גריווין

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

גריווין

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג ינואר 29, 2013 9:06 pm

גריווין דאס איז אזא מאכל וואס ווערט געמאכט פון פעטנס פון פלייש,
איך ווייס נישט ווי אזוי דאס מאכל הייסט אויף לשון קודש אדער ענגליש, אפשר איז גאר דא נאך א נאמען צו דעם מאכל אין אידיש.
דעם מאכל הערט מער אפט בימי חג הפסח, אין אזוי אויך אין די ימי הכנה צו דעם גרויסען יום טוב.

וואס ברענגט מיר צו שרייבען דא איבער דעם מאכל בכלל אין עפענען א אשכול מיוחד צו אט דעם גריוו?
דער קשיא איז א גוטע, כ'האב זיך אומגעקוקט און געזיכט, באמערקט האב עך, אז ס'דא א אפטיילונג פאר יעדער הינזיכט,
אבער ווען עס קומט צו עסן, וואס פארנעמט דער בימת הכבוד סיי ווען, איז נאך נישט דא קיין אפטיילונג ספעציעל פאר איהר.

אלזא, איך זיך א געשעפט וואס פארקויפט דעם מאכל גריווין א גאנץ יאר נישט בלויז אין חודש ניסן,
איז על כן נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי, קען מיר איינער לאזען וויסען א געשעפט וואס פארקויפט דאס אין בארא פארק?

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » דינסטאג ינואר 29, 2013 9:10 pm

שלום לאנדוי פלעגט עס האבן ראונד די יעיר.

איך האב עס איינמאל געזען אין גארמעי גלאטט ביי די טעיק אוט דארט.
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » דינסטאג ינואר 29, 2013 9:58 pm

שוין געהערט די נאמען, אבער נישט געזעהן אדער טועם געווען, נא אפשר זענט איר מער מאריך וואס דער מאכל איז?
איז עס אזוי זשעלי'דיג אדער אנדערש ? ווי וואספארא מאכל קען עס זיין א פארגלייך ?

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » דינסטאג ינואר 29, 2013 10:10 pm

גריוון איז אויסגעטריקענטע פעטס פונעם טשיקן. ס'נישט דזשעלידיג, ס'איז קראנטשי קריספי אזוי ווי פאטעיטא טשיפס.
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 29, 2013 10:18 pm

עס איז פעט און געזאלצן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מיטוואך ינואר 30, 2013 12:18 am

מי שלא טעם זה, לא טעם טעם גריוון מימיו...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך ינואר 30, 2013 12:27 am

און אלטס א bonus עס קומט מיט א סאך colesterol
the SCY is the limit

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך ינואר 30, 2013 12:33 am

ישלהוסיף האט געשריבן: אלזא, איך זיך א געשעפט וואס פארקויפט דעם מאכל גריווין א גאנץ יאר נישט בלויז אין חודש ניסן,
איז על כן נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי, קען מיר איינער לאזען וויסען א געשעפט וואס פארקויפט דאס אין בארא פארק?


איך בין געווען ביי א קידוש נישט לאנג צוריק, איז געווען אויפן טיש אזוי ווי גאלאראטע מיט לעיבער, הערינגלעך מיט אייער קיכלעך, אויך דער מאכל הסבתה'עס "גריווען" (איך מיין אז קיינער האט דארט דערצו נישט צוגערירט, נאר יוצא געווען מיט דעם.. אההה... גריווען איז אויך דא?? א מחיה!)

אויף מיין פראגע ווי האנדלט מען דאס איין אזוי אנמיטן קאלעכיגען יאר, אדער גאר קומט דאס ארויס פון פריזער נאך פון פסח? זאגט מיר דער בעל שמחה, ניין! ביי שמעלקא פרידמאן אויף די 16טע גאס, קען מען דאס קויפן יעדן ליל שישי. ס'קען גאר זיין אז דאס קריגט מען אנע אפצאל, אזוי ווי די הויט אינעם פיש געשעפט.
לעצט פאראכטן דורך רבניש אום מיטוואך ינואר 30, 2013 12:55 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
זיי קלוגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 17, 2012 1:34 am

תגובהדורך זיי קלוגער » מיטוואך ינואר 30, 2013 12:49 am

Basically you take the skin of the chicken & put it on the griddle/hot plate (like scramble egg) until it gets crispy

Declaimer: your spouse will probably throw you out of the house together with the whole smell
...
:!:

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך ינואר 30, 2013 9:47 am

 ס'קען גאר זיין אז דאס קריגט מען אנע אפצאל, אזוי ווי די הויט אינעם פיש געשעפט.[/quote]
איך צאל יעדע וואך פאר הויט $0.75
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » מיטוואך ינואר 30, 2013 9:48 am

Ron Paul האט געשריבן:גריוון איז אויסגעטריקענטע פעטס פונעם טשיקן. ס'נישט דזשעלידיג, ס'איז קראנטשי קריספי אזוי ווי פאטעיטא טשיפס.


