אפטיקל אילוזשען!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11009
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג ינואר 04, 2013 12:32 pm

סהאט געארבעט נאכן האלטן די ווייסע פאפיר פאר מיין אויגן און געבלינקן 10 מאל שנעל
יא דאן זעט מען טאקע אז סאיז רבינו הקדוש זצ"ל

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » פרייטאג ינואר 04, 2013 12:36 pm

זאג נאר!
דיין רבי אין חדר האט זיך אויך אזוי געמוטשעט מיר דיר ביז דו האסט פארשטאנען א שטיקל גמרא?...... :wink:
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11009
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג ינואר 04, 2013 12:37 pm

איך ווייס נישט
גראדע אלע אנדערע ארטיקלן פון לכתחילה גייט גרינגער...

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » פרייטאג ינואר 04, 2013 12:40 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:יאפ, וואונדערבאר!

עס האט געארבעט, נאך טייבעלע'ס ערקלערונג.

(מען זעהט דעם בילד וויאזוי עס קומט נארמאל, ווייסע בארד וגו')

;l;p- ;l;p- ;l;p-
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג ינואר 04, 2013 12:45 pm

לכתחילה ארבעט אויף אן ארטיקל איבער groupthink... און אלס דוגמא העט מען ברענגן דעם אשכול...
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג ינואר 04, 2013 1:41 pm

שטארק זיך האט געשריבן:לכתחילה ארבעט אויף אן ארטיקל איבער groupthink... און אלס דוגמא העט מען ברענגן דעם אשכול...

נא נא! דו מאך חוזק, פאטאקי האט אויך געלאכט, און געמיינט אז עס איז פשוט רחמנות!

און בכלל אז דו פארשטייסט יא אז כ'ארבייט אויף "groupthink", נאך וואס דארפסטו עס אפהארגענען???
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » פרייטאג ינואר 04, 2013 2:03 pm

ס'האט געארבעט ביי מיר מורא'דיג!
ייש"כ לכתחלה.
ס'האט מיר אויסגעקוקט ווי איינער וואס האט אויסגעזען ווי די ישמח משה, נישט ממש אבער ענליך.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג ינואר 04, 2013 2:20 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:"פאני יו שולד עסק", כ'האב עס נישט געטראכט פאר דעם, אבער באמת האט עס צוטין מיט "זען" וואס איז געווארן שיין אויסגעשמועסט דארט.

דע בילד איז די געהעריגע בילד, נאר יעדע קאליר פארקערט. למשל דאס פארשטייט יעדער אז די פארקעקרטע פון שווארץ איז ווייס, סא די פנים וואס איז באמת ווייס זעהט מען שווארץ, און די בעקיטשע ווס איז באמת שווארץ זעהט מען ווייס, די בארד וואס איז ווייס זעהט מען שווארץ.

אהער אלע אנדערע קאלירן האבן אויך א פארקערטע, למשל די פארקערטע פון רויט איז גרין, און פארשטייט זיך אז די פארקערטע פון גרין איז רויט.

למעשה ווען די אויגן נעמען אריין א בילד, איז די "שווארץ אפעל" אזוי ווי א לענס פון א קעמרע, און ער "פרינט ארויף" די בילד אויף א פלאץ אין די בעק פון די אויג, אזוי ווי די פילם אין די אמאליגע קעמרעס, און פון דארט פארט עס צום מוח.

למעשה טאקע פונקט ווי א פילם אמאל איז געווען א "נעגעטיוו" כשמו כן הוא, פארקערט פון פאזעטיוו, וואס מיינט יא אדער גראד וכדו', מיינט נעגעטיוו ניין אדער פארקערט, און אויף די נעגעטיוו איז די בילד געווען פארקערט, סיי די אויסשטעל און סיי די קאלירן, פונקט ווי אויף די בילד וואס כ'האב דא געלייגט, און פון דעם האט מען געמאכט א געהעריגע בילד.

איז למעשה ווען איינער זעהט עפעס, ווערט עס ארויף געפרינט פון אונטערען אויג, ווי פריער געשריהן, און טאקע פונקט ווי א פילם, ווערט עס דארט געפרינט "פארקערט"!! און די מח דרייט עס צוריק אויס.

נאך א זאך, פונקט ווי ווען מען קוקט אויף די זין, וועט מען זעהן אזוי רויט-בלוי אפי' ווען מען קוקט אוועק דערנאך, ווייל עס ווערט כאילו אריינגעברענט אים די אויג די לעכטיקייט פון די זון, אזוי אויך ווען מען קוקט אויף עפעס א לאנגע צייט שטארק, בלייבט פאר עטליכע סקונדען די בילד "אריינגעברענט אין די פילם אינטערען אויג, סא אפ' מען קוקט אוועק, וועט מען עס נאך זעהן אפאר סקונדען.

