רבותי! א הייס שטיקל גילוי!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

רבותי! א הייס שטיקל גילוי!

תגובהדורך גלייכגילטיג » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 12:44 pm

מעשה שהיה: (פארשטייט זיך איך האב געטוישט געוויסע דעטאלן, איך וויל דאך נישט ווערן ארויסגעווארפן פון דא)

איך האב געדארפט אנקומען קיין ווילי צוליב געשעפטליכע ענינים. (זייט מיר נישט מקנא, ביטע...) שחרית האב איך געדאווענט אין בית המדרש הגדול אין קרית יואל. איך פרעג מיר נאך ביי מיינע ידידים ווער עס פארט צום סיטי. האט מיר איינער צוגעוויזן אויף א איד, עטוואס א נידריגער מיט א לאנגע רויטע שפיציגע בארד, אז אט דער אינגערמאן פארט יעדן טאג מיט זיין קאר קיין וויליאמסבורג.

גראדע איז מער דער איד באקאנט, ער דאווענט אסאך מאל אין מיין מנין (ס'נישט מיין ס'איז עכט זיין.. איר וועט שוין באלד פארשטיין) און איך האב שוין אפשר אמאל געטוישט א ווארט מיט אים.

איך בין איידל צוגעגאנען צו דעם איד און געפרעגט האלב שעמעוודיג "איר פארט אפשר אויף וויליאמסבורג?!"

איך בין איבערראשט געווארן פון זיין ווארימען שמייכל אויף צוריק. ער ענטפערט "יא, אי"ה ביז צען מינוט, דו קענסט גערן מיטקומען מיט מיר"

איך האב ווי א טאטע'לע צוגעווארט ביז ער האט געענדיגט צוזאמלייגן רבינו תם (תפלין, פארשטייט זיך...) און איך האב אים איידל (ווי מיין שטייגער) נאכגעשפאנט.

מיר שפאנען ארויס פון בית המדרש דורך די פארענט מאיאסטעטישע טרעפ. איך זעה ווי דער אינגערמאן וויל אנהויבן א שמועס מיט מיר. איך האב אביסל מורא געהאט אז ער וועט מיר יעצט אנהויבן פרעגן "אינגערמאנטשיק וועמענ'ס טאטע בוסטו?" מיט א זעלבסט- זיכערקייט און זיבלדיגער שמייכל ווי די טיפישע קוטשמע אידן. אבער עס איז מיר געווען א טאטאלער איבערראשונג. ער רעדט צו מיר ווי א בן דומה לו! ווי גלייך ער וואלט נישט געקענט אלמאוסט זיין מיין טאטע.

איך זעץ מיר אריין אין זיין קאר. ער פארט צו ביז קארנער גארפילד און גייט אריין צו 'גארפילד עקס- פרעס' איך בין אויך אריינגעגאנגען זיך אומצוקוקן. ער פארעט זיך ביי די סאלאטן. איך מיין אז ער האט גענומען א אייער סאלאט מיט וועזשעטעיבעל און לעטערס דערנאך מאכט ער זיך א קאווע. איך שטיי אזוי ביי די זייט ער גיט מיר א פרעג "דו האסט שוין געגעסן פרישטאג?" זאג איך אים "איך האב יעצט נאר א גרויסע טשעק, איך האב נישט קיין קליינגעלט"

איך וועל דיר שוין קראכן די טשעק (מסתמא רופן עס זיינע קינדער אזוי...) נעם דיר א גוטן פרישטאג!, איך לאז מיר מאכן א הייסן אייער שפייז מיט געדינסטע צוויבל, איך רוק אריין אין די סענדוויטש פון אלע מטעמים. דערמיט א קאלטע קאפעטשינאו. דער אינגערמאן וואס איז שוין יעצט געווען ביי מיר מער א מלאך ווי מענטש מיט זיין גוט הארץ גייט צו באצאלן דעם ארדער. איך וויל אים געבן דעם טשעק זאגט ער מיר "דו קומסט מיט מיין קאר, דו ביסט מיין גאסט!! איך צאל דיר דו פרישטאג, עלי ועל צאורי!!!"

