די נאסטאלגיע טרעפ!
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2013 12:56 pm
שמעו נא רבותי דיינים מומחים. כ'האב זיך שוין אפאר מאל אנגעשטויסן אין א מאדנעם ערשיינונג וואס האט מיר אנטפלעקט די אנטעדקונג פון יאר. די מאדנע ערשיינונג געפינט זיך איבעראל ווי מ'גייט און ווי משטייט, אבער לצורך משל וועל איך נוצן א קרעטשמע עקזעמפל. אלזא שמעו ותחי.
יעדע שטיק צייט פאסירט אז א נייע ניק מאכט אויף א ניק (1) און הייבט אן האקן תגובות (2). ס'גייט דורך אפאר טעג און די נייע ניק (3) הייבט זיך אן אנשטויסן אין תגובות פון אנדערע ניקס וואס גיסן מיט נאסטאלגיע. גיסן מיט נאסטאלגיע היכי דמי? תא שמע, די אנדערע ניקס שרייבן מיט אזא בענקעניש וואס צוגיסט זיך אין די ביינער אזש טרערן רינען. "אוי מי יתננו ירחי קדם!! ווער געדענקט נאך ווען איכער/מאשקע/יגרל/קרעמער וכת דילהון פלעגען שרייבן אין קרעטשמע!! אוי איז דאס געווען אנדערע צייטן! היינט איז דאך ממש א קרעטשמע נישט צו דערקענען!! איי איי איי!!". דער נייער ניק (4) פוילט זיך נישט און גלייך הייבט ער אויף זיין פענע צו שרייבן דברי מחאה. "ואסארא מין גערעדאכטס דאס בענקעניש נאך אלטע שרייבערס?! כ'קוק זיך אים, ספעלט נישט גארנישט פאר די קרעטשמע. פוי פיו פוי (5), וואסארא פעסטע שרייבערס מיר האבן דא אין קרעטשמע!!! הערטס אויף מיט די נאסטאלגיע! אין לך איכער/יגרל/יענטאאש אלא שבימיך!". גלייך ווי ער דרוקט שלח (6) נאך פאר עס קען אפילו געהעריג ארויפגיין, הייבט מען שוין גלייך אן האקן. "אוי וואסערזאלץ (7), וואס פארשטייסטו צו די אלטע גווארדיע? כבודך במקומך מונח אבער דאס וואס ס'איז דא היינט קומט נישט צו צו די אמאליגע בא'חנט'ע שטערנס און לבנה'ס בעולם הקרעטשמע!!". אפילו די פאר ניקס וואס זענען שוין יא מסכים צו פארטיילן פאר די היינטיגע שרייבערס זייער כבוד המדומה.. כ'מיין כבוד הראוי, זענען אויך ביזי אז "אוי וויאזוי קרעמער וואלט זיך באלעקט מיט וואסערזאלץ!". אדער הערט מען (8) "ווען וואסערזאלץ וואלט געלאפן קעגן מאשקע וואלט ער זיכער געווארן ראש הקהל!!". און אזוי דרייט זיך די וועלט אין צוזאמען מיטן וועלט דרייען זיך די מענטשלעך מיט די אשכולות.
