Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

כל הכועס חלק א'

מיטוואך דצמבר 19, 2012 12:49 pm

צוויי יאר צוריק האב איך געשריבען א סעריע מאמרים בענין כעס. זינט דעמאלס האב איך שוין פיהל מאל איבערגעליינט די מאמרים און אלץ געשעפט חיזוק פון זיי. אצינד וועל איך זיי ארויפשטעלן דא, איין מאמר א וואך בעזה"י, טאמער וועט א צווייטע אויך הנאה האבען דערפון. דער ערשטע מאמר האב איך געשריבען פרשת ויחי, און יענע יאר איז עשרה בטבת געפאלען ערב שב"ק ויחי. למעשה הייב איך אהן ארויפשטעלן שוין פון דער וואך ווייל די אנדערע מאמרים שטימען בעסער (בפרט היי יאר) לויט דעם סדר.

מנהג ישראל אום פרשת ויחי צו לערנען מיט קינדער דעם ’לאנגען ואני‘. אין פיהל מוסדות לערנט מען דאס אויס אפילו פאר כתה א’ קינדער וואס לערנען נאך נישט קיין חומש. לענ”ד איז כדאי אביסעל אריין צו טראכטען דערין, און זעהן וואספארא מורא’דיגע לימוד מיר קענען ארויסנעמען דערפון.
’...זאג איך דיר אז עס איז געוועהן עפ”י הדיבור, ווייל דער אויבעשטער האט אזוי געהייסען. ווייל ווען נבוזראדן וועט פארטרייבען די יודען אין גלות אריין, וועלן זיי אדורך גיין רחל’ס קבר. און רחל וועט ארויסגיין פון איר קבר און וויינען און בעטען צו דעם אויבעשטער, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, קול ברמה נשמע - א קול איז געהערט געווארען אין הימעל...‘

חז”ל פארציילען אונז אין מדרש איכה וואס האט זיך אפגעשפילט אין הימעל. די אבות הקדושים, אברהם יצחק ויעקב, זענען אלע געקומען איינרייסען רחמים אויף זייערע קינדער הנתונים בצרה. דער רועה נאמן משה רבינו האט געשריגען געוואלד. דער גאנצע פמליא של מעלה האבען געקלאגט און געוויינט, און געבעטען השי”ת ער זאל זיך דערבארעמען אויף כלל ישראל. כביכול האט אבער צוריקגעווארפען אלע קלאגעס מיט דעם איינעם טענה, ”בניך חטאו - יודען האבען ליידער געזינדיגט (ווען מנשה האט אריינגעברענגט אן ע”ז אין ביהמ”ק) און זיי זענען ווערט דעם עונש.“
ענדליך איז אנגעקומען אונזער געטרייע מוטער רחל און זיך געווארפען פארן כסא הכבוד מיט א ביטערען געוויין. רחל מְבַכָּה על בניה מֵאֲנָה לְהִנָחֵם. זי שרייט, ”רבש”ע, רחמי מי מרובים - ווער איז דען א גרעסערע בעל רחמנות, דו כביכול, אדער א בשר ודם? בלי ספק ביזטו הקב”ה דעם גרעסטען בעל רחמים! אצינד קוק וויאזוי איך האב מיר געפירט. איך האב יא אריינגעברענגט נאך א פרוי צו מיר אין שטוב, און איך האב איר געשוינט און געהיטען זי זאל נישט ווערן פארשעמט.
”ווען איך האב געזעהן ווי מיין טאטע פלאַנט צו געבן מיין שוועסטער לאה פאר יעקב’ן אנשטאטס מיר, בין איך צוגעגאנגען צו יעקב און איך האב איהם איבערגעגעבן פארשידענע סימנים מיט וועלכע ער וועט קענען דערקענען אז דאס בין איך טאקע. שפעטער האב איך מיר איבערגעקלערט און איך האב חרטה געהאט אויף דעם ווייל איך האב געוואוסט אז מיין שוועסטער וועט ווערן פארשעמט. בין איך געגאנגען און איך האב איבערגעגעבן די סימנים פאר לאה, און זי האט חתונה געהאט מיט יעקב אנשטאטס מיר.
”אויב אזוי,“ האט אונזערע מאמע אויסגעפירט, ”דארפסטו, באשעפער, אוודאי פארצייען כלל ישראל דעם געוואלדיגען חטא פון אריינברענגען דעם צלם להיכל (וואס דאס איז א משל פון א פרוי וואס ברענגט אריין א צווייטע ווייב פאר איר מאן).“
דער בקשה פון רחל איז געוועהן דער איינציגסטע וואס האט געווירקט. ווען דער אויבעשטער האט געהערט איר רייד האט ער איר נאכגעגעבן און צוגעזאגט, ”יש שכר לפעלתך נאם ה’...ושבו בנים לגבולם - עס איז דא א שכר פאר דיין ווערק, און דיינע קינדער וועלן זיך אומקערן צו זייער גרעניץ, קיין ארץ ישראל.“

עד היום הזה קוקען מיר ארויס אויף דעם הבטחה פון ושבו בנים לגבולם (וואס איז נישט פולקאם מקוים געווארען ביים ביהמ”ק השני). און אלעס בזכות רחל אמנו וואס האט זיך געשטארקט אויף איר נאטירליכע געפילען און האט געפונען די כוחות הנפש צו פארשווייגען דעם עולה וואס מען האט איר אפגעטוהן.
דעם כח פון התאפקות האט רחל אמנו מוריש געוועהן פאר איר זוהן יוסף הצדיק, וואס אויך ביי איהם טרעפען מיר דעם העלדישען קראפט פון צוריקהאלטען די געפילען און זיי בייקומען. אין די פארגאנגענע וואך’ס סדרה, און איבערגע‘חזר‘ט אינעם וואכיגען פרשה, טרעפען מיר ווי אנשטאטס וואס ער זאל נקמה נעמען פון זיינע ברידער וואס האבען איהם פארקויפט פאר א קנעכט, האט ער גאר געטוהן פונקט פארקערט - ער האט זיי מפייס געוועהן מיט כל מיני דברי ריצוי.
יוסף הוא השליט - ער איז געוועהן דעם אמת’ע שליט ביצרו ומושל ברוחו. וויפיהל קענען מיר זיך פון איהם אפלערנען, און ווי ווייט איז דאס אונז מחייב. יוסף האט מיטגעמאכט דרייצען יאר פון גיהנום, פון יסורי איוב, זייענדיג קודם ביי דעם ארורה אשת פוטיפר, און דערנאך שמאכטענדיג אין טורמע. זאגאר ווען ער איז ארויס פון תפיסה און ער איז געוועהן עולה לגדולה, איז ער נאכאלץ געוועהן פארווארפען אין דעם ערות הארץ, אזוי ווייט פון זיין טאטע. וואס איז דען געוועהן ווערט די גאנצע מלוכה פארן ’בר חכים‘ ווען ער האט נישט געקענט לערנען תורה ביי יעקב אבינו? אצינד ווען ער האט געהאט דעם געלגענהייט זיך נוקם צו זיין האט ער זיך אבער באהערשט און איז געוועהן גוט צו זיינע ברידער.

אין די וואך פון שבת-חנוכה האבען מיר שוין אנגעהויבען אביסעל בארירען דעם נושא פון כעס - ווי שעדליך עס איז און וואס מען קען אלץ פארלירען ווען מען ווערט בכעס. בעזה”י ווילען מיר אצינד אנהייבען א קורצע סעריע פון באשרייבונגען אין דעם ענין, ומענין לענין באותו ענין. מיר בעטען דערביי א תפלה ויהיו נא אמרינו לרצון לפני אדון כל.

איידער מיר שליסען דעם מאמר פון דעם וואך לוינט זיך אראפצוברענגען וואס עס שטייט אין אורחות צדיקים שער הכעס: השרוי בתענית - ווען איינער פאסט, אדער ער געפונט זיך אין זיי וועלכע אנדערע קלעם, איז פיהלפאכיג גרינגער פאר איהם צו צוקומען צו כעס, זאל מען אין אזא צייט זיין אסאך מער געווארענט זיך נישט צו רעגן.
אצינד ביום עשרה בטבת, ווען מיר פאסטען און קלאגען אויפען חורבן הבית, דארפען מיר געדענקען נישט אריינצופאלען אין די הענט פונעם יצה”ר וואס זוכט חלילה מכשיל זיין יודען מיט כעס. בפרט זאלען מיר געדענקען ווי די גאולה וועט קומען במהרה בימינו בזכות רחל אמנו וואס האט זיך באהערשט איבער איר געפילען. ווען מיר וועלן דאס נאכטוהן וועט מקוים ווערן דעם ויש תקוה לאחריתך נאם ה’ ושבו בנים לגבולם. אכי”ר.

[url]חלק ב'[/url]
עטעטשמענטס
כעס 1.pdf
(27.79 KiB) געדאון לאודעד 52 מאל
לעצט פאראכטן דורך אנעים זמירות אום שבת דצמבר 22, 2012 9:54 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

מיטוואך דצמבר 19, 2012 2:26 pm

געוואלדיג!!!
קיפ איט אפ

מיטוואך דצמבר 19, 2012 2:33 pm

בעזהשי"ת ובל"נ.

דרך אגב, אין תפארת שלמה די וואך שטייט א דבר נורא מאוד עד היכן הדברים מגיעים ווען מען ווערט בכעס. ממש פחד פחדים. (ס'ז דער ערשטע ווארט אינעם אנגעצייכענטען אשכול.)

מיטוואך דצמבר 19, 2012 3:27 pm

פפפ

יישר כח

מיטוואך דצמבר 19, 2012 5:04 pm

זעהר שיין!! איך ווארט אויף חלק ב'.

מיטוואך דצמבר 19, 2012 9:14 pm

הערליך!

דאנערשטאג דצמבר 20, 2012 7:22 pm

שכח ר' אנעים זייער שיין

דינסטאג דצמבר 25, 2012 8:20 pm

הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען, א גוטע התחלה, גיימער ליינען חלק ב'

יישר כח
שרייב א תגובה

Advertisement