בלאט 1 פון 1

א הייס שטיקל גילוי #2 (וי"א #3)

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 4:29 pm
דורך מכה בדופן
נעכטן צווישן מנחה מעריב, ווען מ'האט שין אנגעהויבן פילן די תענית (אפילו ווער ס'האט געהאט א גוטן סענדוויטש פארטאגס) האבעך געשמועסט מיט מיין חבר יצחק כדי צו פארוויילן די צייט.

יצחק: איך מוז דיר עפעס ווייזן אויף מיין סעל

מ"ב: וואס?

י: א קליפ אויף יו טוב

מ"ב: וואס אימיט דיר? דו ווייסט דאך איך קוק נישט אויף יו טוב

יצחק קוקט מיך אן ווי צו זאגן וועמען ביזטו קידינג? איך קוק עים אן שטרענג מיטן רעכטע אויג און איך טריי צו ווינקען און קוילערן מיין לינקע אויג ער זאל קוקן צוויי טישן אוועק. אנהייב האטער מיך אנגעקוקט...שפעטער האטער באמערקט אז מיין שווער שטייט דארט...

יצחק (הויעך): אה יא, כ'האב פארגעסן...ס'נישט וויכטיג...אקעי ווילסט ארויסקומען כאפן א ציגארעטל?

מ"ב (אויך הויעך): וואס אימיט דיר? דו ווייסט איך רייכער שוינישט פינעף יאר...

יצחק: וואס? זייט ווען האסטו אויפגעהערט? איך האב דאך גענומן א ציגארעטל פון דיר...(ענדליך איז דער קוואדער אראפגעפאלן. נאך פינעף מאל ווינקען האט ער געכאפט אויפן ווארט)...יא, כ'מיין ניין..עממ..יא האסט מיר טאקע געזאגט...זאו וויאזוי גייטעס...כ'מיין...

כ'האב געזען ווי מיין שווער הייבט אן צוקומן האבעך שנעל געזאגט 'יו נאו וואט, כ'דארף עניוועי אביסל פרישע לופט סאו וועלעך ארויסקומן דיך האלטן קאמפאני.'

מ'קומט ארויס פרעג'עך עים נו לאמיר זען דעם קליפ.

י: נישט דא, ס'דא צופיל מענטשן. כ'וויל נישט מאכן קיין קופקע...קום דא אינדערזייט...

ער נעמט ארויס זיין סעלפון און פראבירט אריינצוגיין אין יוטוב אבער ער האט נישט קיין סערוויס. 'קום בעסער אין דער פארקינג לאט, דארט האבעך סערוויס און קיינער וועט אונז נישט שטערן.'

מ"ב (פראבירט צו מאכן א דזשאוק): האסט נישט מורא צו גיין? מ'קען נאך מאכן א מעשה...

י: נעה, דער תהילים איד וועט זיך אננעמען (דעיס האב איך צוגעלייגט).

הקיצור מ'קומט אין פארקינג לאט, ער נעמט ארויס זיין סעל און קלאפט אריין דעם יוטוב קליפ פון אנעים.

י: דא, קוק

מ"ב: וואס איז דאס?

י: דאס איז דער קליפ וואס יעדער רעט פון.

מ"ב: יעדער? מיין ווייב האט היינט נאר גערעט פון וואס זי 'מוז' קויפן אין די סעילס. ביזט זעכער 'יעדער' רעט פון דעם?

י: וואס מאכסטדעך טעמיש, כ'מיין יעדער אויף אייוועלט.

מ"ב: אויף וואו?

י: אייוועלט? דעיס אידאך אנעים זמירות פון אייוועלט.

מ"ב: רעדסט צו מיר א שפראך וואס כ'קענישט. וואס איז אנעים זמירות און וואס מיינט אייוועלט?

י: פליז, רעד איין א צווייטע. כ'ווייס דו ווייסט גאנץ גוט וואס כ'מיין.

מ"ב: חי אבאמא אז כ'האב נישט קיין אנונג וואס דו ווילסט פון מיין לעבן האבן.

י: זאג נאר, דו מיינסט גייסט פון מיר חוזק מאכן? כ'בינישט דיין נאר, אקעי.

מ"ב: כ'וואלט דיך נישט געדארפט ענפערען באט דו שרייסט מיך אן מוזעך מקיים זיין ענה כסיל 'כגעוואלדו', גלייב מיר כ'פארשטיי נישט קיין איינס פון דיינע פאני ווערטער. ווילסט מיך זאגן וואס איז אנעים זמירות און וואס איז אייוועלט?

י: איינרעדן זאלסטו דיין שווער אז דו רייכערסט נישט ווייל אפשר וועט ער דיך גלייבן, מיר זאלסטו נישט פארקויפן דיינע לגיונות. יעדער ווייסט אז דו ביזט זאלץוואסער...

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 4:34 pm
דורך מאנ-יימער
וואס איז אזוי פאני? יעדער ווייסט טאקע אז דו ביזט זאלץוואסער....


מכה ביזט גוט, גילוים על גבי גילוים ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 4:35 pm
דורך ווינקל
פרישע גילוי סטאף דיזי צו ווערן, ווער עס זאגט וואס...

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 4:56 pm
דורך שמעק_טאביק
;l;p-

מכה וואס טוסטו צו מיר?.....

