הערליכע שיעורים אין מגילת אסתר אראפצולאדענען

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג פאברואר 11, 2013 5:39 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:אין מסרבין לגדול...

ח' א' - ח' ט"ו

גוגל דרייוו

כגלייב ניש איר מיינט מיר עניוועיס א גרויסן דאנק פארן לייגן נאך 2 [כאטשיג]

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג פאברואר 12, 2013 9:03 am

יוראפ האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:אין מסרבין לגדול...

כגלייב ניש איר מיינט מיר עניוועיס א גרויסן דאנק פארן לייגן נאך 2 [כאטשיג]


נעוואדע מיינט עס דיר, אז דו געסט מיר א קאמפלימענט געב איך צוריק. :wink: שמור לי ואשמור לך. אין יודיש גערעדט: דו לאז אפ מיין בארד וועל איך אפלאזען דיינס...
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג פאברואר 12, 2013 12:34 pm

ייש"כ פאר די הערליכע שיעורים.

אויף דעם וואס דו זאגסט בשם די חת"ס און אנדערע, אז די גרויסקייט פון די נס איז געווען אז בשעת די אידן האבן זיך פארזינדיגט און דעם מינוט האט די אויבערשטער צוגעגרייט די נס, ענליכס האב איך געהערט וישמע יתרו - מה שמועה שמע ובא, קריעת ים סוף ומלחמת עמלק, איז באקאנט די קשיא די תורה שרייבט דאך את כל אשר עשה אלהים למשה ולישראל פארוואס האט רש"י אנגעכאפט פונקט די צוויי?

נאר עס איז דא א מדרש אז ואמר פרעה לבני ישראל נבוכים הם בארץ גייט ארויף אויף דתן ואבירם וואס זיי זענען נישט ארויס מיט אלע אידן, נאר נאך קריעת ים סוף זענען זיי נאכגעקומען, און די ים האט זיך נאך אמאל געשפאלטן פאר זיי, אזוי אויך די נס ביי מלחמת עמלק איז געווען פאר אלו שפלטן הענן, ווען יתרו האט דאס געהערט אז די אויבערשטער טוט ניסים אפי' פאר אזעלכע אידן, איז ער נתעורר געווארן צו קומען.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

שיעור ט"ו

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך פאברואר 13, 2013 10:35 am

יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » מיטוואך פאברואר 13, 2013 12:50 pm

ווי קען איך באקומען צי ליינען אויף יודיש די נס פורים
אפשר קען איינער ארויף לייגען דא?
יאנקעל די פופציגער

willy11217
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 28, 2011 10:19 pm

הערליכע שיעורים אין מגילת אסתר אראפצולאדענען

תגובהדורך willy11217 » מיטוואך פאברואר 13, 2013 4:14 pm

א גרויסן ישר כח פאר אנעים זמירות פארן געבן די שיעורים פאר ובלכתא בדרך די זכות פין אלע יודען וואס גיען עס הערן וועט אייך זיכער צינעצט קומען

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך פאברואר 13, 2013 4:16 pm

קומט נאך ר' אנעים?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך פאברואר 13, 2013 4:24 pm

willy11217 האט געשריבן:א גרויסן ישר כח פאר אנעים זמירות פארן געבן די שיעורים פאר ובלכתא בדרך די זכות פין אלע יודען וואס גיען עס הערן וועט אייך זיכער צינעצט קומען

ובלכתך האט עס שוין ארויסגעלייגט?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

willy11217
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 28, 2011 10:19 pm

תגובהדורך willy11217 » מיטוואך פאברואר 13, 2013 4:48 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
willy11217 האט געשריבן:א גרויסן ישר כח פאר אנעים זמירות פארן געבן די שיעורים פאר ובלכתא בדרך די זכות פין אלע יודען וואס גיען עס הערן וועט אייך זיכער צינעצט קומען

ובלכתך האט עס שוין ארויסגעלייגט?


זיי האבן עס היינט באקומען

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 3:02 pm

מ'האמיר אראפלאודירט די שיעורים פארגאנגענע וואך, און נעכטן געמאכט אביסעלע צייט אויסצוהערן, אמעהר, מ'קען דאך נישט אריינפלאטשקען אינעם פורים ווי א יון אין די סוכה, הגם טאקע נאר א קליין שטיקל דערווייל, אבער בעסער ווי גארנישט איז עס זיכער, מ'האף מיר היינט צו גיין ווייטער בעז"ה.

אנעים'ל, ס'הערט זיך זייער בא'טעמ'ט,
ש'כח פאר'ן מזכה זיין די הערליכע שיעורים, ויהא זה לזכותך.

אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

תגובהדורך מכה בדופן » פרייטאג פאברואר 15, 2013 10:51 am

העעעערליך שיין. כ'אבעס איבערגעהערט צוויי מאל.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

שיעור ט"ז

תגובהדורך אנעים זמירות » מוצ"ש פאברואר 16, 2013 7:59 pm

ט' י"ט - סוף

גוגל דרייוו

געענדיגט ארויפלייגען די שיעורים. הערטס און האטס הנאה.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג פאברואר 17, 2013 3:39 pm

יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » מאנטאג פאברואר 18, 2013 12:47 pm

ש'כח נאכאמאל אנעים, כ'האב נעכטן ממשיך געווען, כ'גלייך זייער די קלארקייט און צו דער זעלבער צייט נישט קיין עקסטערע אריכות.
יישר כחכם.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך פאברואר 20, 2013 4:20 pm

פשי!לא!לא!

גרויסן יישר כח זיסער זינגער!

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג פאברואר 26, 2013 3:38 pm

ייש"כ הרב אנעים, די מגילה האט געהאט אן אנדערע טעם דאס יאר!
ווען קומט הערליכע שיעורים אין הגדה של פסח אראפצולאדענען?

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג פאברואר 26, 2013 7:16 pm

ייש"כ. ליידער האב איך נישט בנתיים תורה שבעל פה אויפען הגדה, אבער תורה שבכתב יא. אי"ה נאך ר"ח וועל איך ארויף לייגען א פידיעף וואס איך האב אפגעשריבען עטליכע יאר צוריק ווי איך גיי דורך דעם גאנצען ליל הסדר בקיצור. געאייגענט בעיקר אלץ crash course פאר א יוד וואס האט נישט קיין צייט געהעריג זיך צוגרייטען, זאל כאטש האבען אן אהנונג במה דברים אמורים (איך האב עס אליין גענוצט פאריאר, זייענדיג שטארק פארנומען פאר פסח).
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:09 pm

ס'יז שוין צייט צו לערנען די מגילה.
צוגעלייגטע

megilla.wma [ 241.15 KiB | געזעהן 1463 מאל ]


אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » פרייטאג פאברואר 13, 2015 9:35 am

אנעים זמירות האט געשריבן:גאנצע פאולדער אויף דראפבאקס


הנה זה עומד אחר כתלנו
די ימי הפורים זמן שמחתנו
שעשה נסים לאבותינו
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובהדורך א איד אין גלות » פרייטאג פאברואר 13, 2015 11:22 am

יענקל פאטאש האט געשריבן:ס'יז שוין צייט צו לערנען די מגילה.

אוי נאסטאלאגיע! ווי נעמט מען היינט אזא "גערעגטע קוה!"

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » מיטוואך פאברואר 18, 2015 2:06 am

הרב אנעים וואס זאל איך אייך זאגן איר זאגט גאר גיט

איך קום יעצט פונעם ריבניצער'ס ציון( ערב ר"ח)איך האב געהאט אפאר אינגעלייט אין מיין קאר איך האב אנגעצינען דיין שיעור זיי האבן שטארק הנאה געהאט
איינער פרעגט מיך ווער איז די מגיד שיעור זאג איך ר' אנעים זמירות......

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג פאברואר 28, 2016 6:14 pm

שמעו ותחי נפשכם

א ייש"כ פארן מגיד שיעור, שפתים יושק.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בא שבת בא מנוחה און 23 געסט