בלאט 2 פון 4
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 01, 2013 2:39 pm
דורך רבניש
גרויזאמער יישר .... יואש קריכט עס שוין אויף די געהירן! עס איבלט ארויס פון אלע געדערעם! ווען זיי די ריכטיגע פארמאכטע קליין קעפ (דאס איז דאך דער גרעסטער סימן פון א קליין קאפ ווען דער קרום של מח ווערט אים פליצלונג פארהארטעוועט ביי אט די ענינים וסיפורי מעשיות, אין קען זיך בשום אופן נישט רירען ווייטער פון דארט, אין חזרט איבער אין איבער ווי א צובראכענער סי די ראם, עוד הפעם ועוד הפעם... זאגט מיר ווי גרויס קען שוין דער מח זיין דארט??)
מע הערט נישט אויף מעלה גיירענען איבער די צוקייעטע שטרוי... אווי דעם גמל באכילתו שוין נישטא דא קיין לחליחות דארט וואס צו נאגען אפי', אבער דער נער בייגט זיך ווידער און ווידער אויף אראפ, און קייעט פון פריש, אפשר דאך וועט ער טרעפן עפעס ליחות אינעם צוקייעטן שטרויעלע.
אבער איין הערה, כאב מיך עטוואס אביסל דערשראקען, ווייל דיין פראפיל בילד ענדעלט אביסל במראיתו, ווי דעם ראש החז... הידוע!... (נאר אביסל לצינותא דעבוד"ז וגורריהם, שרעקט אייך נישט)
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 01, 2013 2:48 pm
דורך שמעק_טאביק
שמחת החיים האט געשריבן:איך האב מעיקרא געשריגן אז אייוועלט האט יעצט מיט די לעצטיגע פרשה'ס איבערגעריסן און אריבער געשפרייזט א געוויסע שטארקע גדר וואס זיי האבן פארמאגט אויף א געוואלדיגן שטארקן פארנעם ב"ה. די סייט איז ביז יעצט געווען א פלאץ וואס האט געצויגן ערליכע יונגעלייט וואס האבן זיך ממילא געדרייט און געהאט צוטריט צו די אינטערנעט און האבן אבער געזוכט א שמוץ-פרי פלאץ צו שמועסן זיך אויסצובלאזן מפעם לפעם אויף א אידישליכע מהלך. דאס איז אבער צושטערט געווארן באופן מבהיל.
בעפאר מען ענדיגט יעדן באוואשן און זיין מלא טענות אויף אייוועלט, שפיר איך פאר א הייליגן פליכט אויסצודרוקן מיין טיפע הכרת הטוב און דאנק פאר די מנהלים און אחראים, בפרט ידידי
הרב הצדיק געלעגער שליט"א, יזכר לטובה ולברכה, וויפיל שעות, טעג און וואכן ער איז געשטאנען על המשמר אדורכצוזיפן יעדע איינציגע תגובה בי"ג נפה, דער עולם האט גע'מגיב'ט 20 מאל שנעלער ווי ער קען אניאגן, איך זאג דאס ווייל ביודעי ובמכירי קאמינא, און עטליכע אנדערע ניקס ווייסן דאס אויך, ער איז געזעסן ביז אין די גאר שפעטע נאכט שעה'ן און אריינגעלייגט כוחות עצומות אדורכצוזיפן די אלע אשכולות אז עס זאל זיין על טהרת הקודש עד שידו מגעת, און וויפיל ס'איז שייך עס צו טון אין אזא הינזיכט. אילו פינו מלא שירה כים ולשונינו רנה כהמון גליו וכו' אין אנחנו מספיקים להודות ולהלל פאר זיי! און אלעס שלא על מנת לקבל פרס (פראסק).
האבן טענות אליינס, בלויז ווייל "גרויזי האט שוין זילטש געדולד", און ווייל עטליכע זענען באו לידי כעס (און איך פארשטיי זיי אלע) אבער אן זאגן די גוטע חלקים, איז פשוט נישט יושר, נישט שיין! ס'איז כפיית טובה פאר די אחראים וועלכע ארבעטן געטריי פאר אונז רונדע דעם זייגער.