איך האב מיר פרובירט איינצורייסן (איך וויל דאך נישט אויסקוקן ווי א שנארער) אבער והוא באחד איך באצאל עס און פערטיג.

איך זעץ מיר אריין אין זיין שווארצע יו-קאן און וויאזוי זאגן נאר די בוקס –יאללא- מען פארט... ער לאזט זיך ארויס אויפן טראוועי. איך האב שוין לאנג פארגעסן אז פריער האב איך מיר געשעמט פון אים. דאס היימישקייט און צוגעלאזנקייט מיט א גוטע פאר סענס אוו הומאר האט מיר געמאכט שפירן ווי גלייך מיר זענען שוין לאנג באקאנטע.

מיר האבן גערעדט על דא ועל הא גערעדט און געלאכט. מיר האבן דורכגעטוען די עקענאמיע און די אינטערנאציאנאלע פאליטיקס. ס'בלוט איז אים ארויף אין קאפ ווען איך האב דערמאנט דאס נאמען 'בלומבערג' "פוי פוי" האט ער זיך גענומען שרייען מיט האס.

ערגעץ און דערמיט פון דער שמועס גיט ער זיך אזא רוף אן אויף עפעס אן ענין ''יו געט דע פוינט?''

איך האב געגעבן אינסטיקטיוו א הייב אויף מיינע אויגן. ער קוקט אויף מיר און פרעגט מיר מיט וואונדער "וואס האט פאסירט?"

אביסל אומבאקוועם ענטפער איך "נא ס'גוט ...כ'האב מיר דערמאנט פון עפעס"
"
פון וועם? פון איי וועלט? פון זאלץ וואסער אדער פון מכה בדופן?"

א נביא איז ער שוין אויך, טראכט איך צו מיר, פון וואו ווייסט ער פון וואס כ'האב מיר דערמאנט?

האמיר זיך גענומען רעדן פון איי וועלט פון אלע שרייבערלעך. כ'האב אים מודה געווען אז איך האב א ניק און ער האט אויך מודה געווען אז ער האט עפעס א ניק וואס ער נוצט כמעט נישט...

אז מען האט גערעדט פון זאלץ וואסער האב איך מיר דערמאנט אז כ'האב היינט נישט באגריסט מיין פריינד 'זאלץ וואסער' אויף גוגל טאלק ווי מיין שטייגער איז יעדן אינדערפרי. איך נעם ארויס מיין בלעק-בערי און שיק א באגריסונג צו זאלץ וואסער, זאגנדיג אים אז איך פאר יעצט אויפן וועג מיט עפעס א ניק איך גיי טרייען אויסצוגעפינען ווער דאס איז.

"אין א שווארצע יו-קאן?" פרעגט זאלצי.

כ'האב געמיינט אז איך ווער אויס גלייכגילטיג וואס גייט דא פאר היינט? זאלץ וואסער איז אויך א נביא?

"יא" ענטפער איך ווען די שפאנונג וואקסט ביזן הימל.

"און יעצט פארסטו אריין אין די ניו זשערסי 17?"

ההההההההההההההההיייווווווווו א געשריי האט זיך ארויסגעריסן פון מיין האלז, כ'האב געמיינט איך פלאץ.

איך הייב מיר אן ארומצוקוקן און איך זעה ווי דער דרייווער רייסט זיך פאר געלעכטער!!!!!!

איך באטראכט אים, איך קוק און זיינע אויגן און ער קוקט צוריק, און יא די גילו איז גע'גיליט........ געווארן נישמער און נישווייניגער איך זיץ טאקע אין די קאר פון היזאנער זאלץ וואסער בכבודו ובעצמו.

ווער האט געגלייבט? מי יאמר זכיתי לבי? אז איך שפל ונבזה, זאל באקומען אזא העפליכע אויפנאמע דורך זאלץ וואסער אליין דער וואס ער איז די רוח פון די גאנצע איי וועלטעל.

מיר האבן ווייטער גערעדט יעצט האט ער שוין אנגעהויבן רעדן מיט זיין זאלץ וואסער שפראך..... און איך האב קוים געקענט קומען צום אטעם (זאלצי, וואס מיינט קומען צום אטעם?? וואו קומט מען וואו גייט מען?)

