כל הכועס חלק ב'
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 22, 2012 9:52 pm
צווייטע אין א סעריע. דא איז חלק א'.
אין די יעצטיגע טעג ווען די גוים פראווען זייערע חגאות מוז מען שטארק געווארענט זיין נישט ארויסצוזאגען דען נאמען פון זייערע חגא. ביי יודען איז אנגענומען דאס מען רופט עס אהן מיט א לשון גנאי ’קראצמעך‘.
עס זענען פארהאנען מאנכע וואס מיינען אז דאס איז עפעס א פאנאטישע משוגעת וואס פארפרומטע כאניאקען האבען אויסגעטראכט. משא”כ איך, טראכט זיך דער ’אויפגעקלערטע‘ פארשוין, ווען איך רעד דערוועגן, אדער ווען איך האנדל מיט א גוי, וואונטש איך איהם א פרייליכען.... מיטען שם המפורש.
דארף מען צו וויסען דאס לויט רוב ראשונים ואחרונים האט קריסטענטום (Christianity בלע”ז) א דין עבודה זרה ממש עם כל המסתעף. אין שו”ע יו”ד ווערט גע’פסק‘ענט דאס מען טאר נישט ארויסזאגען די נעמען פון ע”ז און פון זייערע חגאות, נאר מען זאל מכנה זיין מיט א שפאטישען צו-נאמען. דאס רופען ’קראצמעך‘ איז נישט קיין חסיד’ישע צי כאניאקישע אויסטרעף, נאר א טרוקענע הלכה וואס דער מקור דערפון איז אין חז”ל.
חז”ל הקדושים האבען אונז איבערגעגעבן פארשידענע הלכות און הנהגות בכדי מיר זאלען זיך דערווייטערען פון די גוים. עס איז אסור צו עסן א סעודה מיט א גוי (אפילו ווען אלעס איז כשר, צ.ב.ש. צו עסן אין א יודישע רעסטאראנט מיט גוי’אישע קליענטען לצורך מסחר איז אסור, אויסער ווען רוב מיט-עסער זענען יודען). מיר טארען נישט טרונקען זייערע וויינען און מילעך, און זייערע געקעכץ און געבעקס זענען אונז פארבאטען. אזוי זענען נאך פארהאנען אסאך אנדערע הרחקות כדי דער יוד זאל שטיין ווייט פון א גוי.
איך פארשטיי אוודאי דאס צווישען דעם חשוב’ען ציבור ליינער זענען נישט דא אזעלכע וואס חבר’ן זיך מיט גוים, און די אלע רייד זענען דברים פשוטים. ווער רעדט נאך פון זיך גיין מדבק זיין אין אן ע”ז ממש, מאן דכר שמיה? ווי קומט בכלל צו דערמאנען אזא אומדערהערטע ערשיינונג.
ריכטיג? אדער נישט?
דער זוה”ק אין פרשת תצוה שרייבט ווי פאלגענד: ...במאי אתידע לקרבא בר נש בהדיה - וויאזוי קען מען וויסען אויף איינעם צי מען טאר זיך חבר’ן מיט איהם צי נישט, אי ההיא נשמתא קדישא נטר בשעתא דרוגזוי - טאמער ווען ער וועט אויפגערעגט (צוליב סיי וועלכע אומאנגענעמליכקייט וואס האט איהם באטראפען) טוט ער זיך איינהאלטען פון צו רעדן אדער טוהן וואס מען טאר נישט, און ער איז זיך מתגבר אויפען כעס, אזא איינער האלט איין זיין הייליגע נשמה ביי זיך. דער מענטש איז אן עבד ה’ און אן אדם השלם.
טאמער איז אבער חלילה פארקערט, ער ווערט ארויסגעבראכט פון די כלים און דער כעס איז שולט אויף איהם, טוט ער דערמיט פארטרייבען זיין הייליגע נשמה רח”ל! ודאי דא איהי בר נש דמריד במאריה - דאס איז זיכער א מענטש וואס טוט ווידערשפעניגען אינעם באשעפער. ואסיר לקרבא בהדיה ולאתחברא עמיה - און מען טאר נישט ווערן נאנט מיט אזא איינער און זיך נישט באהעפטען צו יענעם, ווייל ער האט אויסגעריסען זיין הייליגע נשמה און ער איז געווארען א במה לעבודה זרה. ה”י.
ומאן דאתחבר עמיה וכו’ כמאן דאתחבר בע”ז ממש - ווער עס טוט זיך באהעפטען צו א כעסן איז כאילו ער וואלט זיך באהאפטען צו אן ע”ז ממש! ווייל דער ע”ז רוהט אינעם גוף פון א כעסן, און מען טאר ניטאמאל קוקען דעם מענטש אין פנים.
דער זוה”ק איז ממשיך אז דאס איז נישט נאר בשעת כעסו, נאר אפילו שפעטער בלייבט דער כעסן נעבעך אויסגעלעהרט פון א ברעקל קדושה, און מען דארף פארלייגען געוואלדיגע כוחות צו קענען צוריק עררייכען אביסעל הייליגקייט.
נאך מער שטייט דארט, אפילו תשובה העלפט כמעט נישט אויף דעם חטא פון כעס. אנדערש פון ווען איינער באגייט אנדערע עבירות וואס זיין גוף ווערט נאר טמא פון אינדרויסען, און עס איז רעלאטיוו גרינג תשובה צו טוהן, איז ביי דעם חטא אזוי גרויס דער פגם דכל גופא סאיב מגו ומבר - אז דער גאנצע קערפער ווערט טמא פון אינעווייניג און פון אינדרויסען, און עס ווערט ווי א במה לע”ז ממש.
ווען מען לערנט די הייליגע ווערטער פונעם זוה”ק כאפט א ציטער און א שרעק, און מען ווייסט גארנישט וואו זיך אהין צו שטעלן. וויאזוי הייבט מען אהן צוטרעטען צו פאררעכטען דעם שווערן פגם?דאס ווייסען מיר אבער אז מדה טובה מרובה - מען קען אויפטוהן צום גוטען פיהל מער ווי מען קען קאליע מאכען. בלי שום ספק, ווען עס קומט אונטער א נסיון פון כעס און מען איז זיך מתגבר, ווערט מען מקודש ומטוהר און דער גוף ווערט א מזבח לה’.
זאל דער אויבעשטער העלפען מיר זאלען אלע קענען געוועלטיגען ברוחינו, און אזוי אנקומען צו די גרויסע מדריגות פון עבד ה’ און אדם השלם.
חלק ג'
------------
טאמער האט איר וואס מוסיף צו זיין זייט מקיים אל תמנע טוב. להגדיל תורה ולהאדירה.