און וויבאלד מען בלינקט שנעל, אין די ערשטע קליינע חלק סקונדע פאר די מח דרייט עס איבער איז עס דאך אויף די פילם פארקערט, און דא איז די בילד פארקערט, איז עס אין די אויג גראד! סא אז מען בלינקט אסאך און שנעל, איז עס פונקט ווי ווען מען פארט שנעל און עס איז דא א צוים, אוןאפי' די צוים האט שטעקענעס, וואס וען מען שטעלט זיך אפ, וועט מען נישט קענען זעהן פונקטליך אינטערען צוים, ווייל די שטעקענעס שטערען עטוואס, אבער אז מען פארט שנעל,וועט מען נישט זעהן די צוים, נאר זעהן אינטערען צוים, וואס עס איז דא דארט, כאילו די צוים איז נישט דארט, ווייל עס איז צו שנעל פארן מח, און די מח שטעלט צוזאם וואס ער זעהט "צווישען" די שטעקענעס פון די צוים.

די זעלבע איז דא, אינאמת'ן וואלט מען נישט געקענט זעהן די געהריגע בילד, ווייל עס ווערט גלייך "צוריקגעדרייט" אין מח, צום פארקערטן בילד, אבער וויבאלד מען בלינקט שנעל, "זאמעלט זיך איין די אלע "חלקים" סקונדעס, און מען זעהט די בילד.

יעצט געזען א צווייטער הסבר אויף די חלק וואס איז אינטערגעליינט. לדעתי איז עס מער ריכטיג.

אלס ביז די אינטערגעליינטע בלייבט די זעלבע, נאר איין הוספה. די אויג ווי געשמועסט טוט "איבערטייטשען" יעדע בילד, און אירע קאלירן, און אין די אויג אליינס איז עס פארקערט ווי אין ריאליטעט. שווארץ איז ווייס, געל איז בלוי, און רויט איז גרין.

אבער די מח האט למעשה 6 "איבערטייטשער", איינס פאר יעדע פון די קאלערס, דאס איז דריי, און נאך איינס פאר יעדע קאליר זיין פארקערטע, איז נאך דריי.

יעצט פונקט ווען מען איז אין א זייער טינקעלע שטוב, וועט מען נאך אפאר סקונדעס אנהייבן אביסעל צו זעהן, ווייל די "שווארץ אפעל" וואס וועטר גרעסער און קלענער פון זיך אליינס, לויט וויפיל לעכטיקייט עס דארף אריינלאגען, ווייל אז עס קומט אריין צופיל ליכט וועט מען נישט קענען זעהן גארנישט, אזוי ווי ווען מען קוקט אויף די זין, אדער ווען איינער צינד אן פליצלונג א לעקטער אין א טינקעלע שטוב.

האט דער הייליגער באשעפער אזוי אויסגעשטעלט אז די "שווארץ אפעל" טוט זיך "עדזשאסטען" לויט וויפל לעכטיקייט די אויג דארף. אז איר וויל זעהן ווי אזוי דאס ארבייט, נעמט א פלעשלייט, שטייט נעבן א שפיגל, און שיינט אריין אין אייער אויג פאר 20-30 סקונדעס, און דאן געט שנעל א קוק אין שפיגעל אויף די שווארץ אפעל, וועט איר זעהן ווי זי איז גאר קליין, אדער פארקערט שטייט אין א שטוב וואס איז שטאק טינקעל און נאך 20-30 סקונדעס עפענט אויף די לעקטער, און געט א קוק אין שפיגעל, וועט איר זעהן אז די שווארץ אפעל איז גאר גרויס.

די זעלבע איז מיט די פריער געשמוסטע "ריסעפטערס", וואס דארפן אויפכאפען קאלירן.

אז איז וועט לאנג קוקען אויף איין קאליר, וועט די חלק וואס דארף איבערטייטשען די קאליר ווערען "זאט" און ווערן כאילו פויל, אבער די איבריגע חלקים ווערן ווייטער זיין "שטארק".

סא אז איר קוקט אויף א "פארקערטען בילד", וועט די דריי "ריסעפטערס" פון די פארקערטע קאלירן, ווערן פארשלאפען, און די אנדערע וועלען זיין שטארק. סא, נארמאל וועטר עס באלאנסירט, און איינס וועט משלים זיין די צוויייטע, אזוי אז די בילד איז קלאר.

אבער אז דריי זענען פארשלאפען, און די אנדערע זענען שטארק, וועט די ריזאלט אז איר וועט זעהן נאר יענע די געהעריגע, אן די באלאנס פון די פארקערטע איז נישטא, זעהט איר א געהעריגע בילד.

און דאס האלט נאר אן עטליכע סקונדען, ווייל עס ווערט גלייך "אויסגעגראדט".