איר ווילט הערן איין ביישפיל?!. פפפפפפפפפפפחחחחחחחחחחחח......... ייווו.... איך שיס פאר געלעכטער ווען איך דערמאן מיך פון דעם.......
ער האט היינט צופרי געזעהן א צעטל אין ס'מעדרעש אז איינער וועט געבן שלום בית שיעורים ספעציעל פאר אינגעלייט 'בעלי דעת והשקפה ברורה' האט היזאנער זאלץ וואסער אינמיטן דרייווען אראפגעלייגט וויאזוי עפעס אינגערמאן זעהט דעם צעטל... ער הייבט אן צו שוויצן, ער ווערט ערנסט, דאס צעטל רעדט צו אים..... אקעי וואס זאגט מען דא פאר מיר...... רוק דיך ארויף ס'נישט פאר דיר....... אז וואס? ער קוועטשט אריין די געלישע גלעזער ביז די אויגן ווערט כמעט פארמאכט....... אינגעלייט (ליינט ער שטייט ארויס) בעלי דעת והשקפה ברורה......... שננעעעעעללללל וואו איז מיין פען??.......... נננוווווו........ א שטיקל פעיפער...... ער אטעמט שווער.... אקעי וואס איז די נומבער? 845 נו...... יו ער ווישט זיך די שווייץ........ אאאהההההההה אהה ער אטעמט אפ....

אקעי איך גיב אויף!!, זאלצי לייג דו עס אראפ איך קען נישט. די סך הכל איז געווען אז כ'האב אים געבעטן צו סטאפן ביי א געז סטעישען ווייל....... איך האלט שוין נישט אויס.......

תיכף נאכן היטש האב איך געטראכט צו גיין צום אשכול פון די 'מדות מוזהבות' און ארויסברענגען דאס גוט הארץ פון זאלץ וואסער. אבער ניין, איך האב באשלאסן אז דאס פארדינט א באזונדערן אשכול

אקעי, איך האב שוין גענוג מגלה געווען וועגן דיר, יעצט האב איך עטליכע פראגעס

1) מיט אזא גאלדן הארץ פון פיטער און קרים טשיס באשמירט מיט מיינעיס... וואס דו גיסט היטשעס מיט אזא פריינדליכקייט מיט וואספארער חוצפה האסטו געקענט שרייבן און אפילו עטליכע מאל מיט א פרעכהייט אז דו גיסט נישט קיין היטשעס???? (געדענקט איינער דעם ארטיקל? איך ווייס נישט וואיזוי מ'לינקט...)

שקר ווי די וואוידע זארע. היטשעס געבסטו נישט??????????

דו גיבסט היטשעס!!!! אייער שפייז!!!! קאפיס!!!! דאונטאטס!!!! גוטע ווערטער!!!!!! און וואס נישט!!!!

מורי ורבותי איר זענט אלע געלאדענט מארגן 8:00 אזייגער ביי פארק ענד רייד צו כאפן א היטש מיט די שווארצע יוקאן פון זאלץ וואסער!!!!! קומט אלע אין די מאסן מען וועט טיילן פרישטאג בהרחוה לויטן געברויך. אבער ברענגט מיט טישוס און וואסער באטלעך.......

צווייטע קשיא! זייט ווען קויפסטו פרישטאג ביי גארפילד עקספרעס דו פלעגסט אמאל קויפן ביי וועלעראו נישט אזוי?? (ווייטער ווייס איך נישט וויאזוי צו לינקן. באט יו געט די פאוינט זאלצי?)

דריטנס. ווען האסטו אויפגעהערט פארן מיט די באס?? (דיין ארטיקל "ביזנעס אויפן באס)

וואס נאך האבעך געוואלט פרעגן??? כ'געדענק שוין נישט.

איך האלט אז יעדער דא מעג וויסן אז מיר האבן דא א טייערער איד א לב טוב, מיט א שכל הישר, א תלמיד חכם, א א א א כ'ווייס נישט וואס!!! אבער א פאלנער ליגנער כנ"ל.

