רבותי! א הייס שטיקל גילוי!
געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 12:44 pm
מעשה שהיה: (פארשטייט זיך איך האב געטוישט געוויסע דעטאלן, איך וויל דאך נישט ווערן ארויסגעווארפן פון דא)
איך האב געדארפט אנקומען קיין ווילי צוליב געשעפטליכע ענינים. (זייט מיר נישט מקנא, ביטע...) שחרית האב איך געדאווענט אין בית המדרש הגדול אין קרית יואל. איך פרעג מיר נאך ביי מיינע ידידים ווער עס פארט צום סיטי. האט מיר איינער צוגעוויזן אויף א איד, עטוואס א נידריגער מיט א לאנגע רויטע שפיציגע בארד, אז אט דער אינגערמאן פארט יעדן טאג מיט זיין קאר קיין וויליאמסבורג.
גראדע איז מער דער איד באקאנט, ער דאווענט אסאך מאל אין מיין מנין (ס'נישט מיין ס'איז עכט זיין.. איר וועט שוין באלד פארשטיין) און איך האב שוין אפשר אמאל געטוישט א ווארט מיט אים.
איך בין איידל צוגעגאנען צו דעם איד און געפרעגט האלב שעמעוודיג "איר פארט אפשר אויף וויליאמסבורג?!"
איך בין איבערראשט געווארן פון זיין ווארימען שמייכל אויף צוריק. ער ענטפערט "יא, אי"ה ביז צען מינוט, דו קענסט גערן מיטקומען מיט מיר"
איך האב ווי א טאטע'לע צוגעווארט ביז ער האט געענדיגט צוזאמלייגן רבינו תם (תפלין, פארשטייט זיך...) און איך האב אים איידל (ווי מיין שטייגער) נאכגעשפאנט.
מיר שפאנען ארויס פון בית המדרש דורך די פארענט מאיאסטעטישע טרעפ. איך זעה ווי דער אינגערמאן וויל אנהויבן א שמועס מיט מיר. איך האב אביסל מורא געהאט אז ער וועט מיר יעצט אנהויבן פרעגן "אינגערמאנטשיק וועמענ'ס טאטע בוסטו?" מיט א זעלבסט- זיכערקייט און זיבלדיגער שמייכל ווי די טיפישע קוטשמע אידן. אבער עס איז מיר געווען א טאטאלער איבערראשונג. ער רעדט צו מיר ווי א בן דומה לו! ווי גלייך ער וואלט נישט געקענט אלמאוסט זיין מיין טאטע.
איך זעץ מיר אריין אין זיין קאר. ער פארט צו ביז קארנער גארפילד און גייט אריין צו 'גארפילד עקס- פרעס' איך בין אויך אריינגעגאנגען זיך אומצוקוקן. ער פארעט זיך ביי די סאלאטן. איך מיין אז ער האט גענומען א אייער סאלאט מיט וועזשעטעיבעל און לעטערס דערנאך מאכט ער זיך א קאווע. איך שטיי אזוי ביי די זייט ער גיט מיר א פרעג "דו האסט שוין געגעסן פרישטאג?" זאג איך אים "איך האב יעצט נאר א גרויסע טשעק, איך האב נישט קיין קליינגעלט"
איך וועל דיר שוין קראכן די טשעק (מסתמא רופן עס זיינע קינדער אזוי...) נעם דיר א גוטן פרישטאג!, איך לאז מיר מאכן א הייסן אייער שפייז מיט געדינסטע צוויבל, איך רוק אריין אין די סענדוויטש פון אלע מטעמים. דערמיט א קאלטע קאפעטשינאו. דער אינגערמאן וואס איז שוין יעצט געווען ביי מיר מער א מלאך ווי מענטש מיט זיין גוט הארץ גייט צו באצאלן דעם ארדער. איך וויל אים געבן דעם טשעק זאגט ער מיר "דו קומסט מיט מיין קאר, דו ביסט מיין גאסט!! איך צאל דיר דו פרישטאג, עלי ועל צאורי!!!"