ובזה יצאתי ידי הכרת הטוב.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 01, 2013 2:54 pm
דורך רבניש
מילכיגער האט געשריבן:I agree
נישט וועגן איך בין מסכים צו אלע הנחות פון גרויזי, נאר ווייל ליידער איז די מציאות אז עדיין לא זכינו אז מ'זאל קענען אויסשמועסן די האקעלע נושאים באופן הראוי עפ"י דרכנו דרך התורה.
ווער ס'איז שולדיג איז בכלל נישט אינטרעסאנט, אבער ווי לאנג יעדע מין תגובה ברענגט ארויס אזעלכע שטורמישע רעאקציעס we have to face fact אז אונז זעמיר נישט ready אדער איז די פלאץ נישט מוכשר פאר די סארט אפהאנדלונגען.
איך האף נאר אז די באשלוס וועט נישט דינען ווי א כסות עינים פאר א איינזייטיגע אגענדע...ודו"ק כי קצרתי.
מיין מיטשטימונג מיט די זאך איז פשוט דאס ענין, פון
"עס קריכט שוין ארויס פון די נאז לעכער" נישט עפעס איין זייטיג מיט א צד, אין ניטאמאל וועגן דעם פראבלעם פון ניבול, עס קריכט שוין פון נאז מיט אלע מפרשים ונושא כיליו... אפי' נניח אז מען דארף פון מאנכע קעיר נעמען, אין פאר מאנכע חיזוק, אפגעזעין די סיבה און וויכטיגקייט פון סיי וועלכע צד שהוא טענה או מענה!
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 01, 2013 2:56 pm
דורך לוי יצחק
דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע שרייבט אין
פרשת פינחס מורא'דיגע דיבורים:
כי עיקר כוונת הבורא ב״ה בנקמתו במדין הי׳ מחמת גודל המחשבות והרהורים רעים שנתהוו לישראל על ידם בדברם בסיפור המעשה דפעור או מעשה דכזבי, וע״י הדיבור שדברו בם נפלו לישראל הרהורי תאויות.די אלע וואס רעכטן זיך צו פארן כ"א אדר, אדער קלערן פון צינדען א לעכט, זאלן חזר'ן דאס שטיקל אפאר מאל.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 01, 2013 2:57 pm
דורך לכתחילה אריבער
שמעק_טאביק האט געשריבן:בעפאר מען ענדיגט יעדן באוואשן און זיין מלא טענות אויף אייוועלט, שפיר איך פאר א הייליגן פליכט אויסצודרוקן מיין טיפע הכרת הטוב און דאנק פאר די מנהלים און אחראים, בפרט ידידי הרב הצדיק געלעגער שליט"א, יזכר לטובה ולברכה, וויפיל שעות, טעג און וואכן ער איז געשטאנען על המשמר אדורכצוזיפן יעדע איינציגע תגובה בי"ג נפה, דער עולם האט גע'מגיב'ט 20 מאל שנעלער ווי ער קען אניאגן, איך זאג דאס ווייל ביודעי ובמכירי קאמינא, און עטליכע אנדערע ניקס ווייסן דאס אויך, ער איז געזעסן ביז אין די גאר שפעטע נאכט שעה'ן און אריינגעלייגט כוחות עצומות אדורכצוזיפן די אלע אשכולות אז עס זאל זיין על טהרת הקודש עד שידו מגעת, און וויפיל ס'איז שייך עס צו טון אין אזא הינזיכט. אילו פינו מלא שירה כים ולשונינו רנה כהמון גליו וכו' אין אנחנו מספיקים להודות ולהלל פאר זיי! און אלעס שלא על מנת לקבל פרס (פראסק).