די מוטער זאל זיין געזונט פלעגט עס אמאל מאכן בימים ההם
איך ווייס נישט פארוואס זי האט אויפגעהערט

אבער אז מען רעדט שוין דערפון, סע איז זייער גוט געווען.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך ינואר 30, 2013 11:17 am

אליעזר גרינפעלד /quote]

די מוטער זאל זיין געזונט פלעגט עס אמאל מאכן בימים ההם
איך ווייס נישט פארוואס זי האט אויפגעהערט

אבער אז מען רעדט שוין דערפון, סע איז זייער גוט געווען.[/quote]
אפשר האט זי אויפגהערט ווייל
[quote="זיי קלוגער האט געשריבן:
Declaimer: your spouse will probably throw you out of the house together with the whole smell
...
:!:
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

תגובהדורך מכה בדופן » מיטוואך ינואר 30, 2013 12:15 pm

איי גריווען...איינס פון די יודישע תאוות וואס קיין גוי פארשטייט נישט.

ווען כ'האב מעך געווייקט אינעם הייסן מקוה עש"ק האבעך געטראכט נעבעך וויאזוי גרייטן זיך גוים צו א שבת קודש...(א ווערטל אינדערזייט, וויאזוי גרייט זיך א ליטוואק צום שב"ק אן קיין הייסע מקוה?)

אז כ'רעד שוין, מ'קען נישט האבן פון אלעם. אין דער ווינטער איז דער הייסע מקוה עקסטער געשמאק אבער ס'ז נישט דא קיין צייט. אין זומער האט מען בריוח צייט אבער א קאכעדיגע מקוה איז מער נגע ווי עונג...
כ'בין מקנא די יודן םון אויסטראליע ווייל ביי זיי איז קאלט אין דער זומער האבן זיי סיי צייט און סיי געשמאק. אזוי מיינעך.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך ינואר 30, 2013 2:43 pm

מכה סקומט נישט אריין דא אבער איך ווייס נישט צי דו מאכסט א וויץ צו נישט
אין אויסטראליע איז טאקע קאלט זומער אבער צי אלע צרות איז פונקט זומער די זמן פריער ווי ווינטער...
נאך אזאך
חנוכה לעכט דארף מען ווארטן ביז שפעט ביינאכט צי צינדן און מען טוט זיך אן דעם רעקל מיטן היט מיטן גארטל און דער עיר קאנדישען טרייעט אפציקילען...
ווען מען גייט צי תיקון ליל שבועת איז ביטער פראסט אינדרויסן..

זיי זיי נישט מקנא אזוי

אוועטאר
קל_וחומר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2008 6:25 pm
לאקאציע: אינעם נעץ

תגובהדורך קל_וחומר » מיטוואך ינואר 30, 2013 6:34 pm

זיי קלוגער האט געשריבן:Basically you take the skin of the chicken & put it on the griddle/hot plate (like scramble egg) until it gets crispy

Kluger,
You have it wrong.
When one melts the chicken fat in a pot, so it can be used instead of oil, you can add skin to the pot, and when the fat is completely melted, before you turn off the the gas, you sprinkle a few drops of water into the pot, and this causes the skins to shrink and you have to cover the pot immediately, since the smell and smoke at that time is really bad.
אז עס גייט נישט וויאזוי מ'וויל, דארף מען ווילן וויאזוי עס גייט.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג ינואר 31, 2013 1:16 pm

ביי גרינפעלד'ס אין וומ"ס האב איך עס אמאל געזעהן און ער האט געזאגט אז ער האט עס א גאנץ יאר

אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

תגובהדורך מכה בדופן » דינסטאג פאברואר 05, 2013 12:58 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:מכה סקומט נישט אריין דא אבער איך ווייס נישט צי דו מאכסט א וויץ צו נישט


מכה מאכט נאר וויצן.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 3:26 pm

בארא פארק געשעפטן וואס פארקויפן דעם געשמאקע מאכל הנודע בכל תפוצות ישראל - גריוון

16avenue glatt ציווישען 46 & 47 יעדע וואך

סאטמאר פלייש געשעפט 50 פארקויפט יעדע וואך

שפע אויף 13 און 48, בדרך כלל יעדע וואך

האנגעריען כאשער קאזין אויף 16 און 50 פארקויפט אויך על פי רוב, געווענדליך אויך מיטוואך

א ידיד האט מיר געטוהן א טובה אנגערופען 'לאזי'ס', אופן טעלעפאון געפרעגט צו זיי פארקויפען גריוון, מ'האט האט אראפ געהאקט אויף איהם דעם טעלעפאון.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 3:48 pm

סאטמאר בוטשער 82 פארקויפט עס א גאנץ יאר
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט