מיין שפאציר אין יודישן וועלט

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

מיין שפאציר אין יודישן וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

אזוי ווי כ'האב געזעהן דערוילעם האט געגליכען מיין פאנטאזיע האבעך דיסיידעד ווייטער פאנטאזירן. דאונט ווארי, ס'קומט מיר נישט אן צו שווער! כדי צו קענען פוללי עפרישיעיטען דעם אשכול איז ראטזאם מ'זאל דאונלאודען דעם פידיעף.

כ'ליג מיר אזוי אויף מיין געלעגער גאנץ פארשלאפען און כ'טראכט צו מיר אז כ'מוז שוין אויפשטיין לעבודת הבורא. איי איי איי, ס'ז צרות, דער בעט אידעך זיס, און כ'בין נישט אייביג מקפיד צו זיין צייטליך, סאו לכאורה וואלטעך געקענט באשטיין נאך צו ליגן אביסל. באט דער וועק זייגער איז א גוטער דערקוטשער וואס לאזט נישט קיין מנוחה, סאו מוזעך גיכער אויפשטיין. שוין, יהיה כן.

יתגבר כארי, איך שטארק זיך ווי לייבי, כ'וואש נעגל וואסער און כ'הייב מיר אונטער. מיט די שיסל אין האנט גייעך צום ביה"כ אויסגיסן די וואסער, ווען כ'זע אויפן פלאר א סאדע באטעל וואס מיין בן אחר בן (ויקרא שמו בישראל ירוחם גבריאל) האט איבערגעלאזט. כ'האמעך שיעור נישט איבערגעטראסקעט, נאכאמאזעל אז כאבעס געזען בצייטענס און כ'בין געגאנגן לכתחילה אריבער.

הכנות, געפוצט די ציין, זיך אנגעטון און געטשעקט צי דער מילכיגער האט געברענגט מילך (סאכדעס), אנגעצונדן דער טשייניק, געמאכט א קאווע און אנגעגרייט עטליכע אייער קיכעל. כ'בין א חלש סאו מעגעך עסן פארן דאווענען. איי כ'ווער גראב דערפון – שקר הדייעט!

אויפגעהויבן דעם צייטונג פון ד'פלאר, און זיך געזעצט ליינען על דא ועל הא. זייטס מיר נישט חושד אז כ'בין זייער נייגעריג באט כ'מוז דאך וויסן וואס טוטזעך סביב העולם...

כ'ליין די העדליינס, ריק פערי לויפט קעגן ראן פאול. נישט אינטרעסאנט. אין סאמאליע האבן ים רויבער פארכאפט א שיף. אויך נישט אינטרעסאנט. געפאקט אן אריסטאקראט מיט אן עבירה. הו קעירס?

כ'מיש דער בלעטל, ווערווייסט אפשר וועלעך טרעפן עפעס א נייעס צום זאך...און...יגעתי ומצאתי! סייענטיסטס האבן געטראפן א נייע סארט שוועמל וואס ווען מ'עסט עס ווערט מען זייער פריילאך. ס'פארדרייט דער מח זאל ווערן שאינו יודע (אזש מ'רעד זיך איין מ' האט פליגל און מ'פליט אין הימל – ממש ווי א לבנה קריכער), און ס'ווירקט נאך בעסער ווי א גוטן גלאז שנאפס אדער הבדלה וויין.
כ'ליין א קוואוט פון מומחה יאכעס אז ס'ז אפילו נישט שעדליך. (וועט איינער פרעגן מאנ-יימער, ווער איז דער שוטה צו זאגן? עלעך ענטפערן דערויף מי חכם – וועם דען קען מען געטרויען אין מעדיצינישע זאכן?)
מכטיג! ס'גוט צו געדענקען נעקסט טיים כ'בין אביסעל משזר פון די לעבנס-סטרעס און פון די צרות זייענדיג כבושה בגולה.

עניוועיס, ס'ווערט שפעט און כ'מוז שוין גיין דאווענען. איך כאפ נאר א שנעלע בליק אויפען ק.נ.א. וועטער, כ'לייג אוועק דער צייטונג און כיאג מיר ארויס צום קאר. כ'האב גראדע א שיינע אימפארט פון יוראפ, א שווארצע MSP, (אויב איר ווילט וויסען וואסערע קאר ס'ז זוך אויף גוגל), לייסענס פלעיט SCY4851, מיט לעלאוס – כ'פיל מיך ווי גאנץ א וויכטיג מאכער ווען כ'פאר ארום.