עס פארלויפן אפאר וואכן, ולדעת המחמירים כבית שמאי אפאר חדשים, והנה און נון (9) אונזער וואסערזאלץ פאלט אריין אין א נייע אשכול, געעפנט דורך א פרישע יונגערמאנטשיק, א טוטער, א "וואס פארשטייט ער דען צו אייוועלט?" ניק, פארשטייט זיך אז די אשכול איז דן אין די ברענעדיגע נושא צו מ'זאל יא ברענגן די קינדער און שול/מקוה/סליחות/מגילה ליינען/קריעת ים סוף שפאלטן/איכה וויינען אדער נישט, און וואסערזאלץ געט א שיק א תגובה מהירה (10) "אוי ווער געדענקט נאך די אלטע גוטע צייטן ווען וואסערזאלץ איז נאך געווען אין די אינגע יארן און וויכי מיט שמעקי מיט כאורה'לה מיט מכה בדופן און אנעימ'ל האבן געהאקט גאנצעטע דרשות און פלפלים!! ווער האט כוח צו די נייע שמויגערס וועלכע שפראצן ווי שוואמען אינמיטן די רעגן און עפענען אשכולות עז איף לא נברא אייוועלט אלא בשבילם!". און איך שטיי און די זייט און קוק און כ'פרעג מיך אליין "הזאת וואסערזאלץ?!" איז דאס דער זעלבער וואס האט נעכטן (11) געליאמערט אז מ'טאר זיך נישט איינרעדן אז אמאל זענען געווען בעסערע שרייבערס?! וואס איז געשען מיט אים? פארוואס האט אים פלובצלינג באפאלן אזא נאסטאלגיע?
און דאן איז מיר איינגעפאלן א חידוש עצום, א פליאה עצומה, א נייע דערהער, א אלטע אויפטו!! די תירוץ איז עבדים היינו לפרעה במצרים. מיר זענען אלע קנעכט צו די נאסטאלגיע טרעפ! די נאסטאלגיע טרעפ איז אזא מחלה וואס איז פלעין און פשוט אריינגעבויעט אין אונזער מוח, מיר קענען נישט פטור ווערן דערפון! דאס איז א מחלה וואס יעדער איינער איז באטראפן פון עס. די נאסטאלגיע טרעפ ארבעט אז נישט קיין חילוק ביי וועלכע פוינט (12) אין טיים מ'הייבט אן סיי וועלכע פראדזשעקט (13). עז לאנג עז ס'גייט דורך גענוג צייט פון די התחלה אז זאכן זאלן זיך טוישן, וועט מען זיך פלוצלינג הערן זאגן "אוי ס'בענקט זיך צו די אמאליגע תקופה! אוי חדש ימינו כקדם!". נאך א קרבן געפאלן אין די הארצלאזע נאסטאלגיע טרעפ. ברוך דיין אמת, די לויה פון די אמאליגע צייטן וועט ארויסגיין אין פראנט פון ראדני (14) בשעה 12:00 שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
רבותי, עס איז ידוע די מאמר החכם א אונס פון פרעוונטאציע איז מער ווערט פון א פונט היילונג, על כן יהי נא בעיניכם כאילו הייתם פורטם, נעמט אייך אין אכט אז איר זאל נישט אריינפאלן אין דעם נאסטאלגיע טרעפ. עטס עט אפשר מיינען אז עס איז זיס אריינציפאלן אין דעם טרעפ, זאג איך ענק אז ניין! בעוד כברת ארץ (15), די נאסטאלגיע טרעפ איז געלעכערט ווי זופ, דהיינו די שלעכטע זאכן פארגעסט מען און די גוטע זאכן געדענקט מען. פאר אייך איז עס זיס אבער פאר א צווייטן איז דאס ביטער ווי גאל (16)!!
און צו די ניק וואס הערט נישט אויף ארויפשלעפן פארשטויבטע אשכולות פון די קעלערן (17), הער אויף!! כ'האב שוין נישט קיין כוח! לא די וואס די עלערדזשי ווערט מיר אויפגעשפילט פון די וואלקענעס פון שטויב וואס קומען ארויף, דארף איך נאך וועיסטן צייט צו לייענען דיין באלרענדע תגובה אז "אוי ווי עס בענקט זיך!"? הרף! אין לך וואטעווער שבימיך! ובזה יצאתי ידי חובת מחיאתי (18).
ולהתוודע ולהגלות אז שטייטציך אז דאס איז נאר א משל, והנמשל מובן מאליו, און אז נישט כלך לך אצל נגעים ואהלות.