ובזה יצאתי ידי חובת מחאה.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 1:01 pm

מעכטיג, יעצט העמער ווארטן אז זאלץוואסער זאל שרייבן וועגען עפעס א היטש וואס ער האט לעצטענס געגבן פאר איינעם....
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 1:02 pm

כ'ווארט שוין לאנג אויף אזא היטש!
עה, אויף אזא ארטיקעל, געוואלדיג!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 1:31 pm

לאמיר זעהן וועלכע דעטאלן גלייכגילטיג האט דא געקענט טוישן, דאס אז זאלצי האט א רויטע בארד איז לכאורה אמת.. שווארצע יוקאן, מסתם אויך אמת, סא וואס יא? מסתם איז עס געווען א טונא סענדוויטש, נישט קיין אייער שפייז... וואס נאך, אהה געוויס האט ער באצאלט פאר זאלצי'ס פרישטאג און נישט ווי ער זאגט אז זאלצי האט באצאלט פאר זיינ'ס...

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 1:35 pm

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
ס'שפריצצצצצצצצצצצצצצצצצצצצטטטטטטטטטטטטטטט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3737
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 2:26 pm

יויש זיך גוט צולאכט. ישישישיש...

ווען נישט זאלץוואסער שרייבט א שטרענגע ווארענונג וואלטעך מיר ערלויבט צו שפעקולירען אז זאלץוואסער איז אויך גלייכגילטיג (ביי וויפיהל ניקס האלטען מיר שוין?)...

עניוועי, גלייכגילטיג, שרייב ווייטער ווייל דו טויגסט. (כ'ווייס דו ווייסט ממילא אבער מ'האט דאך ליעב צו הערן נאכאמאל.)
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 2:34 pm

יא איך האב עס מטגעהאלטן און גארפילד עקספרעס יעצט ווייס איך שוין צווי גילוי'ס!!
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 2:53 pm

תען לכסיל כאוולתו!

נישט אז איך מיין צו זאגן אז די ביזט א כסיל, אבער איך מוז דיר דאך ענטפערן האב איך געזוכט א פסוק, אדער א מאמר מיט וואס אנצוהייבן.

איז אזוי!

על ראשון ראשון!

קודם האב איך הנאה ווי דו האסט געמאכט פון מיין צעשטרויבלטן בלאנדע לאנגע בארד א שפיציגן רויטן בארד... איך טענה שוין לאנג אז איך בין רויט!!!

וועגן די "יוקאן" וואס דו האסט דערמאנט, וואלט איך געוואלט זאלסט מיר נאר זאגן וואו עס אויפצופיקן, איך האב שוין לאנג געהאט א תאוה פאר א יוקאן...

און איבער דיין פרישטאג וואס איך האב געצאלט, האסטו פארגעסן אפשר דעם שטר וואס מ'האמיר געמאכט אז דו גייסט באצאלן אין פעימענט'ס!!! לייקן נישט!

דו פרעגסט צו איך גיב היטשעס? געוויינליך נישט! בפרט ווען איינער וויל פארן אויף סקווירא. (עיי' "דרך ארץ מיט חוצפה") אבער פאר אזא בא'טעמט'ן אינגערמאן וואו דו איז דען מעגליך אפצוזאגן? אה! און איך האב דיר טאקע געוואלט פרעגן, פארוואס קויפסטו דיר נישט קיין נייע רעקל? האסט נישט קיין געלט? אדער נאכאלס נישט געקראכט דעם גרויסן טשעק?

וועגן וואלעראו איז די מעשה אז דארט קויף איך נאר איין ווען איך בין פונקט ביים געז סטעישאן, הגם עס איז א גאר גוטער פלאץ ווייל עס גיט מיר אויך סחורה צו שרייבן... (עיי' "ווען איך האב נישט וואס צו שרייבן")

און ניין! די אלע וואס פרעגן מיר צו מ'קען מארגן קומען צו פארק און רייד פאר די פרישטאג'ס און וואסער. וויל איך מגלה זיין, אז איך פאר מארגן ארויס פון די אנדערע עקזיט איך וועל זיין ביי וואלעראו און פון דארט וועט מען זיך ארויס לאזן.... יעדער מיט זיין קאר פארשטייצעך.