דא לייג איך נאך א בילד, ווי ווען איר "קלאצט אויף דעם 20-30 סקונדען, וועט איר אויך זעהן די פארקערטע אויף א ווייסע שטח.
צוגעלייגטע
220px-Colordove.jpg
220px-Colordove.jpg (8.33 KiB) געזעהן 1408 מאל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 11:36 am

תגובהדורך פאר דוקא » דינסטאג ינואר 08, 2013 3:05 pm

איך דענק אז סאיז דער בעלה אסיפת המלמדים

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 2:41 pm

אין די בולעטין די וואך איז דא דע בילד, איז דאס ממש די זעלבע זאך?
צוגעלייגטע
Capture.JPG
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

Optical illusions

תגובהדורך שמחת עולם » מיטוואך מאי 14, 2014 11:27 am

1) ווער קען ציילן, וויפיל שווארצע פינטלעך זענען דא?
1.gif
1.gif (8.57 KiB) געזעהן 1706 מאל


2) זענען די שורות גראד אדער קרום?
2.gif
2.gif (5.3 KiB) געזעהן 1706 מאל


3) איז די מיטעלסטע בלויע קעסטעל א גראדע סקווער?
3.gif
3.gif (4.45 KiB) געזעהן 1706 מאל
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » מיטוואך מאי 14, 2014 11:32 am

4) וויפיל פאליצעס זעהט איר?
4.gif
4.gif (1.87 KiB) געזעהן 1697 מאל


5) עס דרייט זיך...
5.jpg

6)
6.jpg
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך מאי 14, 2014 11:33 am

שמחת עולם האט געשריבן:1) ווער קען ציילן, וויפיל שווארצע פינטלעך זענען דא?
1.gif

קיין איין שווארצע פינטל נישטא, אלע זענען ווייסע.

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » מיטוואך מאי 14, 2014 11:34 am

7)
7.jpg
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » מיטוואך מאי 14, 2014 11:45 am

8)
8.gif
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » מיטוואך מאי 14, 2014 11:49 am

9) וועלכע ליין איז לענגער?
9.gif
9.gif (2.64 KiB) געזעהן 1671 מאל


10) וועלכע סירקעל איז גרעסער?
10.gif
10.gif (1.21 KiB) געזעהן 1671 מאל


11) וויפיל פיס האט דער עלעפענט?
11.gif
11.gif (3.71 KiB) געזעהן 1671 מאל
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

דרייסטקייט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm
לאקאציע: אינמיטן א דרייסטע אקט...

תגובהדורך דרייסטקייט » מיטוואך מאי 14, 2014 11:59 am

זייער זייער זייער זייער זייער אינטרעסאנט.
שפרינג אריין מיט א דרייסטקייט! דערשרעק דיך נישט!

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך מאי 14, 2014 12:01 pm

דרייסטקייט האט געשריבן:זייער זייער זייער זייער זייער אינטרעסאנט.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

תגובהדורך באדינער » מיטוואך מאי 14, 2014 12:23 pm

אינטרעסטינג

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך מאי 14, 2014 1:05 pm

א דאנק פאר די אלע אילוזיעס, די בילדער זענען פיין ;l;p-

איך בין נייגעריג צו עס זענען דא מענטשן וואס פאר זיי איז עס נישט קיין אילוזיע און זייער מח זעהט זאכן אנדערש

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מיטוואך מאי 14, 2014 3:00 pm

מורדיג גוט!
צוגעלייגטע
negative-afterimage-optical-illusion-neural-adaptation.jpg
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך מאי 14, 2014 3:07 pm

ער האט פארגעסן צו שרייבן אז מ'דארף בלינקען מיט די אויגן ביים קוקן אויף די ליידיגע.

מומחה אדער לכתחילה, ווער האט דאס שוין אמאל געמאכט דא, אבער נישט מיט דעם גוי נאר מיטן הייליגן רבי'ן ז"ל?
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מיטוואך מאי 14, 2014 3:08 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:ער האט פארגעסן צו שרייבן אז מ'דארף בלינקען מיט די אויגן ביים קוקן אויף די ליידיגע.

מומחה אדער לכתחילה, ווער האט דאס שוין אמאל געמאכט דא, אבער נישט מיט דעם גוי נאר מיטן הייליגן רבי'ן ז"ל?


פארוואס זאגסטו מען דארף בלינקען?
Normal is just a setting on the washing machine

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » מיטוואך מאי 14, 2014 3:10 pm

wow!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

וואס פשט??????
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מאי 14, 2014 3:31 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:ער האט פארגעסן צו שרייבן אז מ'דארף בלינקען מיט די אויגן ביים קוקן אויף די ליידיגע.

מומחה אדער לכתחילה, ווער האט דאס שוין אמאל געמאכט דא, אבער נישט מיט דעם גוי נאר מיטן הייליגן רבי'ן ז"ל?

viewtopic.php?p=643866#p643866
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איד_איד און 21 געסט