(1) וואס דען? אז ער איז ניי האט ער דאך יעצט אויפגעמאכט זיין ניק? נישט אזוי? ואולי י"ל לרבות נייע ניקס וואס עפנען נייע ניקס זיך צו טענה'נען מיט זייער אלט-נייע ניקס ודו"ק קי כצרתי.
(2) איי וועסטו דאך אודאי פרעגן, "יעדע שטיק צייט?! וואס רעדסטו! יעדע פאר מינוט!!". די תירוץ איז אז כ'רעד פון די האקן תגובות ערשיינונג, נישט פון די נייע ניקס וואס עפענען אויף נייע ניקס.
(3) לצורך משל וועלן מיר אים רופן וואסערזאלץ.
(4) וואסערזאלץ, לצורך משל בעלמא.
(5) די פ"א פון פוי איז מיט א פינטל אינדערמיט, נישט די פוי וואס מניצט ביי פראטעסטן נאר די פוי פון נס גדול היה פה. און די חברה וואס פאר זיי איז די פה פון נס גדול היה פה די זעלבע ווי די פוי וואס מ'נוצט ביי פראטעסטן זיי קעניך נישט העלפן.
(6) שלח? ווי איז די קנעפל בכלל? אהההה, דו מיינסט "שיק עס", אמת? אוי דו אלט געזעצענער, מ'האט שוין אפדעיטיט די שלח שוין יארן צוריק!
(7) וואסערזאלץ לא נברא ולא היה, אלא משל הוא? ולמה נכתבה, כדי לבלבל השטן.
(8) ליינט מען קרי. ולמה כתיב הערט מען? שלא דיבר הכתוב אלא בהווה.
(9) קרעדיט: די אלטע גווארדיע
(10) א וואס?! יא יא, האסט גוט געהערט (עיין לעיל הערה 8), א תגובה מהירה! אין מאדערן קרעטשמע (לאפוקי אלט קרעטשמע) שפראך הייסט דאס שנעלע תגובה. אוי וואס ווייסן זיי דען די נייע דור!! כי דור תהפוכות המה, אידישיסטן ווערן זיי מיר...
(11) יש נעכטן שלאחר זמן.
(12) פ"א פון פוינט ליינט מען מיט א פינטל אינדערמיט. ועיין לעיל מש"כ סו"ס 5.
(13) נישט די הויכע בילדינגס פון וויליאמסבורג. אויך נישט די ניק. (ס'דא אזא ניק? כ'ווייס נישט, מיינסט כ'האב צייט דורכצוקוקן די ליסטע פון 2981 ניקס? אז ער עט שרייבן וועלעך וויסן פון אים. וואס זאגסטו? כ'הער נישט! זאגסט אז ער שרייבט שוין מיט זיין אנדערע נייע ניק? אקעי, סוי כ'מיין אויך נישט זיין אנדערע ניק.)
(14) אוי ווי ס'בענקט זי צו די אמאליגע ראדני!! שוין כ'על נישט רעדן, אבער מיינע נאסטאלגיע געפילן נעמען מיך אינגאנצן איבער...
(15) קרעדיט: די נייע גווארדיע.
(16) ניין, כ'האב קיינמאל נישט פארזיכט גאל, אבער כך מקובלני מבית אבי אבא אז גאל איז ביטער און קישקע איז זיס. און אז די וואונדעסט דיך ווי קומט זיס צו קושקע וועל איך דיך מגלה זיין דעם סוד אז כ'בין א פוילישע און פוק חזי מאי פוילשער דבר. אוי, ס'האט זיך מיר יעצט פארבענקט צו א ווארעמע זיסע פוילישע קושקע!!... אוי מי יתן לנו תמורתו!
(17) יא דו דו, דו ווייסט פון וועם כ'רעד! און אז דו ווייסט נישט רעד איך נישט צו דיר. כמאמר המסוגר... כ'מיין כמאמר הפעדער, כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
(18) מלשון מחיאת כפיים.

-----------------ניצוצות ירוחם-----------------