מיין שפאציר אין יודישן וועלט
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 17, 2012 12:41 pm
אזוי ווי כ'האב געזעהן דערוילעם האט געגליכען מיין פאנטאזיע האבעך דיסיידעד ווייטער פאנטאזירן. דאונט ווארי, ס'קומט מיר נישט אן צו שווער! כדי צו קענען פוללי עפרישיעיטען דעם אשכול איז ראטזאם מ'זאל דאונלאודען דעם פידיעף.
כ'ליג מיר אזוי אויף מיין געלעגער גאנץ פארשלאפען און כ'טראכט צו מיר אז כ'מוז שוין אויפשטיין לעבודת הבורא. איי איי איי, ס'ז צרות, דער בעט אידעך זיס, און כ'בין נישט אייביג מקפיד צו זיין צייטליך, סאו לכאורה וואלטעך געקענט באשטיין נאך צו ליגן אביסל. באט דער וועק זייגער איז א גוטער דערקוטשער וואס לאזט נישט קיין מנוחה, סאו מוזעך גיכער אויפשטיין. שוין, יהיה כן.
יתגבר כארי, איך שטארק זיך ווי לייבי, כ'וואש נעגל וואסער און כ'הייב מיר אונטער. מיט די שיסל אין האנט גייעך צום ביה"כ אויסגיסן די וואסער, ווען כ'זע אויפן פלאר א סאדע באטעל וואס מיין בן אחר בן (ויקרא שמו בישראל ירוחם גבריאל) האט איבערגעלאזט. כ'האמעך שיעור נישט איבערגעטראסקעט, נאכאמאזעל אז כאבעס געזען בצייטענס און כ'בין געגאנגן לכתחילה אריבער.
הכנות, געפוצט די ציין, זיך אנגעטון און געטשעקט צי דער מילכיגער האט געברענגט מילך (סאכדעס), אנגעצונדן דער טשייניק, געמאכט א קאווע און אנגעגרייט עטליכע אייער קיכעל. כ'בין א חלש סאו מעגעך עסן פארן דאווענען. איי כ'ווער גראב דערפון – שקר הדייעט!
אויפגעהויבן דעם צייטונג פון ד'פלאר, און זיך געזעצט ליינען על דא ועל הא. זייטס מיר נישט חושד אז כ'בין זייער נייגעריג באט כ'מוז דאך וויסן וואס טוטזעך סביב העולם...
כ'ליין די העדליינס, ריק פערי לויפט קעגן ראן פאול. נישט אינטרעסאנט. אין סאמאליע האבן ים רויבער פארכאפט א שיף. אויך נישט אינטרעסאנט. געפאקט אן אריסטאקראט מיט אן עבירה. הו קעירס?
כ'מיש דער בלעטל, ווערווייסט אפשר וועלעך טרעפן עפעס א נייעס צום זאך...און...יגעתי ומצאתי! סייענטיסטס האבן געטראפן א נייע סארט שוועמל וואס ווען מ'עסט עס ווערט מען זייער פריילאך. ס'פארדרייט דער מח זאל ווערן שאינו יודע (אזש מ'רעד זיך איין מ' האט פליגל און מ'פליט אין הימל – ממש ווי א לבנה קריכער), און ס'ווירקט נאך בעסער ווי א גוטן גלאז שנאפס אדער הבדלה וויין.
כ'ליין א קוואוט פון א מומחה עצום (אפשר גאר א מומחה יאכעס) אז ס'ז אפילו נישט שעדליך. (וועט איינער פרעגן מאנ-יימער, ווער איז דער שוטה צו זאגן? עלעך ענטפערן דערויף מי חכם – וועם דען קען מען געטרויען אין מעדיצינישע זאכן?)
מכטיג! ס'גוט צו געדענקען נעקסט טיים כ'בין אביסעל משזר פון די לעבנס-סטרעס און פון די צרות זייענדיג כבושה בגולה.
עניוועיס, ס'ווערט שפעט און כ'מוז שוין גיין דאווענען. איך כאפ נאר א שנעלע בליק אויפען ק.נ.א. וועטער, כ'לייג אוועק דער צייטונג און כיאג מיר ארויס צום קאר. כ'האב גראדע א שיינע אימפארט פון יוראפ, א שווארצע MSP, (אויב איר ווילט וויסען וואסערע קאר ס'ז זוך אויף גוגל), לייסענס פלעיט SCY4851, מיט לעלאוס – כ'פיל מיך ווי גאנץ א וויכטיג מאכער ווען כ'פאר ארום.