ס'שפעט מוזעך פארן אביסל שנעלער און כ'בין נאך פארטראכט פונ'ם ציייטונג. ביים ווינקל האבעך מיך זייער שנעל געדרייט אן קוקן...יויש שיעור נישט איבערגעהאקט אן עלטערע יוד למעלה משבעים. דער שרייט מיר אן יונגערמאן אביסל דרך ארץ! איך ווייז עים איים סארי און כ'זאג מיר אונטער לוי יצחק בן סארע סאשע. ס'ז נישט קיין דזשאוק, אן עקסידענט איז גארנישט קיין שמעק טאביק...

דר'אמת איז אז ער האטעס גאנץ כשר פארדינט, פארוואס קראסט ער אן קוקען? באט כ'קען עים דאס נישט זאגן ווייל ער'ט מיר נאך פארמסר'ן צו זיין מחותן משה קארנפעלד, וואס ער איז א ידיד מיט מיין באס יואל שווארץ. יענסמאל פארשטייט יעדער בעל דעת אז ס'ז צרות.

כ'קום אן אין שול און כ'זעה דער שאץ גארגעלט זיך ביים ברעטל – ער האלט שוין אלמאוסט ביי אנעים זמירות. (אויף א גרינם מאנטאג אנעים זמירות? קשיא אויף א מעשה). גראדע גאנץ א געשמאקען שטיבל וואו כ'דאווען (אז איר מוזט דוקא וויסן דאווען איך אין שלעפשיץ) און א גוטע קראק-פאט צומושעניש. מיר פארמאגן סיי סאמע שמן זית און סיי אזעלכע וואלוועלע-קרעטשמע יודן.

איינער איז א מורנו, אן אמת'ע שותי'ניק, וואס לערנט אפילו תרגום יונתן! דער צווייטער איז א יקל א האלץ האקער. א דריטער (ר' יוסף שרייבער) האט א געלונגענער פעדער און ער געבט ארויס א גליון (כ'מיין ס'הייסט קיקיון – עפעס אזוי). א פערטער (יאנקעל פאדראטשיק), בעסער מ'רעדט נישט...(שטייסטענישט אויפן ווינק?).

כ'לויף אראפ אין מקוה אבער ר' פלוני* דער תהלים יוד ווינקט מיר אז ס'ז צובראכן. א כפרה. כ'על מוזען גיין נאכן דאוווענען אין מקוה ישראל אויפן נעקסטע בלאק. כ'שלעפ ארויס דער תפילין און פראביר שנעל אנדרייען. דערווייל העריך ווי דער שאץ האלט שוין ביי קדיש. וואס יאגט ער זיך אזוי? כ'מיין מ'הערט אפילו נישט די ווערטער. אנשטאטס בעגלא ובזמן קריב ואמרו אמן האט עס געסאונד ווי באלולע שפוזמן אמן. כ'ווינק עים ער זאל גיין שטאטער און כ'מורמעל מיר אונטער הנני מכון.

מיינע אויערן לאזעך אויסגעשפיצט ווייל כ'בין נייגעריג צו הערן א שמועס צווישען יענקל שיסטער און שמעלקא טויב (ס'ז מסתמא נישט עקסטער אינטרעסאנט באט כ'קען נישט נעמען דער ריסק צו פארפאסן א גוטס).
י.ש.: טייבעלע (אזוי רופט מען ערעב שמעלקא), tell me something, וואס איז בעסער צו נוצען אין די ביזנעס, מייקראסאפט אדער עפעל?
ש.ט.: איך זע דיך אויס ווי א geek?

כ'האב געזען דער שמועס איז טאקע נישט אינטרעסאנט בינעך געוועהן משנה מקום צו א צווייטע פלאץ. שיעור נישט געמאכט א גוטן מכה בדופן מיטן פוס און אומגעפאלן, אבער ב"ה אין די לעצטע מינוט האט מיר א היימישער יוד, אן אייניקעל פון אהרן הכהן, געכאפט און צוריק געשטעלט אויפן דרך המלך.

למעשה ווערט שפעט און כ'מוז שוין גיין צום ארבעט, עלעך דא אפהאקען און מערצעשעם ממשיך זיין אנ'אנדערש מאל (אדער נישט).