איך האב מיר פרובירט איינצורייסן (איך וויל דאך נישט אויסקוקן ווי א שנארער) אבער והוא באחד איך באצאל עס און פערטיג.
איך זעץ מיר אריין אין זיין שווארצע יו-קאן און וויאזוי זאגן נאר די בוקס –יאללא- מען פארט... ער לאזט זיך ארויס אויפן טראוועי. איך האב שוין לאנג פארגעסן אז פריער האב איך מיר געשעמט פון אים. דאס היימישקייט און צוגעלאזנקייט מיט א גוטע פאר סענס אוו הומאר האט מיר געמאכט שפירן ווי גלייך מיר זענען שוין לאנג באקאנטע.
מיר האבן גערעדט על דא ועל הא גערעדט און געלאכט. מיר האבן דורכגעטוען די עקענאמיע און די אינטערנאציאנאלע פאליטיקס. ס'בלוט איז אים ארויף אין קאפ ווען איך האב דערמאנט דאס נאמען 'בלומבערג' "פוי פוי" האט ער זיך גענומען שרייען מיט האס.
ערגעץ און דערמיט פון דער שמועס גיט ער זיך אזא רוף אן אויף עפעס אן ענין ''יו געט דע פוינט?''
איך האב געגעבן אינסטיקטיוו א הייב אויף מיינע אויגן. ער קוקט אויף מיר און פרעגט מיר מיט וואונדער "וואס האט פאסירט?"
אביסל אומבאקוועם ענטפער איך "נא ס'גוט ...כ'האב מיר דערמאנט פון עפעס"
"
פון וועם? פון איי וועלט? פון זאלץ וואסער אדער פון מכה בדופן?"
א נביא איז ער שוין אויך, טראכט איך צו מיר, פון וואו ווייסט ער פון וואס כ'האב מיר דערמאנט?
האמיר זיך גענומען רעדן פון איי וועלט פון אלע שרייבערלעך. כ'האב אים מודה געווען אז איך האב א ניק און ער האט אויך מודה געווען אז ער האט עפעס א ניק וואס ער נוצט כמעט נישט...
אז מען האט גערעדט פון זאלץ וואסער האב איך מיר דערמאנט אז כ'האב היינט נישט באגריסט מיין פריינד 'זאלץ וואסער' אויף גוגל טאלק ווי מיין שטייגער איז יעדן אינדערפרי. איך נעם ארויס מיין בלעק-בערי און שיק א באגריסונג צו זאלץ וואסער, זאגנדיג אים אז איך פאר יעצט אויפן וועג מיט עפעס א ניק איך גיי טרייען אויסצוגעפינען ווער דאס איז.
"אין א שווארצע יו-קאן?" פרעגט זאלצי.
כ'האב געמיינט אז איך ווער אויס גלייכגילטיג וואס גייט דא פאר היינט? זאלץ וואסער איז אויך א נביא?
"יא" ענטפער איך ווען די שפאנונג וואקסט ביזן הימל.
"און יעצט פארסטו אריין אין די ניו זשערסי 17?"
ההההההההההההההההיייווווווווו א געשריי האט זיך ארויסגעריסן פון מיין האלז, כ'האב געמיינט איך פלאץ.
איך הייב מיר אן ארומצוקוקן און איך זעה ווי דער דרייווער רייסט זיך פאר געלעכטער!!!!!!
איך באטראכט אים, איך קוק און זיינע אויגן און ער קוקט צוריק, און יא די גילו איז גע'גיליט........ געווארן נישמער און נישווייניגער איך זיץ טאקע אין די קאר פון היזאנער זאלץ וואסער בכבודו ובעצמו.
ווער האט געגלייבט? מי יאמר זכיתי לבי? אז איך שפל ונבזה, זאל באקומען אזא העפליכע אויפנאמע דורך זאלץ וואסער אליין דער וואס ער איז די רוח פון די גאנצע איי וועלטעל.
מיר האבן ווייטער גערעדט יעצט האט ער שוין אנגעהויבן רעדן מיט זיין זאלץ וואסער שפראך..... און איך האב קוים געקענט קומען צום אטעם (זאלצי, וואס מיינט קומען צום אטעם?? וואו קומט מען וואו גייט מען?)