האבן טענות אליינס, בלויז ווייל "גרויזי האט שוין זילטש געדולד", און ווייל עטליכע זענען באו לידי כעס (און איך פארשטיי זיי אלע) אבער אן זאגן די גוטע חלקים, איז פשוט נישט יושר, נישט שיין! ס'איז כפיית טובה פאר די אחראים וועלכע ארבעטן געטריי פאר אונז רונדע דעם זייגער.
ובזה יצאתי ידי הכרת הטוב.
סאיז זייער קלאר ווי די זאגסט! ווען נישט די ארבייט פון די מנהלים וואלט געווען א חורבן, און אזוי למעשה איז כמעט נישט געווען עפעס וואס איז געווען בפירוש נישט אויסגעהאלטן. מען דארף דאס אפלאדירן אויף די העכסטע טענער.
כ'מיין אז גרויזי און אלע אנדערע באצען זיך צו די שמועסען בעצם, אפי' נאר זאכן וואס זענען נישט נגד הלכה ממש, אבער די שמועסען בעצם גייען שוין אביסען אויף די נערווען.
#אזוי מיין איך
-----
דער עולם האקט.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 01, 2013 3:19 pm
דורך derech eretz
גרויזאמער האט געשריבן:מיין כוונה איז געווען אויף דיינע זאכן אויך, טראץ די תועלת איז דאס אבער בכלל נישט געצילט פאר היזיגע, ווי דו שרייבסט אליינס, דעריבער מיין איך אז דא איז נישט דאס פלאץ דערפאר. איבערהויפט נאכדעם וואס דיין וועבסייט אדרעס איז שוין סייווי באקאנט. און איך בעט דיך איבער.
alte zida האט געשריבן:בקיצור מיינט מען מיין אשכול אויך אדער ניין.
כ׳וויל דינען דעם ציבור נישט ח״ו מכשיל זיין דעם ציבור.
דער עולם זאל רעדן קלארע ווערטער ביטע!
זאג דו,א ייש"כ פארן זיידן פאר זיין ארבעט האסטו שוין געגעבן??
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 01, 2013 3:53 pm
דורך געלעגער
שמעק, דו מאכסט מיך בלאשן. יישר כח פאר די וורימע דיבורים.
---
ס'איז דא אזויפיל צו רעדן דא. איך וואלט אויסגעפאקט מיין פעקל ווייטאג דא אין בלעטער אויף בלעטער אבער קיין צייט איז נישט דא. איך וועל עס מאכן זייער קורץ און צוטיילן די זאך אין צוויי. ס'איז דא די עצם שמועס דאס הייסט די נייעס אז מ'האט איינגעזעצט ליידער א איד און אלעס ארום דעם. איך מיין מיט דעם האט קיינער נישט קיין פראבלעם. און אדרבה, זאל מען דא אריין קומען און עס אויסשמועסן בדיבוק חברים מיט א תורה'דיגן בליק.
די עיקר פראבלעם ווערט, ווען איינער זאגט עפעס וואס ביי א צווייטן איז עס קאנטערוועסיאל אדער זאגאר 'אויפגעקלערט' דאן געשעט א קייט פון קאנטאר רעאקציעס און יעדע אשכול ווערט פארוואנדעלט אין א מלחמה זאנא. יעדער פון אונז קען ניצן א געזונטן לעקציע אין סבלנות איינגעהאלטנקייט. אויב זעהט מען אזא תגובה קען מען אדער איגנארירן אדער אויב האט עס א חשש פון קעגן די תקנות זאל מען דווח'נען. ווען מען נעמט זיך צוריק שיסן ווערט פייער און דאס ברענגט אראפ די גאנצע געשמאקייט און אלעס ווערט איין שטיק פוי!
גרויזאמער זאגט אז ער ברעכט פון די טעמע, און אסאך האבן צוגעשטימט. מיין שאלה צו די אידן זענען: האט איר געעפענט א צווייטע טעמע?
