בלאט 1 פון 1

מיין 'טאלאנטפולע' ווייב

פארעפענטליכט: שבת ינואר 05, 2013 10:22 pm
דורך מכה בדופן
חשוב'ע ליינער, שטייסדעדאך אליינס אז ווען כ'שרייב 'טאלאנטפולע' מיט זוינע הערנער ביידע זייטן גייעך נישט רעדן פון ריכטיגע טאלאנטן. סאו האבעך מורא אז גייסטו מיר פרעגן וואסי דער יושר אזוי צו בארעדן אן אייגענם אשת איש? טאר מען מאכן ליצנות פון די אייגענע בני בייעס?

שתי תשובות בדבר. ראשית כל, פון וועמן דען אויב נישט פון די אייגענע? פון יענעם'ס טאר מען דאך זיכר נישט רעדן, נישט זוי? עניוועי בינעך דאך בעילום השם סאו דו ווייסטעך סייווי נישט וועמן מ'מיינט - און גלייב מיר די סארט טאלאנטן זענען נישט עקסלוסיוו צו מיין יודענע...

[במאמר המוסגר כ'קלער צו עפענען א חתונה זאל און עס רופן השם, סתם כ'זאל קענען שרייבן אויף די אינוויטעישאנס די חתונה וועט פארקומן באולם השם...]

שנית, די קשיא מעיקרא ליתא ווייל ס'זא גרויס טעות צו קלערן אז ס'ליגט עפעס א מעלה אין נישט בארעדן (ולהיפך צו רעדן גוטס). כ'מיין נישט פנים אל פנים - יענסמאל מוז מענעוואדע נאר רעדן שיין און אריינפליקן ווי מער קאמפלימענטס ס'גייט. דעי קענט געט אינאף אוו איט...

[כ'גיי דא איבערהאקן פון מיינט פוינט, סאו פליז דערמאנטס מיך צוריצוקומן עווענטשעלי.]
גראדא מיט קאמפלימענטס האבעך אויך א פראבלעם ווייל איי קען נעווער געט איט רייט. למשל מאנטאג נאכט קומעך אהיים נאך א גאנצן טאג ארבעטן און כ'זע ווי דער אפארטמענט איז שיין אויפגערוימט און אלעס איז מסודר. ווילעך מיך אוועקזעצן אויפן קאוטש מיט א קאווע און שיסן קאמפלימענטס רעכטס און לינקס, באט קודם מוזעך אויסטון מיינע שוך און אנטון די קראקס בלעז. כ'גיי צו נעבן בעט וואו כ'האב זיי איבערגעלאזט צופרי ואיננו כי לקח אותם אלקים, כ'רוף און כ'זוך, אבער גארנישט. בציקור ס'ז קראק ואין עונה. רוף איך אריין אין קאך (מיטן סעלפאון, ווייל די טעלעפון ענטפערט זי שנעלער), "רחל לאה, וואו זענען מיינע קראקס בלעז?"
"כ'ווייס נישט."
"וואס הייסט דו ווייסט נישט, דו האסטעך מסדר געווען דער הויז, ניין?"
"ניין, כ'האב נאר געבאדן די קינדער. אל דע רעסט האט די גוי'טע געטון. כ'אזי שוין אזוי סאך מאל געזאגט זי זאל נישט טאטשען דיינע קראקס (בלעז), וואס זאל איך טון אז זי פאלגט נישט?"

שוין וואס האבעך דעם געקענט טון, כ'האב אליין אויפגעזוכט די קראקס בלעז אבער איין מאל איינס האבעך שוין געוואוסט אז די גוי'טע האט געקלינט. דינסטאג נאכט קומעך אהיים און ווייטער איז דער אפארטמענט שיין גערוימט. שוין, כ'וויל דעך נישט זיין צו נאר, האבעך גארנישט געזאגט, נאר אליין אויפגעזוכט די קראקס און זיך געזעצט אויפן קאוטש מיט א קאווע. מיין כנגדו שפאצירט אריין מיט א שמייכל און קוקט מעך אן, איך קוק צוריק, זי קוקט ווייטער, איך קוק צוריק, זי קוקט...יו געט דע פוינט.
ס'האט אזוי אנגעהאלטן בערך פיר מינוט ביז זי האט געפלאצט און גענומן רעדן אויף א העכערע טאון (זי שרייט קיינמאל נישט, זי רעדט נאר אזוי הויעך אז ביידע בתי חיים אין ק"י קענען זיך אויפוועקן צוזאמן - און איך וואוין אין וויליאמסבורג...) "נאר טענות קענסטו האבן? ווען ס'קומט צו געבן א קאמפלימענט ווערסטו פלוצלינג שטום?"
"סארי באט כ'ווייס נישט וואספארא קאמפלימענט דו ווילסט. אדרבה זאג מעך וועלעך געבן."
"האסט נישט געזען דער הויז איז אזוי שיין אויפגערוימט???"
"אוי כ'אגעמיינט ס'ז געווען די גוי'טע נאכאמאל. איים סאו סארי. וואס זאלעך דיך זאגן, ביזט אזוי געשיקט, כ'האב אזוי הנאה פון דעם. שקויעך, שקויעך, ס'ז סאמטינג ספעשעל. ווייסט גארנישט וויפיל איך עפרישיעיט עס נאך א גאנצע טאג ארבעטן אז אלעס איז אזוי שיין. ס' נישט משיג צו זיין וויאזוי א פרוי קען זיין אזוי טיכטיג..."