ס'שפעט מוזעך פארן אביסל שנעלער און כ'בין נאך פארטראכט פונ'ם ציייטונג. ביים ווינקל האבעך מיך זייער שנעל געדרייט אן קוקן...יויש שיעור נישט איבערגעהאקט אן עלטערע יוד למעלה משבעים. דער שרייט מיר אן יונגערמאן אביסל דרך ארץ! איך ווייז עים איים סארי און כ'זאג מיר אונטער לוי יצחק בן סארע סאשע. ס'ז נישט קיין דזשאוק, אן עקסידענט איז גארנישט קיין שמעק טאביק...
דר'אמת איז אז ער האטעס גאנץ כשר פארדינט, פארוואס קראסט ער אן קוקען? באט כ'קען עים דאס נישט זאגן ווייל ער'ט מיר נאך פארמסר'ן צו זיין מחותן משה קארנפעלד, וואס ער איז א ידיד מיט מיין באס יואל שווארץ. יענסמאל פארשטייט יעדער בעל דעת אז ס'ז צרות.
כ'קום אן אין שול און כ'זעה דער שאץ גארגעלט זיך ביים ברעטל – ער האלט שוין אלמאוסט ביי אנעים זמירות. (אויף א גרינם מאנטאג אנעים זמירות? קשיא אויף א מעשה). גראדע גאנץ א געשמאקען שטיבל וואו כ'דאווען (אז איר מוזט דוקא וויסן דאווען איך אין שלעפשיץ) און א גוטע קראק-פאט צומושעניש. מיר פארמאגן סיי סאמע שמן זית און סיי אזעלכע וואלוועלע-קרעטשמע יודן.
איינער איז א מורנו, אן אמת'ע שותי'ניק, וואס לערנט אפילו תרגום יונתן! דער צווייטער איז א יקל א האלץ האקער. א דריטער (ר' יוסף שרייבער) האט א געלונגענער פעדער און ער געבט ארויס א גליון (כ'מיין ס'הייסט קיקיון – עפעס אזוי). א פערטער (יאנקעל פאדראטשיק), בעסער מ'רעדט נישט...(שטייסטענישט אויפן ווינק?).
כ'לויף אראפ אין מקוה אבער ר' פלוני* דער תהלים יוד ווינקט מיר אז ס'ז צובראכן. א כפרה. כ'על מוזען גיין נאכן דאוווענען אין מקוה ישראל אויפן נעקסטע בלאק. כ'שלעפ ארויס דער תפילין און פראביר שנעל אנדרייען. דערווייל העריך ווי דער שאץ האלט שוין ביי קדיש. וואס יאגט ער זיך אזוי? כ'מיין מ'הערט אפילו נישט די ווערטער. אנשטאטס בעגלא ובזמן קריב ואמרו אמן האט עס געסאונד ווי באלולע שפוזמן אמן. כ'ווינק עים ער זאל גיין שטאטער און כ'מורמעל מיר אונטער הנני מכון.
מיינע אויערן לאזעך אויסגעשפיצט ווייל כ'בין נייגעריג צו הערן א שמועס צווישען יענקל שיסטער און שמעלקא טויב (ס'ז מסתמא נישט עקסטער אינטרעסאנט באט כ'קען נישט נעמען דער ריסק צו פארפאסן א גוטס).
י.ש.: טייבעלע (אזוי רופט מען ערעב שמעלקא), tell me something, וואס איז בעסער צו נוצען אין די ביזנעס, מייקראסאפט אדער עפעל?
ש.ט.: איך זע דיך אויס ווי א geek?
כ'האב געזען דער שמועס איז טאקע נישט אינטרעסאנט בינעך געוועהן משנה מקום צו א צווייטע פלאץ. שיעור נישט געמאכט א גוטן מכה בדופן מיטן פוס און אומגעפאלן, אבער ב"ה אין די לעצטע מינוט האט מיר א היימישער יוד, אן אייניקעל פון אהרן הכהן, געכאפט און צוריק געשטעלט אויפן דרך המלך.
למעשה ווערט שפעט און כ'מוז שוין גיין צום ארבעט, עלעך דא אפהאקען און מערצעשעם ממשיך זיין אנ'אנדערש מאל (אדער נישט).
ידידכם,
מכה בדופן ('נישט' זאלץוואסער)
נ.ב. כ'האב פראבירט צו זיין אויפריכטיג און מזכיר נשמות זיין וויפיל כ'האב געקענט אבער יותר ממה שכתוב כאן נאמר שם. כ'בעט איבער וועמען כ'האב נאר אויסגעלאזט – גלייבטס מיר כ'בין נישט גלייכגילטיג צו ענקער פעין...
נ.ב.ב. כ'האב נישט קיין געלט פאר א בחורהזעצער סאו אויב איינער האט א לב טוב און קען זיך גוט אויס מיט פאטאשאפ קען ער איבערמאכען דעם פידיעף מיט שיינע גרעפיקס ס'זאל זיין פיינע נייעס...

אז מ'קען, קען מען!