וואס דארף אן אנגעקלאגטער טון, ערענסט גערעדט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג פאברואר 03, 2013 10:29 am

אנעים זמירות האט געשריבן:איינער וואס איז באמת אומשולדיג און האט זיך קיינמאל אריינגעלייגט אין א מצב וואו מען קען ארויפשמירען אויף איהם א מעשה האט גאר גוטע אויסזיכטען ארויסצוגיים זכאי בדין.

אין וואספארא מצב קען מען נישט ארויפשמירן?
האבן יענעם אין קאר איז שוין גענוג,
זיין אין זעלבן צימער ווי יענעם (מיט א שלאס צי אן) איז ווידער גענוג.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

alte zida
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 09, 2011 11:50 pm

תגובהדורך alte zida » זונטאג פאברואר 03, 2013 12:37 pm

אנעים צו שרייבסטו אראפ וואס ״ראביי הארעוויץ״ ברעכט אויף שוי׳ס אדער אויף זיין סייט און די ניצט עס דא ווי דיין אייגענע חכמה?
אויב שוין יא געגאנבעט נעם עס פון מענטשען מיט מער איי קיו ווי אים...
Proud to be part of the Hasidic Freaks.
אן אלטער פוקס איז בעסער ווי א יונגער פערד.
שרייט נישט ווייל איך הער נישט.

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » זונטאג פאברואר 03, 2013 1:21 pm

הרב זיידע, איר ווייסט דאך אז איך האב געווענליך רעספעקט פאר אייערע גוטע מעשים.
אבער צו וואס ארונטעררייסן א צווייטן ברבים??? ס'איז דאך דא אן אישי פאר דעם אויך?!

ביטע אויפנעמען מיט פארשטענדעניש, ייש"כ.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג פאברואר 03, 2013 1:24 pm

דעת זקנים האט געשריבן:הרב זיידע, איר ווייסט דאך אז איך האב געווענליך רעספעקט פאר אייערע גוטע מעשים.
אבער צו וואס ארונטעררייסן א צווייטן ברבים??? ס'איז דאך דא אן אישי פאר דעם אויך?!

ביטע אויפנעמען מיט פארשטענדעניש, ייש"כ.


די וואכעדיגע סדרה
עין תחת עין...

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4461
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג פאברואר 03, 2013 1:26 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:אנעים
פרש דבריך


עס מוז קענען שטימען מיט רגלים לדבר מען זאל גלייבען דער אנקלאגער. עס איז נישט אזוי גרינג ווי איהר מיינט איינעם צו קאנוויקטען על לא עול (אודאי איז מעגליך ווען איינער וויל זיך דוקא נוקם זיין, אבער עס איז נישט אזוי גרינג).

צ.ב.ש. בערך א האלבע יאר צוריק האט מען איינגעזעצט א יונגערמאן אין לונדון אויף אזא בלבול, נאר די פאליציי האבען איהם ארויסגעלאזט נאך עטליכע שעה for lack of evidence. [יענער איז גראדע א חשוב'ע און וואוילע יונגערמאן און א משוגענע טאטע האט ארויפגעלייגט א בלבול. משוגע מיין איך טאקע משוגע.]

אנעים; הא לן והא להו.

לונדון און ניו יארק זענען ווייט באיכות כרחוק מזרח ממערב.

דא איז אויך פארגעקומען א מעשה און דער דעטעקטיוו וואס האט אריגינעל אריינגענומען דעם אינגערמאן פאר אויספרעגונג האט גאר געוואלט עדות זאגן לטובתו, און אויך איז געווען "לעק אוו עווידענס", ואכמ"ל אבער דער אינגערמאן שמאכטעט ביטערלעך, גייסטו מיר ברענגען א ראי' פון לונדון?

דער האט'ך דיר שוין לאנג געזאגט אז דו האסט נישט קיין השגה א כל-שהו וואס דא גייט אלס פאר.

לאמיר דיר קלאר מאכן: אמעריקא האט זיך אפגעריסן פון ענגלאנד 237 יאר צוריק.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » זונטאג פאברואר 03, 2013 1:35 pm

יהיה כן האט געשריבן:די וואכעדיגע סדרה
עין תחת עין...

Two wrongs don't make one right...
ס'איז ביידע נישט גערעכט (און צירוקשיסן שלעפט עס נאר מער אריין אין קינדערגארטן...)
בכל אופן, כ'האב מיך מצרף געווען צו גרויזי'ס אפיעל, רעדט איך נישט אריין אין יענע אשכולות.

פליגל האט געשריבן:לאמיר דיר קלאר מאכן: אמעריקא האט זיך אפגעריסן פון ענגלאנד 237 יאר צוריק.

;l;p- ;l;p- ;l;p- א ביטער געלעכטער.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג פאברואר 03, 2013 1:36 pm

יהיה כן האט געשריבן:
דעת זקנים האט געשריבן:הרב זיידע, איר ווייסט דאך אז איך האב געווענליך רעספעקט פאר אייערע גוטע מעשים.
אבער צו וואס ארונטעררייסן א צווייטן ברבים??? ס'איז דאך דא אן אישי פאר דעם אויך?!

ביטע אויפנעמען מיט פארשטענדעניש, ייש"כ.


די וואכעדיגע סדרה
עין תחת עין...


נא'דיר א פסוק פונעם חכם מכל אדם (משלי כ"ה ח'):
אַל תֵּצֵא לָרִב מַהֵר פֶּן מַה תַּעֲשֶׂה בְּאַחֲרִיתָהּ בְּהַכְלִים אֹתְךָ רֵעֶךָ.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג פאברואר 03, 2013 1:38 pm

פליגל האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:אנעים
פרש דבריך


עס מוז קענען שטימען מיט רגלים לדבר מען זאל גלייבען דער אנקלאגער. עס איז נישט אזוי גרינג ווי איהר מיינט איינעם צו קאנוויקטען על לא עול (אודאי איז מעגליך ווען איינער וויל זיך דוקא נוקם זיין, אבער עס איז נישט אזוי גרינג).

צ.ב.ש. בערך א האלבע יאר צוריק האט מען איינגעזעצט א יונגערמאן אין לונדון אויף אזא בלבול, נאר די פאליציי האבען איהם ארויסגעלאזט נאך עטליכע שעה for lack of evidence. [יענער איז גראדע א חשוב'ע און וואוילע יונגערמאן און א משוגענע טאטע האט ארויפגעלייגט א בלבול. משוגע מיין איך טאקע משוגע.]

אנעים; הא לן והא להו.

לונדון און ניו יארק זענען ווייט באיכות כרחוק מזרח ממערב.

דא איז אויך פארגעקומען א מעשה און דער דעטעקטיוו וואס האט אריגינעל אריינגענומען דעם אינגערמאן פאר אויספרעגונג האט גאר געוואלט עדות זאגן לטובתו, און אויך איז געווען "לעק אוו עווידענס", ואכמ"ל אבער דער אינגערמאן שמאכטעט ביטערלעך, גייסטו מיר ברענגען א ראי' פון לונדון?

דער האט'ך דיר שוין לאנג געזאגט אז דו האסט נישט קיין השגה א כל-שהו וואס דא גייט אלס פאר.

לאמיר דיר קלאר מאכן: אמעריקא האט זיך אפגעריסן פון ענגלאנד 237 יאר צוריק.


איך פארשטיי נישט פונקט וואס איהר רעדט ווייל מיר האבען ביידע דער זעלבע סארט יוסטיץ סיסטעם. אויב איז נישט געוועהן קיין עווידענס פארוואס שמאכטעט יענער? קאן זיין איהר זענט נישט באהאווענט וואס דער קאורט רופט עווידענס.

איך שטעל מיר אויפען פריערדיגען באהויפטונג, איינער וואס איז באמת אומשולדיג און האט זיך קיינמאל אריינגעלייגט אין א מצב וואו מען קען ארויפשמירען אויף איהם א מעשה האט גאר גוטע אויסזיכטען ארויסצוגיים זכאי בדין.

הוספה: איך האב צוריקגעענפערט מיט מיין אפיניאן אבער איך קלער יעצט עס איז אפשר געוועהן א טעות ווייל עס קען נאך אריינשלעפן למבואות האפלים. אלענפאלס, וואס איך האב שוין געשריבען וועל איך לאזען אבער ווייטער גיי איך מיר נישט דינגען. אל תאמר קבלו דעתי און יעדער קען געזונטערהייט האלטען אנדערש ווי מיר.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג פאברואר 03, 2013 1:41 pm

ככ... שב על קיאו

אנעים איר קענט נישט דעם סיסטעם דא (אפשר משלי קענט איר יא, אבער דעם סיסטעם דא קענט איר נישט) פינטל
און מכאן ואילך גייט צוריק צו איירע שיעורים אבער דעם נושא לאזט פאר אנדערע (שוין צום וויפילטן מאל זאגט מען עס אייך?)

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » זונטאג פאברואר 03, 2013 1:46 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:איך שטעל מיר אויפען פריערדיגען באהויפטונג, איינער וואס איז באמת אומשולדיג און האט זיך קיינמאל אריינגעלייגט אין א מצב וואו מען קען ארויפשמירען אויף איהם א מעשה האט גאר גוטע אויסזיכטען ארויסצוגיים זכאי בדין.

און דאס איז שוין נאכדעם וואס עטליכע האבן דא באהויפטעט אז ס'איז כמעט נישט במציאות צו זאגן אויף א מענטש (וואס וואוינט נישט אין מדבר) אז "ער האט זיך קיינמאל אריינגעלייגט אין א מצב וואו מען קען ארויפשמירען אויף איהם א מעשה"

און דו וואונדערסט דיך פארוואס מ'פלאצט?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג פאברואר 03, 2013 1:56 pm

כדאי צו דערמאנען וואס דער לויער פארקאש האט אנגעהויבן זיין דרשה ביי מסיבת עלילת 75 (103) פאריאר אין קאנטינענטאל

"להוי ידוע, אז יעדער איינער פון אייך דא אין זאל קען זיך טרעפן אין זעלבן פעקל ווי עס געפונט זיך יעצט אונזער נחמי'", דאס האט געזאגט א לויער וואס קען שוין יא דעם געזעץ, ופירושים מיותרים

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » זונטאג פאברואר 03, 2013 2:01 pm

אנעים זמירות האט געשריבן: איך פארשטיי נישט פונקט וואס איהר רעדט ווייל מיר האבען ביידע דער זעלבע סארט יוסטיץ סיסטעם.

?????????????????????????????????????????????????
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » זונטאג פאברואר 03, 2013 2:03 pm

יהיה כן האט געשריבן:ככ... שב על קיאו

אנעים איר קענט נישט דעם סיסטעם דא (אפשר משלי קענט איר יא, אבער דעם סיסטעם דא קענט איר נישט) פינטל
און מכאן ואילך גייט צוריק צו איירע שיעורים אבער דעם נושא לאזט פאר אנדערע (שוין צום וויפילטן מאל זאגט מען עס אייך?)


גראדע האטעס נישט מיט דעם אז ער וואוינט אין אויסלאנד, והא ראיה אז סאיז דא היזיגע מיט די זעלבע קשיות.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4461
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג פאברואר 03, 2013 2:24 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקט וואס איהר רעדט ווייל מיר האבען ביידע דער זעלבע סארט יוסטיץ סיסטעם. אויב איז נישט געוועהן קיין עווידענס פארוואס שמאכטעט יענער? קאן זיין איהר זענט נישט באהאווענט וואס דער קאורט רופט עווידענס.

דו פארשטייסט נישט וואס איך רעד ווייל דו מיינסט אז אונז האמיר די זעלבע יוסטיץ סיסטעם.
און כ'אב גראבע נייעס פאר דיר; דו ביסט נישט באהאווענט מיט די קאורט סיסטעם דא אין אמעריקא.

אין לאנדאן איז געווען לעק אוו עווידענס און דא איז געווען לעק אוו עווידענס, דארט האסטו פארשטאנען אז די יוסטיץ סיסטעם האט געארבייט פיין ווייל א אינגערמאן איז ארויס פריי, אויב דא איז אויך געווען "לעק אוו עווידענס" און נאכדערצו אז דער דעטעקטיוו וואס האט אויסגעפארשט די מעשה האט גאר געהאט ציזאגן לטובתו און אעפ"כ איז ער ארויס מיט אזא פינסטערע פסק, און דו וואולסט מיר זאגן אז די סיסטעם ארבייט?

אנעים; כ'זאג דיר נאכאמאל וואס כ'אב פריער געזאגט:
פליגל האט געשריבן:אנעים; הא לן והא להו.

לונדון און ניו יארק זענען ווייט באיכות כרחוק מזרח ממערב.

דא איז אויך פארגעקומען א מעשה און דער דעטעקטיוו וואס האט אריגינעל אריינגענומען דעם אינגערמאן פאר אויספרעגונג האט גאר געוואלט עדות זאגן לטובתו, און אויך איז געווען "לעק אוו עווידענס", ואכמ"ל אבער דער אינגערמאן שמאכטעט ביטערלעך, גייסטו מיר ברענגען א ראי' פון לונדון?

דער האט'ך דיר שוין לאנג געזאגט אז דו האסט נישט קיין השגה א כל-שהו וואס דא גייט אלס פאר.

לאמיר דיר קלאר מאכן: אמעריקא האט זיך אפגעריסן פון ענגלאנד 237 יאר צוריק.

איך בין פארטיג מיט דיר און איך גיי דיר דאס נאכאיינמאל זאגן:

מיר האבן אויסדריקליך נישט די זעלבע יוסטיץ סיסטעם.
און דאס איז די שורש פון די מיינונג פארשידענהייטן וואס דא געשעט.
נעם דיר אריין אין קאפ אז די סיסטעם דא איז א טאטאלער דורכפאל און הער אויף מיט דיינע קאפ פארדרייענישן.

צוריק צו לעמאן דזשוס'ס מרפסין איגרא'דיגע קשיא: ערענסט גערעדט; וואס טוט מען?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג פאברואר 04, 2013 11:57 am

בקיצור ממש. דאס אז מען טענה'ט דא אז מען האט פאראורטיילט נ"וו על לא עול בכפיו האט נישט מיטען יוסטיץ סיסטען בכלליות. אפילו דער גרעסטע שטיצער פון סיי וועלכען סיסטעם וועט נישט זאגען אז עס איז 'פערפעקט', ווייל אומעטום זענען דא פעלערען און דורכפעלער. די שאלה איז אין רוב פעלער ווען איינער ווערט געפונען שולדיג צי ער איז טאקע שולדיג צי נישט?

אדרבה, קוקטס אויף אלע אנדערע אחב"י וואס זענען געווארען אנגעקלאגט און געפונען שולדיג אין די לעצטע פאר יאר - צי זענען זיי אויך געוועהן אומשולדיג? קלאר אז נישט. איז דאך פשט אז דער סיסטעם בכלליות ארבעט גוט, נו, פארוואס זאל איינער חושש זיין אז פונקט ער וועט זיין דער נעקסטע דורכפאל פונעם סיסטעם?

דאהי האט שוין מסתם אויך פאסירט אז מען האט איינגעזעצט מענטשען על לא עול בכפם, און פארט דרייט מען זיך נישט ארום מיט א שרעק אז מען וועט אויף איינעם ארויפשמירען א מעשה ווען ער איז גענצליך ריין.

נ.ב. איך רעד דייקא פונעם יוסטיץ סיסטעם אויסגעפירט דורך די פאליציי. ביי סאשעל סערוויסעס איז דער מצב פיהל שוואכער און דארט פאסירט מער אפט בלבולים (צ.ב.ש. ביי גיטין). די סבה דערפאר (איך נעם מיר נישט אהן, איך ערקלער בלויז די סבה) איז ווייל טאמער פארשען זיי נישט גוט אויס יעדע קלאגע (אויך פון אלגעמיינע עביוס) און צום סוף שטעלט זיך אויס דער טאטע\מאמע\ביידע זענען געוועהן עביוסיוו איז עס פיהל מאל א שאלה פון סכנת נפשות ממש, ווי אויך זענען די באטראפענע הילפלאז ממש (קליינע קינדער).
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג פאברואר 04, 2013 12:01 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:
אדרבה, קוקטס אויף אלע אנדערע אחב"י וואס זענען געווארען אנגעקלאגט און געפונען שולדיג אין די לעצטע פאר יאר - צי זענען זיי אויך געוועהן אומשולדיג? קלאר אז נישט. איז דאך פשט אז דער סיסטעם בכלליות ארבעט גוט, נו, פארוואס זאל איינער חושש זיין אז פונקט ער וועט זיין דער נעקסטע דורכפאל פונעם סיסטעם?

דאהי האט שוין מסתם אויך פאסירט אז מען האט איינגעזעצט מענטשען על לא עול בכפם, און פארט דרייט מען זיך נישט ארום מיט א שרעק אז מען וועט אויף איינעם ארויפשמירען א מעשה ווען ער איז גענצליך ריין.


איך וועל דיר ענטפערן בקיצור,
אין דעם (איינעם) אנדערע פאל, וואו יענער האט זיך בעצם זיין פעקל, האט דער יוסטיץ סיסטעם אויך געסרוחעט.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג פאברואר 04, 2013 1:09 pm

אין מיין באהויפטונג האב איך געשריבען אומשולדיג, ודו"ק.

ליידער זענען פאהאנען משחיתים אבער ב"ה טייל זענען געווארען געפאקט. דער פחד וואס מען האט פראבירט ארויף צו ווארפען כאילו 'יעדע ערליכע מלמד' קען ווערן אנגעקלאגט און פאראורטיילט צו 100 יאר תפיסה איז גרונטלאז. אויך במציאות זעסטו אז דאס פאסירט נישט כסדר.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג פאברואר 04, 2013 1:19 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:אין מיין באהויפטונג האב איך געשריבען אומשולדיג, ודו"ק.

ליידער זענען פאהאנען משחיתים אבער ב"ה טייל זענען געווארען געפאקט. דער פחד וואס מען האט פראבירט ארויף צו ווארפען כאילו 'יעדע ערליכע מלמד' קען ווערן אנגעקלאגט און פאראורטיילט צו 100 יאר תפיסה איז גרונטלאז. אויך במציאות זעסטו אז דאס פאסירט נישט כסדר.

עס האט פאסירט אין די לעצטע שטיק צייט אליינס עטליכע.
איין מעשה אין וומ״ס, ווי עיצימער האט באשלאסן אז זיין זוהן׳ס מלמד.... ווען מען האט מודיע געווען פאר די אויטאריטעטן אז קעמערעס זענען פארהאן, האבן זיי זיך אפגעלאזט, ניטאמאל געקוקט די קעמערעס...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גוט זאגער און 12 געסט