ווייסט עטס אז די סיבה פארוואס איך האב געמאכט די צווייטע פארמעסט איז פשוט צו טוישן אביסל די דיסקאשען דא? זאל יעדער פון אייך נעמען די מי און אפשרייבן אן ארטיקל און איר וועט זען ווי זאכן וועלן זיך טוישן לטובה. איך האלט נישט אז עס איז א פראבלעם צו שמועסן וואס מ'שמועסט סייווי איבעראל. די פראבלעם איז די אהבה ואחוה וואס מיר פארלירן ווען עס קומט צו די ענינים.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 01, 2013 4:14 pm
דורך fiena nieas
100 פערסענט,אייוועלט איז אלטס געוועין א פלאץ וואס מען האט געוויסט אז דארט רעדט מען נישט גארנישט וואס גרעיניצט זיך מיט שמיץ אדער לשון הרע!!
גארנישט גארנישט האט מען דא געשמיעסט,אפילו עכטע הייסע טעמעס
ווער רעדט נאך אזעלכע פרשייות וואס דער מסור שימפט מאן דכר שמיה
אפילו די מיעסע נאמען זיינע האט מען קוים דערמאנט דא
און פליצלינג האט זיך אלעס געטוישט
הזאת איי וועלט.....
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 01, 2013 4:35 pm
דורך לבנה קריכער
"רבניש" גרויזאמער יישר .... יואש קריכט עס שוין אויף די געהירן! עס איבלט ארויס פון אלע געדערעם!
קיין געדולד צו ליינען מער מנובלות! זילטש!
נישט וועגן הזאת אייוועלט(Eggworld)! דא רעדט מען וואס משמועסט אין מקווה .
בּיטע 1 וואך זאל מען נשט דא רעדן איבּרדעים זילטש! זילטש! ,סעסראחעט שוין
פארעפענטליכט: שבת פבואר 02, 2013 8:36 pm
דורך AHA
לדעתי אין לדבר בעריות כלל וכלל. היכן הצניעות שלנו?
אנדערע האבען שוין געזאגט פאר מיר...
פארעפענטליכט: שבת פבואר 02, 2013 10:05 pm
דורך אנעים זמירות
משנה מקום האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן:
איך האף נאר אז די באשלוס וועט נישט דינען ווי א כסות עינים פאר א איינזייטיגע אגענדע...ודו"ק כי קצרתי.
שמעק_טאביק האט געשריבן:בעפאר מען ענדיגט יעדן באוואשן און זיין מלא טענות אויף אייוועלט, שפיר איך פאר א הייליגן פליכט אויסצודרוקן מיין טיפע הכרת הטוב און דאנק פאר די מנהלים און אחראים, בפרט ידידי הרב הצדיק געלעגער שליט"א, יזכר לטובה ולברכה, וויפיל שעות, טעג און וואכן ער איז געשטאנען על המשמר אדורכצוזיפן יעדע איינציגע תגובה בי"ג נפה, דער עולם האט גע'מגיב'ט 20 מאל שנעלער ווי ער קען אניאגן, איך זאג דאס ווייל ביודעי ובמכירי קאמינא, און עטליכע אנדערע ניקס ווייסן דאס אויך, ער איז געזעסן ביז אין די גאר שפעטע נאכט שעה'ן און אריינגעלייגט כוחות עצומות אדורכצוזיפן די אלע אשכולות אז עס זאל זיין על טהרת הקודש עד שידו מגעת, און וויפיל ס'איז שייך עס צו טון אין אזא הינזיכט. אילו פינו מלא שירה כים ולשונינו רנה כהמון גליו וכו' אין אנחנו מספיקים להודות ולהלל פאר זיי! און אלעס שלא על מנת לקבל פרס (פראסק).
האבן טענות אליינס, בלויז ווייל "גרויזי האט שוין זילטש געדולד", און ווייל עטליכע זענען באו לידי כעס (און איך פארשטיי זיי אלע) אבער אן זאגן די גוטע חלקים, איז פשוט נישט יושר, נישט שיין! ס'איז כפיית טובה פאר די אחראים וועלכע ארבעטן געטריי פאר אונז רונדע דעם זייגער.
ובזה יצאתי ידי הכרת הטוב.
פארעפענטליכט: שבת פבואר 02, 2013 10:42 pm
דורך מחותן
1) מצטרף אז זאכען זענענן ארויס פון גדר,
2) לא מצטרף אז אלעס וואס מען האט געשריבען איז שלעכט, אדרבה מען זאל געבן חיזוק פאר זיידי אנצוגיין,
3) מצטרף אז אלע אשכולות איבער די נושא דארף זיך אפשפארן, אינקלאדיניג דא די דערנעבעדיגע ״לעמען דזשוס״ אשכול,
4) לא מצטרף אז מען זאל אפשפארן אינגאנצן יענע אנדערע אשכול, פאר נייעס און חיזוק זאל עס בלייבען אפן, אלעס אויסער נייעס חיזוק זאל תיכף געמעקט ווערן אינקלאדיניג דיבאטעס איבער די נושא.
מען זאל לייגען צייטטוויליג אויף יענע אשכול אזא סארט שלאס וואס די ״כינוס כלל ישראל אשכול״ האט באקימען,
פארעפענטליכט: שבת פבואר 02, 2013 11:19 pm
דורך מאנ-יימער
לאמיר נאר איבער חזר'ן די סאמע יסוד אויף וואס אייוועלט איז געבויעט געווארן און שטייט געשריבן נאך פאר די תקנות.
היימישע קרעשטשמע, אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער, האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגן א שמייכל אויף אידישע לעפצן.
אייוועלט האט זיך טאקע זינט איר גרינדונג אסאך צוברייטערט‚ ס'איז צוגעקומען אסאך פארום'ס, היסטאריע, על הצדיקים, ולאחיו ועוד, אבער איין זאך איז זיכער אז אייוועלט'ס ציהל איז נאך אלץ די זעלבע און אנדערש ווי אנדערע פארום'ס, ממילא באלאנגט נישט דא קיין אשכולות אויף קאנטערווערסיאלע נושאים און אוודאי נישט אזעלכע האקעלע נושאים, אפגעזעהן צו מ'קען עס יא אדער נישט דעבאטירן אויף א נארמאלן באזעסענעם אופן, נישט קיין חילוק וויאזוי און וואסערע חלק פונעם נושא מ'רעדט באלאנגט עס נישט דא פינטל, אייוועלט איז נישט פארדעם.
כן נלד"ע און ווער ס'וויל קען מחולק זיין.
פארעפענטליכט: שבת פבואר 02, 2013 11:24 pm
דורך Ron Paul
כ'אגריע מיט דיר מאן יימר. אבער וואס וואלסטע געטון מיט'ן ותקרא לשביים דרור אשכול? מרעדט דארט פון אלעס און אלעמען
פארעפענטליכט: שבת פבואר 02, 2013 11:30 pm
דורך מאנ-יימער
שריי מיך נישט אן אבער איך וואלט די אלע אשכולות ארויסגעווארפן פון פענסטער מיטן קאפ אראפ,
די לעצטע פאר וואכן דריי איך קוים דא, פשוט ווייל דער עולם איז נאר פארנומען מיט די איין נושא אין איך דערטראג עס נישט, ס'איז גענוג ביטער די מעשיות און וויפיל מ'רעדט דערפון אין ביהמ"ד צווישן חבירים, דא קום איך כדי זיך אויסצוליפטערן און טאקע צו שמייכלען.
פארעפענטליכט: שבת פבואר 02, 2013 11:34 pm
דורך derech eretz
מחותן האט געשריבן:1) מצטרף אז זאכען זענענן ארויס פון גדר,
2) לא מצטרף אז אלעס וואס מען האט געשריבען איז שלעכט, אדרבה מען זאל געבן חיזוק פאר זיידי אנצוגיין,
3) מצטרף אז אלע אשכולות איבער די נושא דארף זיך אפשפארן, אינקלאדיניג דא די דערנעבעדיגע ״לעמען דזשוס״ אשכול,
4) לא מצטרף אז מען זאל אפשפארן אינגאנצן יענע אנדערע אשכול, פאר נייעס און חיזוק זאל עס בלייבען אפן, אלעס אויסער נייעס חיזוק זאל תיכף געמעקט ווערן אינקלאדיניג דיבאטעס איבער די נושא.
מען זאל לייגען צייטטוויליג אויף יענע אשכול אזא סארט שלאס וואס די ״כינוס כלל ישראל אשכול״ האט באקימען,
אני מצביע לך!
פארעפענטליכט: שבת פבואר 02, 2013 11:40 pm
דורך Ron Paul
מאנ-יימער האט געשריבן:שריי מיך נישט אן אבער איך וואלט די אלע אשכולות ארויסגעווארפן פון פענסטער מיטן קאפ אראפ
איך בין ווייטער מיט דיר!

פארעפענטליכט: שבת פבואר 02, 2013 11:41 pm
דורך ידיד
מאנ-יימער האט געשריבן:שריי מיך נישט אן אבער איך וואלט די אלע אשכולות ארויסגעווארפן פון פענסטער מיטן קאפ אראפ,
די לעצטע פאר וואכן דריי איך קוים דא, פשוט ווייל דער עולם איז נאר פארנומען מיט די איין נושא אין איך דערטראג עס נישט, ס'איז גענוג ביטער די מעשיות און וויפיל מ'רעדט דערפון אין ביהמ"ד צווישן חבירים, דא קום איך כדי זיך אויסצוליפטערן און טאקע צו שמייכלען.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2013 12:08 am
דורך יוסף שרייבער
מאנ-יימער האט געשריבן:שריי מיך נישט אן אבער איך וואלט די אלע אשכולות ארויסגעווארפן פון פענסטער מיטן קאפ אראפ,
די לעצטע פאר וואכן דריי איך קוים דא, פשוט ווייל דער עולם איז נאר פארנומען מיט די איין נושא אין איך דערטראג עס נישט, ס'איז גענוג ביטער די מעשיות און וויפיל מ'רעדט דערפון אין ביהמ"ד צווישן חבירים, דא קום איך כדי זיך אויסצוליפטערן און טאקע צו שמייכלען.
מיט דעם זענט איר כשר גערעכט.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2013 12:13 am
דורך Ron Paul
דאס איז נאך איינע פון די זייטיגע מעלות פון די - יעניגע ווי מיר - וואס דרייען זיך נישט אסאך אין שול
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2013 12:19 am
דורך בעאבאכטער
מחותן האט געשריבן:1) מצטרף אז זאכען זענענן ארויס פון גדר,
2) לא מצטרף אז אלעס וואס מען האט געשריבען איז שלעכט, אדרבה מען זאל געבן חיזוק פאר זיידי אנצוגיין,
3) מצטרף אז אלע אשכולות איבער די נושא דארף זיך אפשפארן, אינקלאדיניג דא די דערנעבעדיגע ״לעמען דזשוס״ אשכול,
4) לא מצטרף אז מען זאל אפשפארן אינגאנצן יענע אנדערע אשכול, פאר נייעס און חיזוק זאל עס בלייבען אפן, אלעס אויסער נייעס חיזוק זאל תיכף געמעקט ווערן אינקלאדיניג דיבאטעס איבער די נושא.
גם אני מצטרף לדעת המחותן.
מאן-יימער, ידיד.
אויב עטץ ווילט זיך ענק דווקא לופטערן, איז דא גענוג אשכולות זיך צו לופטערן. דעם זיידנס אשכול איז אויסדריקליך נישט געווען זיך צו אונטערהאלטן, ס'איז געווען ווייטאגליך.
דעם זיידנס אשכול איז געווען מעיקרא אן איידל אשכול, דער פותח האשכול זעלבסט האט נישט געהאט קיין שום אינטערעס זיך צו פאטשקען דערמיט.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2013 1:02 am
דורך מאנ-יימער
בעאבאכטער האט געשריבן:
מאן-יימער, ידיד.
אויב עטץ ווילט זיך ענק דווקא לופטערן, איז דא גענוג אשכולות זיך צו לופטערן. דעם זיידנס אשכול איז אויסדריקליך נישט געווען זיך צו אונטערהאלטן, ס'איז געווען ווייטאגליך.
דעם זיידנס אשכול איז געווען מעיקרא אן איידל אשכול, דער פותח האשכול זעלבסט האט נישט געהאט קיין שום אינטערעס זיך צו פאטשקען דערמיט.
.
נאכאמאל, יו אר מיסינג די פוינט, אייוועלט איז נישט געמאכט פאר אזעלכע נושאים נישט קיין חילוק צו ס'איז ערנסט צו ווייטאגליך, נישט קיין חילוק צו ס'איז קינדעריש צו ס'איז באזעסן,
איך האלט אז די אלע אשכולות דארפן ווערן פארמעקט אן איבערלאזן שפורן פשוט אז אין די יערס טו קאם זאל מען זיך נישט דארפן שעמען אז אזעלכע נושאים זענען אזוי ברייט דעבאטירט און אויסגעשמועסט געווארן אויף אייוועלט.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2013 1:26 am
דורך בעאבאכטער
מאנ-יימער האט געשריבן:נאכאמאל, יו אר מיסינג די פוינט, אייוועלט איז נישט געמאכט פאר אזעלכע נושאים נישט קיין חילוק צו ס'איז ערנסט צו ווייטאגליך, נישט קיין חילוק צו ס'איז קינדעריש צו ס'איז באזעסן,
איך האלט אז די אלע אשכולות דארפן ווערן פארמעקט אן איבערלאזן שפורן פשוט אז אין די יערס טו קאם זאל מען זיך נישט דארפן שעמען אז אזעלכע נושאים זענען אזוי ברייט דעבאטירט און אויסגעשמועסט געווארן אויף אייוועלט.
מאנ-יימער טייערער,
אין דזשענערל שטים איך מיט צו אייך, כ'האב נאר אנגעדייטעד אז נישט ווייל מ'וויל זיך לופטערן איזעס נישט גוט.
כ'וויל נישט אנהייבן צו קייען אזוי ווי אנדערע אשכולות אזש ס'גרוילט און מ'ברעכט שוין די גאל... אבער לויט ווי איר זעהט האט דער main אשכול פון זיידן געענדערט איר 'בילד'.
מיין כוונה איז געווען
נאר איבער דעם זיידנס אשכול, און נישט די אנדערע...
ס'איז מיר א וואונדער אז די מנהלים שפארן נישט אפ די אלע אשכולות/תגובות מיט א שטארקע האנט, וועם ס'געפעלט נישט זאל ביטע גיין אנקעגן איבער, דארט 'מעג' מען 'אלעס' זאגן, רעדן, שרייבן, - לאזט אונז מנוחה...
מיי טעיק
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2013 1:49 am
דורך לעמאן דזשוס
@גרויזאמער
אזוי ווי איר דרייט זיך שוין דא לאנג אזוי ווי אייער ניק זאגט עדות, גלויב איך אז איר האט ארויפגעברענגט די נושא מכח ווייטאג אז דאס איידל פלאצל אויפן אינטערנעט איז ליידער פארשמירט געווארן מיט ניבול פה, איבלען, קריכעדיגע קלעבעדיגע נושאים און ווי עס שיינט ווערט דאס וועלטל דא נישט פטור און עס באדראעט דאס פלאץ און איידעלען עקזיסטענץ! איר זעהט א פריצת גדרן של ראשונים און עס גייט אייך אויף די נערוון און איר ווילט זילטש דערפון דא,
נאך וואס כמה חברי הפארום האבן אויסגעדרוקט מיטלייד מיט אייך (אני הק׳ בתוכם) קוקט אויס ווי עס איז א צרת רבים
טייל זענען מגביל אייערע רייד אז אלטע זיידע מיינט איר נישט, אני הקטן האלט אז מיין דערנעבנדן אשכול (דער געהלן, קרעדיט @באבאאכטער) איז נישט אין כלל, אנדערע ווי @(מחותן) האט אן אנדערן גדר גאר און נאך אנדערע ווי @מאנ-יינר און @ראןפאל האלטן יא אז מען דארף אלעס ארויס פון פענסטער!
דערפאר, וויל איך שרייבן מיין קורצעזיכטיגע מיינונג
אויב די הנהלה פון אייוועלט האט באשלאסן יא צו דערלאזן עפענען און פירן אן אשכול אט ביי יענע נאכט וואס @גבריאל האט גע׳עסק׳נט אין קאנטינענטאל לטובת ידידינו נחמי׳ איז עס ממילא אויסגעשטעלט צו העפטיגע דעבאטעס, איבער צוואנציג נושאים וואס זענען דערמיט פארקניפט און פארבינדן מיט שטארקע קניפן, און איך דארף נישט דא ווי א בעטלער עס אויסרעכענען בפרטיות
און, ה״ה אז עס קומען יודן חברי הפארום וואס ווי גערעדט, זענען שטארקע קולות אין אנדערע נושאים און זענען אנגעזעהן אלס חשובע פרומע יונגעלייט, און דרוקן ארויס א מיינונג איבער דעם נושא, ניטאמאל וועגן דעם באטרעפנדן אינעם איצטיגן משפט, האבן זיי די פולע רעכט. נאר וואס עס איז משמע דא פון אסאך-איך בין בשעתו נאך נישט דאהי געוועהן-אז צומאל גייט עס אויף די נערוון צו הערן פארקערט ווי א געוויסע מיינונג און נאכמער, אז עס קריכט אויף די געהירן אז א פרומע וואילע חבר האט נישט ארויס די זאך (כלומרשט) נא, דערפאר? קומט זיך שרייערייען און געוואלדערייען? און אויסדרוקן ווי כלך אצל אגדתא און רעד נישט אריין!!
ווילסט האלטן אנדערש? נעם די מיה און ווייז יענעם ווי ער גרייזט, אזויווי א חבר צו א חבר אדער מלמד צו תלמיד! קענסט נישט יענעם ווייזן, איגנאריר...לאז א צווייטן פראבירן,...אדער מאך דיך נישט וויסענדיג! פארטיג
איך בין נישט דא אויסן צו פארענטפערן קיינעם און סתם דבר׳ן, נאר היות @גרויזאמער פאדערט א באלדיגע צושלוס האביך נאר געוואלט ארויסברענגן אז אדער יעדער אדער קיינער, זאגן חילוקים אז חיזוק יא, דאס נישט האט נישט קיין פשט
חוץ אז מתקנת הפארום איז אז נאר חיזוק מעג מען געבן פאר א באשולדיגטער...
כשלעצמי האלט איך ווי @גרויזאמער און @ראן פאול @מאניימר די נושא באלאנגט נישטא, ווייל אלס אזאנס האביך ארויס, איז די סייט!!
מיין געהל׳ן (@באבאכטער) האביך געהאלטן איז עטוואס אנדערש מחמת עס איז נישט נ״פ כמבואר שם בריש דברי, און מחמת עס איז למעשה א ברענעדיגע הלכה למעשה שאלה, אבער, ווי עס זעהט אויס איז די חילוק צו דק
עס איז פארט דא איין עצה, נניח אז די מנהלים באשליסן אז, די נושא דארף און מעג דורכגערעדט ווערן ווי גרויסע לייט, און דאך ווילן אנדערע זולטש, זאלן די יעניגע באשליסן מער נישט אריינצובליקן פאר א רגע כמימרא אויך נישט-דוכט זיך אז קיינער איז נאכנישט באצווינגן געווארן צו ליינען א בוך אן אינטערעסע!
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2013 2:19 am
דורך תרגום יונתן
אין רובם ככולם פון די אשכולות מאלט מען וואסער (וי"א בלוט).
אפשר ברענגט מען דאס ארויף פון קעלער?
וואס איז שלעכט מיט קייען שטרוי?