Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

כל הכועס חלק ה'

זונטאג ינואר 13, 2013 1:12 pm

המשך פון חלק ד'

מיין זוהן נ”י האט מיר נאכגעזאגט א דבר נפלא וואס ער האט געהערט פון זיין מלמד אין חדר. עס ווערט געברענגט אין חז”ל אז דער מצוה פון לכלב תשלִכון אֹתו - מען דארף ווארפען טריפה’נע פלייש צו הינט, איז א שכר אויף דעם לא יחרץ כלב לשונו - די הינט האבען נישט געבילט קעגן די יודען בשעת מכת בכורות.
לכאורה, האט מיין זוהן געפרעגט, האבען די צפרדעים באוויזען אסאך א גרעסערע זאך ווען זיי זענען אריינגעשפרונגען אין אויווענעס, און זענען אריינגעקראכען אין די געדערים פון די מצריים. דאך טרעפען מיר נישט ווי די צפרדעים זענען געווארען באלוינט אויף זייערע מסירות נפש. פארוואס טאקע נישט?
נאר מיר זעהן פון דא אז עס איז גרינגער אריינצושפרונגען אין א ברענעדיגע אויווען ווי צו האלטען דאס מויל פארמאכט! ווען די כלבים אין מצרים האבען זיך איינגעהאלטען פון צו בילען האבען זיי באקריגען א שכר ווייל דאס איז פון די שווערסטע זאכען.
אין די פארגאנגענע וואכען האבען מיר געשריבען בגנות הכעס. מיר האבען געברענגט פון ספה”ק ווי גרויס איז דער פגם דערפון און ווי שווער עס איז דאס מתקן צו זיין. אין ענגליש איז דא אן אויסשפרעך ”אן אונסע (ounce בלע”ז) פון פארהיטונג איז ווערט מער ווי א פונט פון היילונג.“ עס איז פיהל וויכטיגער זיך אפצוהיטען מען זאל נישט צוקומען צום פראבלעם, ווי פראבירען צו לייסטען דעם פראבלעם איינמאל עס האט שוין אנגעטראפען.

מיר האבען שוין לעצטע וואך גערעדט איבער אכטונג געבן מען זאל נישט צוקומען צו קיין מצב וואס ברענגט געווענליך מחלוקת וכדומה. יעצט ווילען מיר אביסען אויסשמועסען פון ספה”ק וואס מען טוט אויב מען האט זיך יא גערעגט, וויאזוי זאל זיך א מענטש פירען בשעת כעסו.
דער גמרא זאגט (חולין פ”ט.) אמר ר’ אילעא אין העולם מתקיים אלא בשביל מי שבולם את עצמו בשעת מריבה - דער וועלט שטייט נאר בזכות דער מענטש וואס פארמאכט זיך דאס מויל און ענטפערט נישט צוריק ווען מען קריגט זיך מיט איהם. דער מסלת ישרים (פרק י”א) ערקלערט אז דער גמרא רעדט פון אזא איינער וואס איז שוין צוגעקומען צו כעס ביי זיך אין הארץ, דאך האלט ער זיך צוריק פון ענטפערען און ער מאכט צו ס’מויל, ודאי שראוי לשבח הוא.
ער שמועסט דארט אויס דאס הגם אזא איינער האלט נאך נישט ביים שלימות המידות בענין כעס, ווייל דער אופן המובחר איז ווען ער רעגט זיך בכלל נישט, אזוי ווי הלל הזקן, דאך איז דאס גאר א הויכע מדריגה. וואס דארפען מיר דען מער פון דעם אז חז”ל זאגען אויף איהם דאס דער גאנצע וועלט שטייט אין זיין זכות.

אויך דער פלא יועץ ווען ער רעדט וועגן כעס איז ער מאריך אינעם וויכטיגקייט פון שווייגען בשעת הכעס. לכתחילה, שרייבט ער, זאל מען אינגאנצען בלייבען שטיל, און נישט צוריקענטפערן מטוב ורע. אבער אפילו ווען מען דארף יא עפעס זאגען זאל עס זיין רואיג און מיט א שטילען קול, אזוי טוט זיך דער כעס איינשטילען. ער שרייבט דעם לשון והשתיקה בעת הכעס כמים לאש - א שווייגעניש פארלעשט צארן פונקט ווי וואסער פארלעשט פייער.