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 6:33 pm
דורך לכאורה
גוט צו וויסן. מער לאז איך מיך נישט פון דיר! איך האב אלעמאל געוואוסט אז דו ביסט ווערט א מכה בדופן.

- דער שווער.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 6:41 pm
דורך ידיד
זאלצי ;l;p- ;l;p-

---
לכאורה, 14 יאר נאך די חתונה האסטו שוין אן איידעם?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 6:42 pm
דורך משזר
לאז מיר דיר זאגן אזוי, ניש מכה בדופן איז זאלץוואסער אין ניש זאלץוואסער איז זאלץוואסער נאר איך בין זאלץוואסער.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 6:43 pm
דורך אויפריכטיג
איך מיין מען קען שוין מאכן א באזונדערע פארום "היימישע גילוי"....

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 6:44 pm
דורך SPUSMN
געשפינען און געדרייט.

מען האקט.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 7:19 pm
דורך שלעפשיץ
אויפריכטיג האט געשריבן:איך מיין מען קען שוין מאכן א באזונדערע פארום "היימישע זאלץוואסער"....

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 7:48 pm
דורך לכאורה
ידיד האט געשריבן:זאלצי ;l;p- ;l;p-

---
לכאורה, 14 יאר נאך די חתונה האסטו שוין אן איידעם?

אפשר איז דאס די צווייטע שטריימל באקס?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 7:52 pm
דורך מאנ-יימער
לכאורה האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:זאלצי ;l;p- ;l;p-

---
לכאורה, 14 יאר נאך די חתונה האסטו שוין אן איידעם?

אפשר איז דאס די צווייטע שטריימל באקס?

אפשר נישט?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 7:57 pm
דורך אנעים זמירות
האסט כאטש געקוקט דעם קליפ?

[וויפיהל מענטשען זענען מיר געקומען פארציילען מיט א שמחה אז זיי האבען מיר געזעהן...יוי, זיי קענען מיר דאך זעהן יעדן טאג לייוו, אבער אויף דעם איז קיינער נישט אינטרעסירט.]

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 7:59 pm
דורך געלעגער
מכה, ווען מיין וואש מאשין זאל אזוי גוט דרייען ווי דו דרייסט דא וואלט איך געהאט ריינערע וועש.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 8:00 pm
דורך שטארק זיך
אנעים זמירות האט געשריבן:האסט כאטש געקוקט דעם קליפ?

[וויפיהל מענטשען זענען מיר געקומען פארציילען מיט א שמחה אז זיי האבען מיר געזעהן...יוי, זיי קענען מיר דאך זעהן יעדן טאג לייוו, אבער אויף דעם איז קיינער נישט אינטרעסירט.]

חכם איינער, ווען מען זעהט אייך לייוו ברויך מען אייך אויסהערען ביז אויס; ווידעראום אויף א קליפה קען מען אייך פארלעשן די רגע עס שמעקט... אנע קאנצעקווענצן.

שטייסט?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 8:12 pm
דורך אנעים זמירות
שטארק זיך האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:האסט כאטש געקוקט דעם קליפ?

[וויפיהל מענטשען זענען מיר געקומען פארציילען מיט א שמחה אז זיי האבען מיר געזעהן...יוי, זיי קענען מיר דאך זעהן יעדן טאג לייוו, אבער אויף דעם איז קיינער נישט אינטרעסירט.]

חכם איינער, ווען מען זעהט אייך לייוו ברויך מען אייך אויסהערען ביז אויס; ווידעראום אויף א קליפה קען מען אייך פארלעשן די רגע עס שמעקט... אנע קאנצעקווענצן.

שטייסט?


יעצט פארשטיי איך פארוואס אזויפיהל אירע האבען מיר געבעטען ארויסצוגעבן א טעיפ...

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 8:19 pm
דורך זאלץוואסער
קען מיר איינער זאגן (אויפגעברויזט... איך מיין צו זאגן איך בין אויפגעברויזט, נישט כעסי'ג פלעין אויפגעברויזט, דאס איז ווען איימיצער איז אזוי האלב באבלאזן) וואס אין די וועלט איך האב חוטא געווען. איך האב הערשט יעצט געזעהן דעם שטיקל גילוי, און מ'איז מיר חושד אויף זיין די מכה אליינס!!!

מכה! גוד דזשאב! איך האלט אז די גילוי פאר דיין שווער איז געווען שווערער ווי די גילוי דאהי... ער האט זיך לענגער געפלאגט צו וויסן ווער די ביזט. הא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 4:25 pm
דורך פאר דוקא
זאלץוואסער האט געשריבן:קען מיר איינער זאגן (אויפגעברויזט... איך מיין צו זאגן איך בין אויפגעברויזט, נישט כעסי'ג פלעין אויפגעברויזט, דאס איז ווען איימיצער איז אזוי האלב באבלאזן) וואס אין די וועלט איך האב חוטא געווען. איך האב הערשט יעצט געזעהן דעם שטיקל גילוי, און מ'איז מיר חושד אויף זיין די מכה אליינס!!!

מכה! גוד דזשאב! איך האלט אז די גילוי פאר דיין שווער איז געווען שווערער ווי די גילוי דאהי... ער האט זיך לענגער געפלאגט צו וויסן ווער די ביזט. הא?

אויב ער ווייסט שוין