ידידכם,

מכה בדופן ('נישט' זאלץוואסער)

נ.ב. כ'האב פראבירט צו זיין אויפריכטיג און מזכיר נשמות זיין וויפיל כ'האב געקענט אבער יותר ממה שכתוב כאן נאמר שם. כ'בעט איבער וועמען כ'האב נאר אויסגעלאזט – גלייבטס מיר כ'בין נישט גלייכגילטיג צו ענקער פעין...

נ.ב.ב. כ'האב נישט קיין געלט פאר א בחורהזעצער סאו אויב איינער האט א לב טוב און קען זיך גוט אויס מיט פאטאשאפ קען ער איבערמאכען דעם פידיעף מיט שיינע גרעפיקס ס'זאל זיין פיינע נייעס...
אטעטשמענטס
שפאציר אין וועלט.pdf
(227.48 KiB) געווארן דאונלאודעד 180 מאל
לעצט פארראכטן דורך מכה בדופן אום מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 1:55 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

נאכאמאזל איך האב אונטערגעשריבן... איך האב קיינמאל נישט געוואוסט ווי גוט איך בין...
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

;l;p- אז מ'קען, קען מען!
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מאנ-יימער האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-



וואו קום איך אריין אין א גרינעם מאנטאג? זעסטו איך בין דא!
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

מכה בדופן האט געשריבן: א פערטער (יאנקעל פאדראטשיק), בעסער מ'רעדט נישט...(שטייסטענישט אויפן ווינק?).


פארוואס ווילסטו נישט רעדן פין מיר? אה!! איין מינוט ס'מיינט אפילו נישט מיך, מיין לעצטע נאמען איז פעדראטשיק

ליצנות אין א זייט געלייגט, נאדיר א גרינע ;l;p-
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

איך בין מיך מכה בדופן פאר געלעכטער... יוש ביסטע גוט.. נאדיר ;l;p- :grin: ;l;p- :grin: ;l;p- :grin: ;l;p- (אז דו דארפסט נאך, נעם פונדערזייט, לאז אבער אביסל איבער פאר זאלצי וסייעתו... אוי סארי כהאב פארגעסן אז זאלצי האטעך עס געשריבן..)

אזוי שמירנישדירניש האסטע צאמגעשטעלט אפאר שיינע שידוכים..
געלעגער-פארשלאפן, שטארק זיך-לייבי, שמו-ירוחם גבריאל, ריק פערי-ראן פאול (דיין צייטונג איז אוטדעטעד..), שנאפס-הבדלה וויין (איך נוץ גראדע פלעינע גרעיפ דזשוס..), מומחה יאכעס, מחותן-משה קארנפעלד (שוין לאנג א מחותן..), וכו'.... ובעיקר אונזער ערעב שמעלקע איז גאר קיין צווייטער נישט נאר טייבעלע אליינס...
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

!!!WOW דאס איז א מאסיוו שטיקל ארבעט!!
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

איך בין עפעס א ראשזנקע? ..אניווועי דו ביסט מעכטיג
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

הפלא ופלא...
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

'ם' 'ם' 'ם'

אופס, פארגעסן צו טוישן פון אידיש צו ענגליש. יו געט די פוינט.
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

אגב מערק איך אז האסט טאקע פארגעסן פון מיר... אבער האסט אריינגעברענגט א שמחת החיים ביי יעדן...
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

טייבעלע איז געקומען צו פליען אפצוגעבען א דאנק אויף דיין שיינעם חלום וואס דו האסט אונז אהערגעשטעלט,
הערליך שיין, יש"כ.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

אוי וויי ס'ז צרות. כ'האב נאר געוואלט מאכן א 'שמחת החיים' און דערווייל האבעך אויסגעלאזט א גאנצע כאטקע. כאנאך מורא זיי וועלן זיך אלע נעמען צו מיינע ביינער (ווער רעדט נאך טאמער די גאנצע 'פאמיליעמירעלס' קומט צונאזאם איז טאקע עק 'וועלט'). רבותי, ענדערש זייטס צופרידן אז איר זענט נישט געווארען 'קהלס נאר', און געדענקטס דעם מ..קאא...קאא...(סארי כ'בין פארקילט האבעך מיך צוהיסט), דער מאמר חז"ל אשרי מי שלא נספד כהלכה.

