאר איהם דאווענען. ענליך צו דעם איז דא א גמרא אין בבא בתרא (קטז.) מי שיש לו חולה בתוך ביתו ילך אצל חכם.
ובכן, דאס איז זיכער אז עס איז דא אמאל אן ענין צו בעטען ביי אן ערליכען יוד ער זאל מתפלל זיין, ווייל ער האט א נאנטערען קשר צום רבש”ע און זיין תפילה מוז דורך גיין ווייניגער מחיצות. הגם, ווי דערמאנט אינעם ערשטען מאמר, קען יעדער יוד זיך איינבעטען ביים רבש”ע טאמער געבט ער נאר אן אמת’ע געשריי - וכמה”כ קרוב ה’ לכל קוראיו - איז דאך אבער דא דעם תנאי פון לכל אשר יקראוהו באמת, און דאס איז שוין נישט אזוי גרינג.
אבער לגופו של ענין, פון די ביידע גמרות איז נישט קיין שום סתירה צו וואס מיר האבען געשריבען, ווייל פון ביידע מקומות קומט אויס אז דער עיקר און וויכטיגסטע איז ווען דער נצרך רייסט איין פאר זיך אליין. פריער אין די גמרא אין תענית שטייט ווי מען מוז מתפלל זיין בעת צרה חלילה, און נאר דעמאלס ווען לחש ולא נענה - ער האט געטוהן דאס זייניגע אבער ער איז נישט געהאלפען געווארען, נאר דאן ילך אצל חסיד שבדור.
ווייטער אין מס’ ב”ב רעדט די גמרא פון איינער וואס האט א חולה בתוך ביתו, דהיינו מען רעדט אצינד נישט פון דעם חולה אליין וואס ער מוז זיכער אליין בעטען פאר זיך, נאר די גמרא רעדט פון אזעלכע פעלער וואס אדער קען דער חולה נישט דאווענען אדער האט ער שוין געדאווענט און ער איז נאכנישט געהאלפען געווארען. אין אזא צייט טוהן דאך די אנדערע מיטגלידער פונעם משפחה פאר איהם בעטען, און ביי די אופנים שטייט ילך אצל חכם, ווייל טאמער מוז מען שוין צוקומען אז א צווייטע זאל מתפלל זיין, זאל שוין זיין א גוטע יוד.
דאס איז אלץ פיין און וואויל ווען מען רעדט טאקע פון גיין צו א חכם אדער מי שיודע ללחוש, אבער סתם זיך איינצושרייבען ביי עפעס א כולל זיי זאלען שוין דאווענען פארן מענטש און ער זאל אליין גארנישט טוהן דערוועגן, נאר ווייטער אנגיין מיט זיין לעבן שלום עלי נפשי, איז א חוכא וטלולא.
און אין ווארהייט, ווען מיר האבען געשריבען יענע מאמר, האבען מיר נישט אזוי ווייט געמיינט א יוד ווואס געפונט זיך נעבעך אין א צרה ח”ו און ער איז זיך מזכיר ביי יודען, ווייל אזא איינער וועט זעלבסט-פארשטענדליך זוכען ווי מער מענטשען זאלען דאווענען פאר איהם - און עס האט א פשט (עפ”י חז”ל) אזוי צו טוהן. בעיקר זענען אונזער ווערטער געוועהן געצילט קעגן די וואס געבן איבער זייערע נעמען צו אנדערע כדי זיך אליין צו פטר’ן פון דאווענען און לערנען, און זיי קלערען אז ’יענער‘ וועט שוין...[דאווענען\לערנען\פאסטען בה”ב\שאקלען לולב וכדומה].
ואיידי דאתית להכי, די אנשפרעכער וואס פארקויפען ישועות דורך אויסזאגען תהילים מיט א מנין, מתפלל זיין אויף מקומות הקדושים, דאווענען אום זאת חנוכה קעגן איבער דעם פלאץ פונעם קדשי קדשים וכדומה האבען בכלל נישט די רעכט צו צוזאגען ישועות. מילא דער נצרך אליין וואס זוכט ווי מער יודען זאלען מתפלל זיין פאר איהם (וואס איז כלשעצמו א גוטע זאך) מהיכי תיתי, אבער פון וואו ווייסט דען דער אנשפרעכער אז ביי איהם ליגט דער כח פון טיילען ישועות? האט איהם אליהו הנביא דאס דען מגלה געוועהן? ועי’ המשך הגמרא (תענית ח.) ואם לחש ועלתה בידו ומגיס דעתו וכו’ רח”ל.
כללו של דבר, על כל צרה שלא תבוא - דהיינו סיי בלשון סגי נהור, און סיי כפשוטו, אז די צרה זאל נישט קומען, האט יעדער יוד דעם כח און צוטריט צו דאווענען און בעטען ביים בורא עולם, און מיר זענען מובטח דורך דוד המלך אז השי”ת וועט מקבל זיין. מען זאל טאקע זיין יקראוהו באמת, און עס וועט זיין קרוב ה' לכל קוראיו.
חלק ג'
- עטעטשמענטס
-
- תפלות וברכות 2.pdf
- (26.66 KiB) געדאון לאודעד 13 מאל
לעצט פאראכטן דורך
אנעים זמירות אום מאנטאג פבואר 11, 2013 3:07 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן