בלאט 1 פון 1
עצות זיך צן שפארן צייט
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 8:21 pm
דורך 3x0
דער עולם ווערט געבעטן דא אריין צושרייבן עצות וויאזוי זיך צן שפארן צייט איבערן טאג.
איך וועל אנפאנגן מיט עפעס וואס איך האב לעצטענס געזעהן אפאר מאל.
פאר מען גייט ארויס פון מקוה ווען מען טוט אן די רעקל, לייגט מען נאר אריין די רעכטע האנט און די ארבעל פון די רעקל, און די לינגע זייט געט מער א ווארף ארויף אויף די לינקע אקסעל, אזוי ווען מען ענדיגט די קאווע און די נייעס פון די טאג וואס האט זיך אנגעפאנגן אפאר שעה צירוק און מען וויל זיך שטעלן דאווענן דארף מען נישט צירוק אויסטון די לינקע ארבעל.
אזוי האט מען א בעסערע טשענס צו ליינען קריאת שמע פאר סוף זמן קריאת שמע, און דאווענן פאר סוף זמן תפילה, אריין גיין פריער צו דער ארבעט, און מסתם טוען זיי עס נאר, אז זיי זאלן האבן מער צייט צו שרייבן אין קרעטשמע.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 11:21 pm
דורך שוועמל
איין זאך איז זיכער, ווען איך מאנגל אין צייט, מייד איך ווען אויס דעם אשכול... די בעסטע עצה
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 8:01 am
דורך יגרסהדותא
3X0

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 3:04 pm
דורך יגרסהדותא
אנצינדן דעם צוגעראטעל פונעם עמוד... מ'שפארט די צייט פון ארויסנעמען פון טאש די פייער

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 3:46 pm
דורך איך_הער
ביים אנטוהן אונדערפריה צו צומאכן נאר די אויבערשטע און אינטערשטע קנעפלעך פונעם העמעד און וועסטל .
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 10:54 pm
דורך קרעמער
סטעפ-אין שיך... שפארט איך צייט פון צומאכן בענדלעך.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 11:29 pm
דורך שוועמל
פאר די וואס טראגן האלבע הויזן:
קויפט די וועלקרא בענדל אנשטאט דעם רעגולער בענדל, איר פארשפארט צו מאכן א קניפ
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 7:27 am
דורך טאגליכט
שפארן צייט, הא הא הא, ווייסט נישט אז פינקט ווען מיאגט זיך און מזיכט צו שפארן צייט דערלייגט מען, אבער אלס. בדיוק
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 8:28 am
דורך יאנאש
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 10:50 am
דורך קרעמער
שוועמל האט געשריבן:פאר די וואס טראגן האלבע הויזן:
קויפט די וועלקרא בענדל אנשטאט דעם רעגולער בענדל, איר פארשפארט צו מאכן א קניפ
וועלקרא איז גארנישט אזוי געשמאק, נאך א לענגערע צייט, טוט זיך דאס אויסרייבן און עס הערט אויף קלעבן. אויך קען עס זיין פארבינדן מיט שאלות אין הלכות שבת.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 11:11 am
דורך מעסטערמיינד
קרעמער
1 מ'קען עס אלץ טוישען פאר נייע
2 כ'גלייב אז אויב וואלט עס געווען א שאלה אין הל' שבת וואלטען אונזערע פארזארגעס שוין ווען געלאזט דאס וויסען,
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 1:20 pm
דורך סאכדעס
כ'מיין אז די בענדליך מאכן זיך מער שאלעס אין סחיטה.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:21 pm
דורך קרעמער
סאכדעס האט געשריבן:כ'מיין אז די בענדליך מאכן זיך מער שאלעס אין סחיטה.