בד"וו אינ'ם ערשטן ארטיקעל ווערן דערמאנט איבער 100 נעמען.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

א גוטן ר' מכה

איך האב הערשט נעכטן ארויסגעלייגט א שארפע,ווארענונג און דא קומסטו ווייטער און צומישט די יוצרות... דו האסט אודאי געמיינט אז דער עולם וועט דיך קאמפלימענטירן פאר די שיינע ארבעט, און ביזדערווייל האלט איך אין איין באקומען אין אישי און אין אימעיל אז איך בין גאר דער שרייבער פון דעם גאנצן אשכול, אלעס ווייל דו האסט מיט דיין ילדי'שקייט געלייגט מיין סיגנעטשור... אפשר נעמסטו אראפ מיין סיגנעטשור און אנשטאט דעם לייג ארויף למשל קרעמער אדער יענטאש? דערעולם וועט עס לייענען מיט סאך מער דארשט.

און לאמיך נאכאמאל קלאר מאכן!!!! אזא גוטס וואלט איך קיינמאל נישט אריינגעלייגט מיט א מכה בדופן ניק.. עס וואלט געווען פון די סמעטענע זאלץוואסער ארטיקלען... נו וואס זאל איך טון ס'מיר נישט בייגעפאלן... פארפעליינו
אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

כאבעס פארראכטען (באט אונז אלע ווייסן דר'אמת...). אנטשולדיגטינו.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

העי יו ווילסט איך זאל הורגענייזען א פראטעסט פארענט פון דיין געשעפט? עסט נאך דארפען ארויסלויפען אינמיטען מישען די טונא, זיי שנעל מפרסם ברבים אז יוסף שרייבער גיבט נישט ארויס קיין גליון און אודאי גארנישט צוטוהן מיט קיקיון.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

יוסף שרייבער האט געשריבן:העי יו ווילסט איך זאל הורגענייזען א פראטעסט פארענט פון דיין געשעפט? עסט נאך דארפען ארויסלויפען אינמיטען מישען די טונא, זיי שנעל מפרסם ברבים אז יוסף שרייבער גיבט נישט ארויס קיין גליון און אודאי גארנישט צוטוהן מיט קיקיון.


וואס אי'מיט דיר? מכה האט עס געשריבען נישט אנעים זמירות! מאך מיר נישט קאליע די ביזנעס.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

הער זיך איין, א איד אין מיינע יארען האט נישט קיין כח ארומצולויפען פון אנעים'ס געשעפט צו מכה'ס בילדינג סייט און פון דארט צו זאלצי'ס שניי טראק שארערס, אלזא אפגעזעהן צו עטץ זענטץ מחליט אז עטץ זענט יא איין מענטש צו נישט בין איך דא מוחה מוחה מוחה פאר אלע צוזאמען און ווי מען זאגט נעם דיר דיין חלק און גיי דיר ווייטער.
אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

בילדינג סייט? כ'זיץ דאך אין אן אפיס.

כ'האב שוין נישט קיין כח צו פאררעכטן באט אויב דו ווילסט וועלעך דיך טוישן מיט יענקל פאדראטשיק...
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ארבייטס נישט אין א בילדינג סייט? צו וואס דען האלסטו א שרעקעדיגע צעהן קילא האמער אין דיין האנט, פליז זאג מיר נישא אז דו גייסט ארום האקען ווענט רענדעמלי.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

מכה בדופן האט געשריבן:כאבעס פארראכטען (באט אונז אלע ווייסן דר'אמת...). אנטשולדיגטינו.

אבער געוואלד! יעצט איז דאך זאלץ וואסער נישט אינעם ארטיקל!
אה.. האסט שוין דערמאנט מכה מיט אנעים, אקעי ס'איז פונקט גענוג, מ'דארף נישט שרייבן אלע זיינע נעמען...
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

מכה בדופן האט געשריבן:בילדינג סייט? כ'זיץ דאך אין אן אפיס.

כ'האב שוין נישט קיין כח צו פאררעכטן באט אויב דו ווילסט וועלעך דיך טוישן מיט יענקל פאדראטשיק...

איך בין נישט מסכים צום טויש, בעסער רעדט ווייטער נישט פון מיר און לאז מיך אפ
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

שמעק_טאביק האט געשריבן:הפלא ופלא...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

יוסף שרייבער האט געשריבן:פליז זאג מיר נישא אז דו גייסט ארום האקען ווענט רענדעמלי.


נאר ווען כ'רעג מיך אויף...
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”