מיין גרעסטע סורפרייז איז אז די ביזט עס דער "גלייכגילטיג"! איך האב אלס געמיינט אז דו זעהסט אויס שלאנק הויך און דאר מיט א אנגעצויגענעם גלייכגילטיגן בליק, און אשפיציג נעזל, און דא קומסטו מיר אקעגן א קליינער פעשליכער מיט קוים דורכזיכטיגע ברילן... (דו ווייסט ווי מ'קויפט נייע?)

פאר איך ענדיג: ווער האט דיר געקויפט היינט פרישטאג?

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 2:56 pm

האלץ האקער האט געשריבן:יא איך האב עס מטגעהאלטן און גארפילד עקספרעס יעצט ווייס איך שוין צווי גילוי'ס!!


ר' האלץ האקער! זיי נישט ברוגז אבער אויב האסטו געזעהן דארט צוויי מענטשן, מוז דאס נישט זיין אונז.

אויב איז עס געווען ביי "גארפיעלד עקספרעסס" האסטו זיכער געזעהן צוויי אנדערע.

אויב איז עס א יוקאן וואס דו האסט געזעהן, איז דא אסאך וואס האבן יוקאן'ס אבער איך גלוסט נאך דערצו... (נישט עכט)

און אויב דו גלייבסט דעם גלייכגילטיג אויף סיי וואס, איז די איינציגסטע זאך וואס איך קען עדות זאגן אז ס'איז יא אמת... ער דרייט מיט גרויסע טשעק'ס.

געפערליכער
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:34 pm

תגובהדורך געפערליכער » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 3:02 pm

זאלצי, איך וועל זיין דיין אליביי, די ווייסט דאך יא אז בשעת די מעשה ביזטו געווען ביים דאווענען אין מיין מנין... וואס דרייט דער גלייכגילטיג א קאפ? אומזיסטע חשדות! אמת? אדער האב איך א טעות?

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 11:36 am

תגובהדורך פאר דוקא » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 3:02 pm

:lol:
האלץ האקער האט געשריבן:יא איך האב עס מטגעהאלטן און גארפילד עקספרעס יעצט ווייס איך שוין צווי גילוי'ס!!

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 3:05 pm

ס'דא טיצעך..... כ'ווייס שוין נישט ווער ס'שרייבט און ווער ס'ענטפערט, ווער האט געדרייווט און ווער ס'האט געגעסן אייער שפייז, ווער האט געכאפט די היטש און ווער ס'האט באצאלט, ווער ס'איז רויט און ווער ס'האט גלעזער...
זעטס נאר צו פארן אפטער ביינענזאם וועלן מיר אויך הנאה האבן..

וואן פאר איטש (ידיד קענסט אויך נעמען איינס)
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

עם הארץ
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

תגובהדורך עם הארץ » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 3:11 pm

ידיד האט געשריבן:לאמיר זעהן וועלכע דעטאלן גלייכגילטיג האט דא געקענט טוישן, דאס אז זאלצי האט א רויטע בארד איז לכאורה אמת.. שווארצע יוקאן, מסתם אויך אמת, סא וואס יא? מסתם איז עס געווען א טונא סענדוויטש, נישט קיין אייער שפייז... וואס נאך, אהה געוויס האט ער באצאלט פאר זאלצי'ס פרישטאג און נישט ווי ער זאגט אז זאלצי האט באצאלט פאר זיינ'ס...


איך מיין אז די געטוישטע דעטאלן איז. אז די מעשה איז פשוט פארקערט. זאלצי האט געכאפט א היטש מיטן וואוילן "גלייכגילטיג" וואס האט עם באצאלט די פרישטאג.. (ווייל זאלצי איז דעך באשעפטיגט מיט גרויס געלט..) און .. (ווי האלט איך נאר :? ) יא. זאלצי האט גגוגל טאלקט גלייכגילטיג. (יא? נא!) און..
איין מינוט סאו ווער האט געשריבן די ארטיקל? זאלצי צו גלליכגילטיג? אם.. ס'די זעלבע מענטש! נא :wink: . איין מינוט סאו וווער מיט וועם האט געהיטשט?!
זאלצי דא ווער איך קאנפיוזד. (ארויף אויפן "ווען וויר איך קאנפיוזד" אשכול..)