ווער הייסט דיר זיך טובל'ן מיט די הויזן?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:25 pm
דורך סאכדעס
כעל דיר זאגן דאס פאסירט נאר ווען זמן קרי"ש איז אט אט, חוץ מזה גיי איך נישט קיין האלבע הויזן, און וואס נאך? גארנישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2006 1:56 pm
דורך טאגליכט
קרעמער, איך פלעג גיין נאר מיט בענדליך, איין שיינעם טאג זעה איך ווי מיין רבי גייט מיט וועלקראו, האב איך באשלאסן אז ער מעג גיין מעג איך דאך אוודאי גיין מיט וועלקרא, זינט דעמאלס גיי איך נאר מיט די וועלקראו, מיינס איז שוין אלט א יאר און דערווייל איז עס נאך נישט אויסגעריבן
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 05, 2007 11:16 pm
דורך ירא שמים
בס"ד
המשך שפארען צייט עצות
-זיך נישט דרייען אינמיטען שלאפען (מען שפארט זיך די צייט פין זיך דרייען)
-קויפען פארטיגע בלינצעס (מען שפארט זיך די צייט עס צי מאכען)
-שוין אנהייבען מיט די הכנות פאר פסח (מען שפארט זיך די צייט פין ערב פסח)
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 05, 2007 11:35 pm
דורך מאשקע
הערטס א מעשה. איך עפן אזוי דעם אשכול דורכ'ן אראנדזשען קנעפל, און איך קום אן גלייך צום לעצטן תגובה פון ירא שמים. אן דעם וואס איך זאל איבערקוקן דעם גאנצן אשכול, נעם איך מיך שרייבן די פאלגענדע תגובה:
נאך אן אצה זיך צו שפארן צייט: נישט אריינקומען אין דעם אשכול.
איך געב אזא דרוק דעם שלח קנעפל, און צו מיינע צרות באקום איך דעם באקאנטן ווייסן עמוד פונעם אינטערנעט, אז ער האט שוין געזוכט און ער קען נישט טרעפן דאס נעץ-בלעטל וואס איך זוך.
נו, א איד געט זיך אן עצה און א גוי קלאפט זיך אין פלייצע. האב איך געדרוקט דעם צוריק קנעפל, מיט'ן חשבון איבערצומאכן נאכאמאל דעם פראצעדור.
בקיצור, צו מאכן א לאנגע מעשה נאך לענגער, אז איך בין שוין געווען אינעם אשכול, האב איך אנגעהויבן דורכצוקוקן דעם גאנצן אשכול. והנה, און נון, זעה איך אז שוועמל האט מיך שוין אויסגעכאפט. טיפיקל שוועמל-איכער-מאשקע-אבימלעבט-ועוד.
נו, פרעג איך אייך: וואס האב איך געזאלט טון? נישט אפשרייבן די דאזיגע תגובה? נאו וועי!
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2007 4:25 pm
דורך Anonymous
עצות זיך צו שפארן צייט, הא...
דאס דערמאנט מיך פון אן אנדערע עצה וואס איך האב אמאל געהערט, די בעסטע וועג ווי אזוי אוועק צו נעמען א העינג אווער (א טאג נאכן זיך אנטרינקען) איז, אראפ צו שלינגען צוויי גלעזעהלעך משקה,
בדוק ומנוסה.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2007 4:32 pm
דורך Anonymous
WOW קרעמער גייט מייט ווייסע זאקען שבת
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2007 5:11 pm
דורך abimlaibt
טאגליכט האט געשריבן:קרעמער, איך פלעג גיין נאר מיט בענדליך, איין שיינעם טאג זעה איך ווי מיין רבי גייט מיט וועלקראו, האב איך באשלאסן אז ער מעג גיין מעג איך דאך אוודאי גיין מיט וועלקרא, זינט דעמאלס גיי איך נאר מיט די וועלקראו, מיינס איז שוין אלט א יאר און דערווייל איז עס נאך נישט אויסגעריבן
ווי האסטו געקענט זעהן דיין רעבע'ס הויזן?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2007 6:07 pm
דורך שמעק_טאביק
שמערל האט געשריבן:WOW קרעמער גייט מייט ווייסע זאקען שבת
מנלן?? אפשר מיט שווארצע? (בעלזא)... בכלל רוב ווייסע ווערט ביז 3 חדשים שווארץ... (פון אונטן זיכער...)
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2007 6:15 pm
דורך גאליציאנער
בס"ד
שבת גייט מען מיט שבת'דיגע בגדים