בלאט 4 פון 4
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 12:30 am
דורך יוראפ
איך פרעג טאקע ניש וואס דו האסט געשריבן
אבער וואסעפעס איז שעבאט אזוי אנגעזעצט
מען זאגט דאך נאך מיינעך פונעם הייליגן חוזה זי"ע אז מען האט אים געפרעגט אז משנכנס אדר איז מען מרבין בשמחה, איז ווען הייבט זיך אן דער שמחה וואס אדר דארף מען מרבה זיין? האט ער געזאגט אז פון שבט הייבט זיך שוין אן די שמחה
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
א העפי תמיד
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 2:35 am
דורך מכטי1
יוראפ האט געשריבן:איך פרעג טאקע ניש וואס דו האסט געשריבן
אבער וואסעפעס איז שעבאט אזוי אנגעזעצט
מען זאגט דאך נאך מיינעך פונעם הייליגן חוזה זי"ע אז מען האט אים געפרעגט אז משנכנס אדר איז מען מרבין בשמחה, איז ווען הייבט זיך אן דער שמחה וואס אדר דארף מען מרבה זיין? האט ער געזאגט אז פון שבט הייבט זיך שוין אן די שמחה
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
א העפי תמיד
אהה ישר כחם האסט מיר בארואיגט קיינמאל געהערט דעם ווארט, כ'האב טאקע געפילט אביסל אנגעזעצט...
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 6:33 am
דורך שטארק זיך

מידער...
פרשה זו יפה נדרשת!
אגב, ווען גיבסטו אויף דיין דאקטוירישע לייסענס?...
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 10:47 am
דורך msp
לוי יצחק האט געשריבן:דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע שרייבט אין
פרשת פינחס מורא'דיגע דיבורים:
כי עיקר כוונת הבורא ב״ה בנקמתו במדין הי׳ מחמת גודל המחשבות והרהורים רעים שנתהוו לישראל על ידם בדברם בסיפור המעשה דפעור או מעשה דכזבי, וע״י הדיבור שדברו בם נפלו לישראל הרהורי תאויות.די אלע וואס רעכטן זיך צו פארן כ"א אדר, אדער קלערן פון צינדען א לעכט, זאלן חזר'ן דאס שטיקל אפאר מאל.
וועגען דעם האלט איך טאקע אז מען זאל אויפהערען צו גיין אין דיטעילס
והקב"ה יצליחנו בכל דרכינו למען כבוד שמו ית'
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 1:25 pm
דורך לכאורה
מידער;
כ'האף אז דיזע תגובה ליינסטו יא.
ביסט סופער דופער!
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 1:40 pm
דורך מומחה עצום
קלארע ווארענונג: אויב וועט מען נישט אויפהערן מיט די... וועט מען ארויפברענגן יעדע איינציגע אלטע פארשטויבטע אשכול - ראה הזהרנוך!
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 1:53 pm
דורך ידיד
מומחה, איך בין גרייט ארויסצוהעלפן.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 2:10 pm
דורך מומחה עצום
אקעי, ביים נעקסטן פארלעצונג ווערן אלע פורים אשכולת ארויפגעברענגט!
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 2:42 pm
דורך ווינקל
פארלעצונג!
---
יעצט לאמיר זען וואס דא קומט..
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 6:20 pm
דורך מאנ-יימער
ווינקל מען דארף זיין לייסענסד צו קענען פארלעצן, אזוי אויך דארף מען אריינגעבן אן אפליקאציע בעפאר
---
אבער יעצט איז פארגעקומען א ריכטיגע פארלעצונג.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 6:46 pm
דורך שמחת החיים
מאנ-יימער האט געשריבן:ווינקל מען דארף זיין לייסענסד צו קענען פארלעצן, אזוי אויך דארף מען אריינגעבן אן אפליקאציע בעפאר
---
אבער יעצט איז פארגעקומען א ריכטיגע פארלעצונג.
די פארגעסט אז מ'זעמיר אלע אנלייסענסד... מאך א שטיקל סיערטש אין סיי וועלכע מידיע וועבזייטל
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 4:38 am
דורך msp
איז וויאזוי קען מען באקומען א לייסענס?
געראדע בין איך יא לייסענסד אבער נישט פאר איי וועלט
און אפשר דאך יא, ווייל אסאך וואס זעהן מיר זאגען איי.....
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 9:24 am
דורך גרויזאמער
איך האב נישט געהאט געהעריג קיין געלעגנהייט צו שרייבן דא זינט פרייטאג.
