קיין געדולד צו ליינען מער מנובלות! זילטש!
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 01, 2013 1:00 pm
ביי מיר אין מח קוק איך דאס אן ווי א אומפארשטענליכע זאך מתחילתו ועד סופו. עס טוט זיך אויפשפרינגערייען פון אלע זייטן, אבער די גאנצע זאך, אריינגערעכנט דאס עצם רעדן דערפון, איז א סתירה צו אלעם וואס איך בין אויפגעוואקסן.
ניין, איך בין נישט אפען מיינדעד, ביי מיר איז נישטא קיין סיסטעם, איך דארף נישט קיין טשעינדזש. איך בין א פריוואטע קינד פון א טאטע און מאמע וועלכע האבן מיך אויסגעלערנט א דריי פערטל פון וואס מען האט זיי אויסגעלערנט, און פון דעם גייט ווייטער אראפ א דרייפערטל צו מיינע קינדער בעזה"י.
מיך אויפצוקלערן סיי וואס בעניני רוחניים, דארף עס געטון ווערן דורך א געהעריגע אנגענומענע אפעציעלע וועג, דורך א ספר, א דרשה פון א איד וועלכע איז א ירא שמים און זאגט דברים היוצאים מן הלב. איך האב שוין במשך מיין לעבן פילע דעות געטוישט אויף אזא אופן.
מיך קען מען נישט אויפקלערן אז עפעס איז ראנג, וכ"ש "עפעס אינעם סיסטעם", עפעס אנדערש פון די גייסט וואס איך בין אויפגעוואקסן מיט שטאלץ ביי מיינע עלטערן, אויף קיין זייטיגע אומפארשטענליכע און זיכער נישט דראמאטישע וועגן.
ביי מיר האט דא פאסירט א "נייעס" אזא סארט וואס מען זעהט פון מאל צו מאל אין דער איד אדער אין דער בלאט "פראנקרייך אויפגעשוידערט ווען מערדער שיסט קינדער ביי אידישע סקול", "פיר קדושים הי"ד אומגעבראכט אין בית חב"ד אין מאמביי". ועוד ועוד. ביי מיר שטייט נישט קיין שום ערצעהלונג דערונטער, די סיפור איז בלויז וואס מען זעהט מיט די פליישיגע אויגן און דארט ענדיגט זיך עס. און ווער עס וויל מיר שיקן מעסעדזשעס זאל עס טון דורך מיין אימעיל אדער טעקסט.
אייוועלט האט ברוך השם קאמפעטישן, און אידן וועלכע זענען רעדי פאר מח אויפשאקלונגען און פרעגן און פרעגן ביז די פינטל פונעם פראגע צייכן וועט ווערן אזוי גרויס ווי דעם כדור הארץ, האבן ברוך השם וואו צו גיין.
ביי מיר איז אינטערנעט בכלל נישט קיין פלאץ פאר קיין רוחניות'דיגע אקטיוויטעטן. נו, איך בין א יחיד.
אבער אז אייוועלט זאל ווערן א פלאץ צו דיסקאסירן דעטאלן לטוב או לרע וועלכע באלאנגט בכלל נישט ברבים, זאכן וועלכע טרעטן אויף מיינע הינער אויג און אויף פילע אידן, דאס איז א זאך וועלכע איך מוז ארויסקומען פארדאמען.
איך קום נישט ארויס צו די הנהלה, איך קום ארויס צו אלע מעמבערס וועלכע געפונען זיך דא ס'פלאץ מיט א פערזענליכע בקשה: מאכט אייך צו דאס מויל! איבערצייגט פאר יעדעם אז אייוועלט איז א פלאץ פאר א "געוויסע" סארט טייפ פון חרדישע אידן וועלכע טראגן מיט זיך אן אומבויגזאמער שטאלץ!
איך בעט יעדעם וועלכע אידענטיפיצירט זיך מיט מיר זיך אונטערצונעמען דא אז לכל הפחות די קומענדיגע חודש רעדט מען בכלל נישט וועגן דעם דא אויף אונזער סייט.
עס זאל זיין א קול ביער אנכי שומע, איינער וואס וויל שמועסן פון אזאלכע ענינים -נאכאמאל: לטוב או לרע - זאל דא צוריקהערן זיין אייגענע ווידער-קול, און לאמיר שטיצן אונזער קאמפעטישן מיט'ן אהינשיקן פילע באניצער.
מיט איבערבעטונג פון די וועלכע מיינען באמת גוטס, אבער דאס איז אויך נכלל.
הכו"ח גרויזאמער.