עס ווערט געברענגט אין ספה”ק ווי מען קען פועל’ן ישועות בכח התורה, ווייל ווען מען איז מחדש חידושי תורה ווערט באשאפען א נייע וועלט, און אויף דעם נייעם וועלט קען דער לומד תורה אויפטוהן. עס איז אויך ידוע פון צדיקים וואס פלעגען קענען ברענגען ישועות פאר יודען דארך ערליך פירען דיני תורה, מיטען כח פון כל דיין שדן דין אמת לאמתו וכו’ נעשה שותף להקב”ה במעשה בראשית - ווען א דיין פסק’ענט א דין תורה ערליך ווערט ער ווי א שותף מיט כביכול, און ביי א שותפים איז דא א כלל אז איין שותף מוז איינהאלטען וואס דער צווייטע שותף טוט.
היינטיגע צייטען זוכט יעדע צו כאפען אלע מיני סגולות מסגולות שונות, וואס עפ”י רוב האבען זיי נישט קיין שום מקור. די בעסטע סגולה, ווען א יוד ברויך א ישועה איז צו מקיים זיין דעם בולם את עצמו בשעת מריבה, וועט ער צוקומען צום אין העולם מתקיים אלא בשבילו. ווען די וועלט שטייט בלויז בזכותו וועט ער קענען פארלאנגען א ישועה מן הדין.

עובדא ידענא פון א פאר פאלק וואס האבען שוין געהאלטען עטליכע יאר נאכען חתונה אבער זייער שטוב איז נאך געוועהן לעהר. עס איז איבעריג צו באשרייבען זייער ווייטאג אדער ארויסצוברענגען וויפיהל טרערען זיי האבען פארגאסען דערויף ווייל דאס זענען דברים ידועים.
איינמאל האט א קרוב פון דעם פאר פאלק פראבירט צו ערלעדיגען פערציג פרויען וואס זאלען באקען חלות אום עש”ק, און בעטען אויפען פאר פאלק בשעת’ן חלה נעמען (פארוואס פערציג? פארוואס נישט). די קרוב האט אנגערופען א געוויסען פרוי צו בעטען זי זאל זיך משתתף זיין אבער די פרוי האט געזאגט דאס עס איז זי צו שווער צו באקען עש”ק.
למעשה האבען זיך געמאכט כמה סיבות ביי דעם פרוי און זי האט נישט עספיעט צו באקען חלות איידער עס איז געווארען דאנערשטאג אויף דער נאכט (ליל שישי). די פרוי האט טאקע אנגערופען דעם קרוב און מודיע געוועהן דאס זי קען זיך יא מצרף זיין, און דער קרוב האט זיך שטארק געפרייט ווייל עס האט נאך אויסגעפעלט איינס-צוויי פרויען צום פערציג.
די פרוי האט געבאקען חלות דאנערשטאג נאכט, אראפגענומען חלה כדין, און בשעת מעשה געבעטען א הייסע תפילה אויף דעם אומגליקליכען פאר פאלק, זיי זאלען שוין אויפגעראכטען ווערן. נאכען באקען האט זי אוועקגעלייגט די חלות אין ’פריזער‘, איבערלאזענדיג אינדרויסען בלויז צוויי חלות אויף יענעם שבת.
יענע פרייטאג צו-נאכטס, ווען די פרוי איז געגאנגען אנגרייטען דעם סעודה, האט זי געזעהן ווי איר מאן האט אריינגעלייגט די צוויי חלות אינעם אויווען זיי אויפצופרישען...און זיי דארט געלאזט! די צוויי שבת’דיגע חלות זענען אצינד געוועהן אזוי הארט ווי מצות און זיי זענען נישט געוועהן אין מויל צו נעמען. דער ’פריזער‘ איז געוועהן אזא סארט וואס מען קען נישט עפענען אום שבת, און זי איז געבליבען אהנע חלות אויף שבת. דער גאנצע שווערע ארבעט דאנערשטאג נאכט איז געוועהן אומזיסט.
מען קען זיך שוין פארשטעלען וואס א פסק עס האט אפגעווארט דעם מאן ווען ער איז אהיימגעקומען פון שוהל...אבער ניין! די פרוי האט באשלאסען זיך איינצוהאלטען און זיין בולם את עצמה, בעטענדיג דערביי דאס דעם זכות זאל ביישטיין דאס פאר פאלק (זיי האבען גענוצט מצות אויף לחם משנה). ווען איר מאן איז אהיימגעקומען האט זיי איהם באגריסט מיט א ווארעמען ’גוט שבת‘, און נישט דערמאנט קיין איין ווארט וועגן די חלות.
פונקט ניין חדשים שפעטער איז דער פאר פאלק אויפגעראכטען געווארען מיט א לעכטיג קינד.
עטעטשמענטס
כעס 5.pdf
(28.26 KiB) געדאון לאודעד 19 מאל
לעצט פאראכטן דורך אנעים זמירות אום זונטאג ינואר 13, 2013 1:18 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

זונטאג ינואר 13, 2013 1:14 pm

דבר בעתו מה טוב

זונטאג ינואר 13, 2013 1:24 pm

לכאורה האט געשריבן:דבר בעתו מה טוב
שרייב א תגובה

Advertisement