איך וויל בקיצור ארויסברענגען וואס איינער האט שוין דא ארויסגעברענגט: אויסהערן קול מבשר נייעס און שרייען "אוי וויי נעבעך", "אוי ברוך דיין האמת", און קייען און איבערקייען וויאזוי און פארוואס א טראגעדיע פאסירט, איז בכלל נישט קיין אויסגעהאלטענע וועג יוצא צו זיין ידי שמים, אויב עפעס מאכט עס דעם מענטש צוגעוואוינט צו הערן צרות, און ווען דער באשעפער וויל איינעם שטראפן קען ער שוין נישט שטראפן מיט קיין געהעריגע עונשים, מען מוז צוקומען צו לייבי קלעצקי און ר' נחמי' וועבערמאן מעשיות.
איך בין בכלל נישט קיין צדיק, איך גלייך אויך זייער שטארק צו הערן כסדר נייעס אויף קול מבשר און אונליין, אבער דא קומט נאך צו אז עס איז א ענין וואס איז בכלל נישט אויסגעהאלטן צו רעדן דערפון, איך האב געהאט א שמועס מיט איינע פון ר' נחמי'ס קינדער, וויפיל זייער טאטע האט במשך די גאנצע צייט געבעטן אז מען זאל ווי ווייניגער אריינמישן דעם היימישן עולם אין די דעטאלן. (ווען יענער האט מיך פארגעשלאגן צו דערציילן די גאנצע מעשה פון אנהייב ביז'ן סוף און מיר ענטפערן אלע פראגעס האב איך אים פשוט געזאגט: איך האב נישט קיין שאלות עס איז מיר גארנישט שווער ווייל איך ווייס נישט די גאנצע מעשה! אויף וואס ער האט גאר שטארק הנאה געהאט!)
אויף מיטלייד ווייזט דאס? אויף קאלטקייט און גלייכגילטיגקייט!
איך בין געזיצן אונטער ר' נחמי' אין ביהמ"ד א טאג פאר'ן משפט ווען מען האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים לזכותו, דאס הארץ האט געקענט צוגיין פון די טרערן וואס זענען אים געפלאסן! האב איך געמוזט וויסן אלע דעטאלן? מיין תהלים האט זיך פון זיך אליינס אפגעטייטשט: באשעפער איך בין נישט אינטערסירט צו וויסן קיין דעטאלן ווייל איך בין דיין קינד און דו שעפסט נישט קיין נחת ווען מען ברענגט ארויף די אלע רשעות'דיגע באשולדיגונגען אויף די ליפן! אבער העלף אים ער זאל אויסגעלייזט ווערן!
און דאס איז די סיבה פארוואס איך האב זיך נישט באדאנקט פאר די חשובע הנהלה בעפאר איך האב דא כלומר'שט קריטיקירט, און אויך נישט פאר'ן זיידן שליט"א פאר'ן אפשרייבן די ארטיקל אין ענגליש. ווייל איך האב נישט געליינט דורכגרונטליך די אלע זאכן, און איך ליג נישט דערין אז דער יישר כח זאל ארויסקומען נאטורליך.
עכ"פ מיין בקשה איז זיכער נישט געווען געצילט צו קריטיקירן, עס שטייט נישט קיין ווארט קריטיק, נאר צו הערן דעם דעת הציבור צו איך בין גערעכט איבער דעם ענין. און ברוך השם דער ענין האט זיך שוין סייווי אפגעשטילט דא. און אז עס בלייבט סתם ביי טרוקענע נייעס פונעם לעגאלן פרעספעקטיוו איז זיכער נישט אזוי געפערליך.
יישר כח פאר אלע וועלכע האבן פארשטאנען מיין נקודה, און אויך פאר אלע וועלכע האבן דיס-עגריט.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 10:06 am
דורך שפיציג
גרויזאמער האט געשריבן:
איך בין געזיצן אונטער ר' נחמי' אין ביהמ"ד א טאג פאר'ן משפט ווען מען האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים לזכותו, דאס הארץ האט געקענט צוגיין פון די טרערן וואס זענען אים געפלאסן! האב איך געמוזט וויסן אלע דעטאלן? מיין תהלים האט זיך פון זיך אליינס אפגעטייטשט: באשעפער איך בין נישט אינטערסירט צו וויסן קיין דעטאלן ווייל איך בין דיין קינד און דו שעפסט נישט קיין נחת ווען מען ברענגט ארויף די אלע רשעות'דיגע באשולדיגונגען אויף די ליפן! אבער העלף אים ער זאל אויסגעלייזט ווערן!
דאס שלעפט בע"כ ארויס טרערן, ווען מ'טראכט ווי מ'האלט יעצט און ווי ער איז

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 12:13 pm
דורך משנה מקום
גרויזאמער האט געשריבן:איך האב נישט געהאט געהעריג קיין געלעגנהייט צו שרייבן דא זינט פרייטאג.
איך וויל בקיצור ארויסברענגען וואס איינער האט שוין דא ארויסגעברענגט: אויסהערן קול מבשר נייעס און שרייען "אוי וויי נעבעך", "אוי ברוך דיין האמת", און קייען און איבערקייען וויאזוי און פארוואס א טראגעדיע פאסירט, איז בכלל נישט קיין אויסגעהאלטענע וועג יוצא צו זיין ידי שמים, אויב עפעס מאכט עס דעם מענטש צוגעוואוינט צו הערן צרות, און ווען דער באשעפער וויל איינעם שטראפן קען ער שוין נישט שטראפן מיט קיין געהעריגע עונשים, מען מוז צוקומען צו לייבי קלעצקי און ר' נחמי' וועבערמאן מעשיות.
איך בין בכלל נישט קיין צדיק, איך גלייך אויך זייער שטארק צו הערן כסדר נייעס אויף קול מבשר און אונליין, אבער דא קומט נאך צו אז עס איז א ענין וואס איז בכלל נישט אויסגעהאלטן צו רעדן דערפון, איך האב געהאט א שמועס מיט איינע פון ר' נחמי'ס קינדער, וויפיל זייער טאטע האט במשך די גאנצע צייט געבעטן אז מען זאל ווי ווייניגער אריינמישן דעם היימישן עולם אין די דעטאלן. (ווען יענער האט מיך פארגעשלאגן צו דערציילן די גאנצע מעשה פון אנהייב ביז'ן סוף און מיר ענטפערן אלע פראגעס האב איך אים פשוט געזאגט: איך האב נישט קיין שאלות עס איז מיר גארנישט שווער ווייל איך ווייס נישט די גאנצע מעשה! אויף וואס ער האט גאר שטארק הנאה געהאט!)
אויף מיטלייד ווייזט דאס? אויף קאלטקייט און גלייכגילטיגקייט!
איך בין געזיצן אונטער ר' נחמי' אין ביהמ"ד א טאג פאר'ן משפט ווען מען האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים לזכותו, דאס הארץ האט געקענט צוגיין פון די טרערן וואס זענען אים געפלאסן! האב איך געמוזט וויסן אלע דעטאלן? מיין תהלים האט זיך פון זיך אליינס אפגעטייטשט: באשעפער איך בין נישט אינטערסירט צו וויסן קיין דעטאלן ווייל איך בין דיין קינד און דו שעפסט נישט קיין נחת ווען מען ברענגט ארויף די אלע רשעות'דיגע באשולדיגונגען אויף די ליפן! אבער העלף אים ער זאל אויסגעלייזט ווערן!
און דאס איז די סיבה פארוואס איך האב זיך נישט באדאנקט פאר די חשובע הנהלה בעפאר איך האב דא כלומר'שט קריטיקירט, און אויך נישט פאר'ן זיידן שליט"א פאר'ן אפשרייבן די ארטיקל אין ענגליש. ווייל איך האב נישט געליינט דורכגרונטליך די אלע זאכן, און איך ליג נישט דערין אז דער יישר כח זאל ארויסקומען נאטורליך.
עכ"פ מיין בקשה איז זיכער נישט געווען געצילט צו קריטיקירן, עס שטייט נישט קיין ווארט קריטיק, נאר צו הערן דעם דעת הציבור צו איך בין גערעכט איבער דעם ענין. און ברוך השם דער ענין האט זיך שוין סייווי אפגעשטילט דא. און אז עס בלייבט סתם ביי טרוקענע נייעס פונעם לעגאלן פרעספעקטיוו איז זיכער נישט אזוי געפערליך.
יישר כח פאר אלע וועלכע האבן פארשטאנען מיין נקודה, און אויך פאר אלע וועלכע האבן דיס-עגריט.
און ער רופט זיך נאך גרויזאמער
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2013 1:32 pm
דורך לכתחילה אריבער
משנה מקום האט געשריבן:און ער רופט זיך נאך גרויזאמער
נא זעכער "גרויזאם" נגד היצר!