כל הכועס חלק ג'
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 29, 2012 5:23 pm
המשך פון חלק ב'
[הקדמה: ווען חז"ל פארציילען א מעשה אויף איינע פון די תנאים ואמוראים וכדו' איז דאס נאר בכדי מיר זאלען זיך קענען אפלערנען דערפון וואס מען דארף. מען ברויך אבער געדענקען אז מיר איינפאכע מענטשען זענען כרחוק מזרח ממערב פון זייערע קדושה, און מיר האבען נישט דעם מינדעסטען השגה אין זייערע גרויסקייט.]
דער גמרא דערציילט אין מסכת קידושין (פ.) איבער דער צדיק וקדוש ר’ עמרם חסידא. דער יצה”ר האט איהם אמאל אנגערייצט לדבר עבירה און ר’ עמרם איז געווארען אזוי איבערגענומען דארך דעם יצה”ר אז ער איז נישט געוועהן פעהיג זיך צו שטארקען און זיין עומד בנסיון. אין זיין ברען צו גיין טוהן דעם עבירה האט ער באקומען אזוינע איבער-מענטשליכע כוחות, אז עס איז דארט געוועהן א שווערע לייטער וואס געווענליך פלעגט מען דארפען האבען צעהן מענטשען דאס צו שלעפען, און אצינד האט ר’ עמרם חסידא דאס אליין געשלעפט.
זעהנדיג ווי ער געבט זיך נישט קיין עצה מיט דעם יצה”ר און ער איז אזוי אנגעצינדען מיט זיין תאוה, האט ער באשלאסען צו טוהן א דראסטישע שריט. ער האט זיך גענומען שרייען בקול רם, ”נוּרא בי עמרם - עס ברענט א פייער ביי ר’ עמרם! קומטס און ראטעוועטס!“
ווי נאר די רבנן האבען געהערט דעם רוף זענען זיי געקומען צו לויפען, וועלענדיג פראבירען צו לעשן דעם שריפה. ווען זיי זענען אנגעקומען און זיי האבען געזעהן דער מצב דארט האט זיך ר’ עמרם שטארק געשעמט, און אזוי האט זיין תאוה זיך אפגעשטילט, און ער האט געקענט בייקומען דעם יצה”ר.
די רבנן וועלכע זענען געקומען צו לויפען האבען געליטען גרויסע בושות פון אלע ארומיגע, אז זייערס א מענטש איז געוועהן גרייט צו באגיין א גראבע עבירה, און זיי האבען פארגעהאלטען ר’ עמרם, ”דו האסט אונז פארשעמט ווען דו האסט געמאכט די קולות און יעדער איז אהער געקומען.“
”בעסער,“ האט ער זיי געענטפערט, ”איר זאלט זיך שעמען מיט מיר אויף דעם וועלט, ווי דאס וואס וואלט געשעהן ווען איך רוף אייך נישט און איר וואלט זיך געשעמט מיט מיר אויף יענער וועלט.“
ר’ עמרם האט דאן באשוואוירען זיין יצה”ר ער זאל איהם פארלאזען און עס איז ארויס פון איהם א זויל פון פייער. האט ר’ עמרם זיך געוואנדען צו דעם פייערדיגע יצה”ר און געזאגט, ”קוק נאר, דו ביזט פייער און איך בין א מענטש, דאך האב איך דיר באזיגט!“
פון דעם מעשה זעהן מיר אז א מענטש קען אמאל זיין אין אזא שווערע צושטאנד פון תאוה דאס ער קען זיך בשום אופן נישט מתגבר זיין. ער וועט אפילו באווייזען איבער-נאטירליכע מעשים צו עררייכען זיין ציהל, און עס קען איהם גארנישט צוריקהאלטען...
...אויסער בושה!
דער איינציגסטע מיטעל וואס איז פארהאנען אין אזא לאגע איז דער כח הבושה. ווען ער זעהט ווי מענטשען קוקען איז ער בכח זיך צו שטארקען אויפען גרעסטען נסיון. (דאס איז די סבה פארוואס די אופנים פון זיך שרייבען איינע מיטען אנדערע לויטען היינטיגע טעכנאלאגיע זענען אזוי שעדליך צום קדושת ישראל - ווייל מיט די אופנים איז נישט דא קיין בושה, ואכמ”ל.)
עס איז אבער דא איין יצה”ר וואס שטארקט זיך כסדר אויפען כח הבושה, און דאס איז דער יצר פון כעס. ווען א מענטש רעגט זיך קען ער פארגעסן פון אלעס. ער קען שטיין אינמיטען גאס אדער אין ביהמ”ד, אבער ווען ער ווערט גערעגט קוקט ער אויף גארנישט. ער פארגעסט אז מענטשען קוקען איהם אהן, עס גייט איהם נישט אהן אז ער ווערט ללעג ולקלס, ער כאפט גארנישט ווי מיאוס ער זעט אויס מיטען רויטען פנים און שוימיגען מויל - אצינד איז ער בכעס!
עס גייט אזוי ווייט דאס אפילו איינער וואס איז אלגעמיין אן איידעלע מענטש, טאמער איז ער נישט אויסגעארבעט אין די מדה, קען ער זינקען צו די נידעריגסטע טיעפענישען. די לשונות וואס קענען ארויסקומען פון איינעם’ס מויל בשעת כעסו, און די טהאטען וואס ער קען אפטוהן, קענען זיין דאס ערגסטע וואס עס איז נאר שייך.
ווען מען וועט מעורר זיין אזא איינער אינדערצייט וואס ער איז גערעגט דאס וואס ער טוט אדער רעדט איז כנגד התורה, וועט ער צוריק שרייען, ”עס גייט מיר נישט אהן! עס אינרטעסירט מיך נישט!“ נישט מער און נישט ווייניגער ווי כפירה בשכר ועונש און חלילה כפירה בה’. נישט בחינם האבען אונז חז”ל געלערנט (נדרים כב:) אמר רבה בר רב הונא כל הכועס אפילו שכינה אינה חשובה כנגדו - ווען איינער רעגט זיך רעכענט ער זיך זאגאר נישט מיטען שכינה הקדושה. ה”י.
איינע פון די עצות וויאזוי צו קעמפען אט דעם יצה”ר, שרייבט דער פלא יועץ, איז שירשם בכתב וילקט כל מאמרי רבותינו זכרונם לברכה בש"ס ומדרשים וזהר הקדוש ודברי האר"י ז"ל, ויהיו לזכרון בעיניו, ובהם יהגה מדי יום יום - צוזאמען צו קלייבען און שרייבען אויף א צעטל אלע מאמרי חז”ל ווי אימער, ווי אויך די רייד פונעם אר”י הקדוש, וועלכע רעדן איבער דעם נושא, און כסדר לערנען און חזר’ן דעם צעטל.
זאל דער אויבעשטער העלפען מיר זאלען אלע קענען ניצול ווערן פון א משהו כעס און עס זאל מקוים ווערן דעם וְהָסֵר כַּעַס מִלִבֶּךָ וְהַעֲבֵר רָעָה מִבְּשָׂרֶךָ.
חלק ד'