איר ווילט הערן איין ביישפיל?!. פפפפפפפפפפפחחחחחחחחחחחח......... ייווו.... איך שיס פאר געלעכטער ווען איך דערמאן מיך פון דעם.......
ער האט היינט צופרי געזעהן א צעטל אין ס'מעדרעש אז איינער וועט געבן שלום בית שיעורים ספעציעל פאר אינגעלייט 'בעלי דעת והשקפה ברורה' האט היזאנער זאלץ וואסער אינמיטן דרייווען אראפגעלייגט וויאזוי עפעס אינגערמאן זעהט דעם צעטל... ער הייבט אן צו שוויצן, ער ווערט ערנסט, דאס צעטל רעדט צו אים..... אקעי וואס זאגט מען דא פאר מיר...... רוק דיך ארויף ס'נישט פאר דיר....... אז וואס? ער קוועטשט אריין די געלישע גלעזער ביז די אויגן ווערט כמעט פארמאכט....... אינגעלייט (ליינט ער שטייט ארויס) בעלי דעת והשקפה ברורה......... שננעעעעעללללל וואו איז מיין פען??.......... נננוווווו........ א שטיקל פעיפער...... ער אטעמט שווער.... אקעי וואס איז די נומבער? 845 נו...... יו ער ווישט זיך די שווייץ........ אאאהההההההה אהה ער אטעמט אפ....
אקעי איך גיב אויף!!, זאלצי לייג דו עס אראפ איך קען נישט. די סך הכל איז געווען אז כ'האב אים געבעטן צו סטאפן ביי א געז סטעישען ווייל....... איך האלט שוין נישט אויס.......
תיכף נאכן היטש האב איך געטראכט צו גיין צום אשכול פון די 'מדות מוזהבות' און ארויסברענגען דאס גוט הארץ פון זאלץ וואסער. אבער ניין, איך האב באשלאסן אז דאס פארדינט א באזונדערן אשכול
אקעי, איך האב שוין גענוג מגלה געווען וועגן דיר, יעצט האב איך עטליכע פראגעס
1) מיט אזא גאלדן הארץ פון פיטער און קרים טשיס באשמירט מיט מיינעיס... וואס דו גיסט היטשעס מיט אזא פריינדליכקייט מיט וואספארער חוצפה האסטו געקענט שרייבן און אפילו עטליכע מאל מיט א פרעכהייט אז דו גיסט נישט קיין היטשעס???? (געדענקט איינער דעם ארטיקל? איך ווייס נישט וואיזוי מ'לינקט...)
שקר ווי די וואוידע זארע. היטשעס געבסטו נישט??????????
דו גיבסט היטשעס!!!! אייער שפייז!!!! קאפיס!!!! דאונטאטס!!!! גוטע ווערטער!!!!!! און וואס נישט!!!!
מורי ורבותי איר זענט אלע געלאדענט מארגן 8:00 אזייגער ביי פארק ענד רייד צו כאפן א היטש מיט די שווארצע יוקאן פון זאלץ וואסער!!!!! קומט אלע אין די מאסן מען וועט טיילן פרישטאג בהרחוה לויטן געברויך. אבער ברענגט מיט טישוס און וואסער באטלעך.......
צווייטע קשיא! זייט ווען קויפסטו פרישטאג ביי גארפילד עקספרעס דו פלעגסט אמאל קויפן ביי וועלעראו נישט אזוי?? (ווייטער ווייס איך נישט וויאזוי צו לינקן. באט יו געט די פאוינט זאלצי?)
דריטנס. ווען האסטו אויפגעהערט פארן מיט די באס?? (דיין ארטיקל "ביזנעס אויפן באס)
וואס נאך האבעך געוואלט פרעגן??? כ'געדענק שוין נישט.
איך האלט אז יעדער דא מעג וויסן אז מיר האבן דא א טייערער איד א לב טוב, מיט א שכל הישר, א תלמיד חכם, א א א א כ'ווייס נישט וואס!!! אבער א פאלנער ליגנער כנ"ל.
ובזה יצאתי ידי חובת מחאה.