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 3:13 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- גוט איז גוט; די חברה קענען!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 3:28 pm

זאלצי, לייקענען וועט דיר גארנישט העלפן!! איך האב זיך באווארענט פון פריער און דערציילט פארן עולם אז אסאך מאל קענסטו דרייען מיט לגיונות. אלזא זיי מודה על האמת אז יעדעס ווארט איז ריין אמת אן קיין חשש נדנוד שקר או גילו.
אויב וועסטו ווייטער שפילן טעמעוואטע וועל איך מגלה זיין מער וועגן דיר..!!!

וועגן דיין בלאנדע צושטרויבעלטע בארד וועט מען דארפן הערן פון געפערליכער מער אינפארמאציע.. ער דרייט זיך אין דיין מנין סאו האט ער אינסייד אינפארמעישען.

וועגן א שטר ווייס איך נישט וואס דו רעדסט!!... אפשר זאלסטו עס דא מפרסם זיין.. וירא הקהל וישפוטעטי..

האלץ האקער, אהא, איך כאפ שוין ווער דו בוסט נו נו... אבער אויב האסטו געזעהן אזא מעשה ביי גארפילד עקספרעס מיין איך אז איר חלומ'ט...

און צום לעצט וויל איך בעטן אז ווער עס קען מיר קראכן דעם טשעק זאל זיך ביטע אנרופן..... איך בין דא סטאק מיט דעם.....

(פארדינט, איין טאג וועט אויסגיין די חחחחחח'ס פון דיין קיבארד דו נוצט עס צופיל...)
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 3:30 pm

ס'איז מיר נישט מעגליך צו בלייבן דא גלייכגילטיג, איך רייס מיר פאר געלעכטער, א באנדע לצים.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 3:42 pm

לאמיר זיך נעמען צום קעפל.

רבותי - פארשטיי איך.
גילוי - מעגליך.
שטיקל - אפשר.
אבער וואס איז הייס דא? די אייער שפייז מיט די צוויבל? די אטמאספערע? די אויוון פון די מעשה?

אזוי צי אזוי, האבן מיר הנאה געהאט, און ווי אנעים זמירות האט אויפגעמערקט מוז מען זיך באדאנקן.
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 3:44 pm

גלייכגילטיג האט פארמישט ד'זאלץ וואסער עד שיצא מה שיצא,
יישר כח פאר ד'מעשה המעושה, פיין געמישט, ;l;p- דאנקע.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 4:01 pm

גוט... געלייענט און געלאכט

איין פראגע נאר, ווי הייס און ווי גרויס איז די שטיקל גילוי?

---

דער עולם האקט אין גרויסן
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 4:10 pm

איך כאפ נישט צו עס איז דא טאקע צוויי מענשן אדער איינער האט געחלמ'ט און רעט צו זיך אליין... עניוועי א געשמאק שטיקל, כאב הנאה געהאט

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 4:11 pm

...
צוגעלייגטע
Untitled.jpg

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 4:13 pm

אלס ריכטער דיסמיס איך דעם טיקעט צוליב די שוואכע ספעלינג פונעם שרייבער...

יגר בלייבט יגר בלייבט יגר
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 4:17 pm

יגר אז דו גייסט נישט סטאפן, גייט מען דארפן רופן הצלה!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 4:22 pm

א פליס האט מורא פון א צלה?
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 4:42 pm

יגר?
זייט ווען גיט מען א פארקינג טיקעט פאר טעקסטן אינמיטן דרייוון??

דיסמיסד!!

און פון דיין סיגנעטשור האב איך ארויסבאקומען דיין עכטע נאמען.
די "שטיקל" גילוי ווערט נאר גרעסער דא.
זה היום קוינו לו.
הפך בה והפך בה דכולה בה!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט