כל הכועס חלק ד'
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2013 10:17 pm
המשך פון חלק ג'.
דער הארבסטע תענית (מדרבנן) וואס מיר פארמאגען איז תשעה באב. אפילו אזעלכע וואס דארפען נישט פאסטען די ד’ תעניתים מחמת בריאות וכדו’, מוזען אבער פאסטען תשעה באב (חוץ במקום פיקוח נפש).
דער טעם פארוואס תשעה באב איז אזוי הארב איז א דבר פשוט וואס אפילו קליינע קינדער ווייסען דאס - שריפת בית אלוקינו. מנהג העולם איז טאקע מחנך צו זיין קינדער פון קליינערהייט אהן צו פאסטען עטליכע שעה אדער עכ”פ דורכאויס דעם נאכט. אלענפאלס, דאס איז ידוע און איינפאך אז תשעה באב איז גאר הארב.
אין די משנה (תענית ב’ י’) איז פארהאנען א היכי תימצי ווען מען מעג אויספאסטען תשעה באב פארנאכט (לויט איין שיטה). אין די ערשטע תקופה נאכען חורבן בית שני האט מען נאך מקדש געוועהן דער חודש על פי ראיה, און דעמאלס האט זיך געקענט מאכען אז ת”ב זאל געפאלען אויף א פרייטאג. אין אזא פאל האלט ר’ מאיר דאס מען ברעכט איבער דעם תענית איידער עס ווערט נאכט, מפני כבוד השבת.
להלכה נעמען מיר דאס נישט אהן (עס וועט שוין ממילא קיינמאל נישט אויסקומען די שאלה), אבער לכל הדעות טאר מען נישט פאסטען ערב שבת א גאנצען טאג (א תענית הרשות), נאר מען מוז עפעס טועם זיין פארנאכט. דער טעם הפשוט (ברטנורא תענית) איז כדי מען זאל נישט אריינקומען צום שבת אויסגעהונגערט, ווייל דאס איז נישט קיין כבוד שבת.
לכאורה פארוואס נישט? וואס איז דען אז מען איז אויסגעהונגערט, סך הכל וועט מען עסן די שבת סעודה מיט מער אפעטיט? אדרבה, מיר טרעפען דאך אזוי אין הלכה אז ערב שבת ויו”ט נאכמיטאג זאל מען זיך נישט אנעסן כדי מען זאל קענען עסן די סעודות הלילה לתיאבון, טא פארוואס זאל מען נישט טארען אינגאנצען פאסטען?
דער בני יששכר שרייבט אז מען זאל נישט אריינקומען צום שב”ק פאסטענדיג כדי מען זאל נישט צוקומען צו קיין כעס (זייענדיג הונגעריג). כאטש א גאנץ וואך איז כעס זייער הארב, שרייבט ער, איז אבער כעס אין שבת אן עון פלילי - א פארברעכערישען זינד. עס איז אזוי הארב אז ר’ מאיר האלט מען זאל אפילו אויספאסטען אום ת”ב, אבי נישט צוצוקומען צו דעם חטא.
דער בנ”י ברענגט פונעם חיד”א וואס ברענגט פונעם קנה חכמה א דבר נפלא. אלגעמיין האבען מיר א מאמר חז”ל (שבת קי”ח:) כל המשמר שבת כהלכתו אפילו עובד ע”ז כדור אנוש מוחלין לו - בזכות שמירת שבת איז מען זוכה צו א כפרה זאגאר אויפען עבירה פון ע”ז. דער הסבר דערפון איז ווייל ווען איינער טוט חלילה אן עבירה מיט א געוויסען אבר איז ער פוגם יענעם אבר, און ער וועט דאס מוזען פאררעכטען (אויסער די תשובה מוז קומען א תיקון).
ווען איינער דינט ח”ו ע”ז זאגען חז”ל אז ער איז ככופר בכל התורה כולה רח”ל. קומט אויז אז ער איז דערמיט פוגם אין זיין גאנצען קערפער, מכף רגלו ועד ראשו אין בו מתום. דער איינציגסטע וועג וויאזוי דער מענטש קען זיך מתקן זיין איז איז מקיים צו זיין יעדעס איינציגסטע מצוה אינעם גאנצען תורה - און אזיינס איז זייער שווער.
ברענגט אבער ווייטער דער בנ”י אז שבת איז שקול כנגד כל התורה כולה. קומט אויס דאס ווען איינער היט שבת פאררעכט ער דערמיט אלע זיינע גלידער, און אפילו אויפען עבירה פון דינען ע”ז קען ער האבען א כפרה.
דאס איז אבער זייער גוט ווען ער היט דעם שבת כהוגן. אבער ווען איינער רעגט זיך אויף ביום השבת, און כעס איז גלייך ווי געדינט ע”ז ממש, טוט ער דערמיט פארלעשן און אויסרייסען דעם גאנצען קדושת השבת פון זיין גוף, און ער בלייבט ליידער פגום פון קאפ ביז פיס. ביי אזא איינער, שרייבט דער בנ”י, העלפט נישט די סגולה פונעם שב”ק.
מיט דעם ערקלערט דער בנ”י פארוואס די תוה”ק זאגט אונז עקסטער אהן לא תבערו אש ביום השבת, וואס דאס גייט ארויף אויף כעס (כידוע מהזוה”ק). מיטען אנצונדען א פייער פון כעס פאלירט מען דעם גאנצען שכר שבת.
אין אגרא דכלה (פ’ ויקהל) שרייבט דער בנ”י ווי ווייט מען ברויך זיין נזהר דערין. דער רמב”ם שרייבט אין הלכות דעות ווי מען טאר זיך קיינמאל אויפרעגן, און ווען מען מוז זיך יא רעגן מחמת צורך גדול (עיי”ש), זאל מען זיך נאר מאכען ווי מען איז בכעס, ווי גלייך מען וואלט נאכגעמאכט און נאכגעשפילט עפעס א כעסן אבער באמת זאל מען בלייבען רואיג און מיט ישוב הדעת. זאגט אבער דער בנ”י דאס ביום השבת טאר מען אפילו דאס נישט טוהן. מען טאר ניטאמאל ’עקטען‘ ווי מען איז בכעס.
לולא דמיסתפינא וואלט איך צוגעלייגט דאס נישט נאר ווען מען רעגט זיך אום שב”ק אליין פארלירט מען די סגולת היום, נאר אויך ווען מען ווערט בכעס אום עש”ק צוליב די הכנות לשבת, טוט מען אנווערן דעם גאנצען שכר און קדושת השבת. און לכאורה איז דאס א דבר אמת ווייל עס גייט אריין בגדר מצוה הבאה בעבירה וואס דאן איז די מצוה גארנישט ווערט.
רוב מחלוקות אין יודישע שטובער עש”ק קומען ווען מען איז פאריאגט (ובפרט אין די ווינטער שבתים) און דער שטוב איז נאכנישט גרייט לכבוד שבת. ע”כ החכם עיניו בראשו צו זעהן אז וויפיהל עס איז נאר מעגליך זאל זיין גרייט פון דאנערשטאג נאכט, ויסדר שלחנו מבעוד יום. אזוי וועט מען קענען אנקומען צום שב”ק מתוך רוב שמחה ומתוך מיעוט עונות.
זאל דער אויבעשטער העלפען מיר זאלען אלע קענען מקבל שבת זיין מתוך הרחבת הדעת ומנוחת הנפש, און דער מלאך רע בעל כורחו יענה אמן.
חלק ה'