און זוי האבעך געשיט קאמפלימענטס אפשר זעקס-זיבן מינוט אין א צי ביז דער מצב האטזיך איינגעשטילט... פיינעלי, כ'זעץ מיר צוריק באקווען אויפען קאוטש און כ'וויל נעמען דער צייטונג, זע'עך ס'נישט דא. רוף איך אריין אין קאך, "רחל לאה, וואו איז דער צייטונג?"
"כ'ווייס נישט."
"וואס הייסט דו ווייסט נישט? וואו האסטו עס געלייגט?"
"איך האנישט מסדר געווען דארט, די גוי'טע האטעס מסתמא אוועקגעווארפן..."

עניוועי, וואו האמיר געהאלטן? אז נישט בארעדן איז נישט אזא מעלה וואו מ'קען קלערן. למשל די פרויען לערנט מען אויס ביי די כלה לעסענס זיי זאלן נאר רעדן גוטס אויף זייערע מענער און ארויפקוקן אויף זיי. מיינט עטס ס'ז אזוי גוט? לא'מיר אפ'משל'ן וויזוי ס'גייט צו:
א יונגערמאן קומט מנחה מעריב אין שול און ער טרעפט א קוקפע, רופט ער זיך אן, "אוי וואספארא מושב ס'האט זיך געטון ביי מיר אינדערהיים היינט..."
"ביי דיר?" האקט אריין א צווייטע, "דו מוזט זען וואס גייט ביי מיר פאר, מיין ווייב האט דיסיידעד זי וויל אנהייבן פסח קלינינג (א וואך פאר חנוכה), סאו ביז נעקסטע וואך וואשט מען נאר קליקס און לעגאוס, אבער ריינע העמדער קענעך נאר האבן אין דריי וואכן."
"אבי זי וואשט," שיסט אריין א דריטער. "ביי מיר איז מען ביזי פאר די חנוכה פארדי און אלעס אנדערש איז אויף האולד..."
און אזוי לייגט יעדער צו זיינע 'האראר סטאריס' מיט זאלץ און פעפער ענד אל דע רעסט. וואס געשעט למעשה? דער ערשטע יונגערמאן פילט זיך שוין גאנץ גוט אז ביי אים איז דער מצב נישט אזוי געפערליך...

יעצט לא'מיר באטראכטן דער אנדערע זייט עזרת נשים. זי רעט אויפן פאון צו איר חבר'טע ווען זי הער א שליסל אין טיר. "אקעי כ'מוז אראפלייגן ווייל מיין מאן קומט אהיים יעצט. ער איז גוט אויסגעמוטשעט ווייל ער האט א חברותא צוויי שעה פארטאגס פאר די ארבעט, און ביי לאנטש האט ער אויך א שיעור. ער ארבעט זייער שווער ווייל ער געבט אסאך צדקה - עט ליסט טויזענט דאלער א חודש..."
די צווייטע בלייבט נישט שולדיג ווייל זי האט מען אויך אויסגעלערנט אז מען מוז בא'גדול'ן דער מאן, ענטפערט זי, "מיין מאן קומט נאך נישט יעצט אהיים. ער זאגט ס'ז נישט גענוג זיין צוויי און א האלב שעה פארטאגס שיעור נאר ער מוז אויך לערנן נאך א האלבע שעה נאך די ארבעט מיט א חשוב'ע מו"ץ. כ'בין ממש אימפרעסד פון אים ווייל ער ארבעט א גאנצן טאג אזוי שווער - ס'קומט דאך נישט איזי צו קענען געבן צוויי טויזענט דאלער א חודש פאר צדקה..."
די ערשטע לייגט אראפ דעם טרייבעל (מלשון טרייבען דער צייט) און דרייט זיך אויס צו איר מאן, "אגוטן טאג מכה, וואס מאכסטו? כ'מיין דיך גארנישט צו זאגן באט כ'האב פונקט גערעט צו מיין פרענד שרה רבקה און זי האט מיר פארציילט אז איר מאן לערנט מיטן רב נאכן ארבעט. כ'געדענק שוין נישט עגזעקטלי, אבער האסט מיך אמאל מסביר געווען פארוואס דו לערנסט נישט נאכן ארבעט, ניין? געדענקסט נאך וואס דו האסט געזאגט...?"

פרעג איך ענק, איז בעסער ווען מ'בארעדט אדער ווען מ'מאכט גרויס!


כ'בין היבש פארקראכן פונעם נושא, כאדעך געוואלט פארציילן פון איר טאלאנטן... איז אזוי, מיין אשת חבר האט אזא מין טאלאנט אז זי קען גיין שאפינג, ספענדען מער געלט ווי כ'האב געזאגט כ'האב עוועילעבל (אויפן קרעדיט קארד), מער וויפיל כ'האב גערעכנט (לויט וואס מ'דארף, אינקלודינג אביסל עקסטרע פאר אומפארזעענע זאכן), און דאך וועט זי סאמהאו אויסלאזן אכט וויכטיגע זאכן פונעם ליסט...
מיינטס נישט אז ס'ז זי פונקט אמאל געלונגען...אאו נאו, זי איז א מומחה אין דעם - ממש טאלאנטפול...

וועט איינער קלערן אז מיט אזויפיל טאלאנטן קען זי נאך זיין א בעלת גאוה...נישט געזארגט, זי איז אן עכטע אניוועסטע. אדרבה זי נעמט גארנישט קיין קרעדיט אליין (נישט קרעדיט קארדס דאס נעמט זי יא, כ'מיין פלעין קרעדיט), נאר זי פארגינט מיר דעם פולען קרעדיט - ס'ז אלעס מיין שולד!


נ.ב. זי האט מיר יעצט געפאקט ביים שרייבן און געליינט אלעס סאו איך זוך וואו איינצושטיין אין בארא פארק...

פארעפענטליכט: שבת ינואר 05, 2013 10:30 pm
דורך לוי יצחק
זייער גוט מכה'לע, שיין באשריבן דיין מכה'רויני...

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2013 12:48 am
דורך לכתחילה אריבער
כ'וואלט געשריבן א קאמענטאר, אבער ס'איז א שטיקל כפירה אין גזירות הגלות, מ'דארף ליידן און שווייגען!!

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2013 12:57 am
דורך משזר
גיט, האמער הנאה געהאט.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2013 1:31 am
דורך לכאורה
שוין אמאל געשריבן אז א מכה בדופן ארטיקל איז אזאנס און אזעלכעס.

יעצט ווארט מען אויף א רעאקציע פון די מכה'טע.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2013 1:43 am
דורך שמעק_טאביק
קום צו מיר אין בארא פארק. אבער אן ארטיקל א טאג וועסטו באצאלן פאר די הוצאות...
מכה. ביסט עפעס געוואלדיג גוט! אזוי אויסערגעווענליך אראפצוגעבן א מאצעוו איז נאר אחד בעיר ושנים ממשפחה..
א דאנק!

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2013 2:28 am
דורך זאלץוואסער
מכה'לע דיר קומט זיך מכות (נישט אזוי הייסט זי?)

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2013 11:10 am
דורך maybeeynot
יו מכה כ'האב געהאפט עטליס אין אפיס צו זיין העפי ברענגסטו מיר אויף די היים קאשמארן :oops:
אבער איין נחמה האבן מיר צרת רבים...
שכויח עניווי

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2013 12:48 pm
דורך אנעים זמירות
עס זעהט אויס ווי דו ביזט געוועהן ביי מיר אינדערהיים...

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2013 3:18 pm
דורך שלעפשיץ
לוי יצחק האט געשריבן:זייער גוט מכה'לע, שיין באשריבן דיין מכה'רויני...

;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2013 4:16 pm
דורך fiena nieas
מכה׳לה איך האף אז דו נעמסט אויך אנטייל אין דעים ניטל פראגראם!!