בלאט 1 פון 1

מיין חנוכה פאנטאזיע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 13, 2012 9:07 pm
דורך מכה בדופן
ווען איר פרעגט מיר צ.ב.ש. נעכטען וואס מיין חנוכה פאנטאזיע איז (נישט אז איינער האט געפרעגט, איך שרייב נאר אויב מ' וואלט געפרעגט...) וואלט איך געענטפערט זייער איינפאך: איך זאל איין טאג אויפשטיין גענוג פרי צו קענען ווארפען האנטוכער אויפען שמש ווען ער צינד די מנורה צופרי!
עטס קענטס מיר אנקוקען ווי א קליין קינד, א מח קטן אדער מח דחוק, אבער איך דאס איז געוועהן מיין פאנטאזיע. דער נארישקייט ותו לא.

היינט ביים לעכט צינדען האט זיך אלעס געטוישט. איך בין געזעצן און געציילט די ויהי נועם'ס אויף די פינגער, ווען מיטען אנדערען האנט ווינק איך גאנצע מגילות אויף שטום-לשון כנהוג ביי ערליכע יודען. איך פראביר האלטען סדר אויף די קליינע, שלום מאכען צווישען די מיטעלע, און הייסען דער גרויסע וואס ער דארף יא זאגען און וואס ער קען דערווייל נאך אויסלאזען ביז ער ווערט עלטער.

פלוצלינג בלייב איך שטיין מיט א מורא'דיגען איסתפקתא: ווען איך האב אויסגעשטעקט דער פערטע פינגער האט עס געמיינט שוין פיהר מאל געזאגט ויהי נועם, אדער אז איך גיי יעצט זאגען דער פערטע מאל? וואו האלט איך יעצט, נאכען פערטען אדער נאכען פיפטען?
איי וועט עטס פרעגן וואס א נפק"מ? בין איך דען אזוי פארנומען אז איך זאל נישט קענען זאגען נאך איין מאל בספיקא? הלואי... נאר וואס דען, שתי תשובות בדבר:
1. אין לדבר סוף. וואס טוה איך אויב איך האב די זעלבע שאלה און איסתפקתא נאכען תשלומין'דיגע ויהי נועם?
2. וואס טוה איך אויב מיין זוהן אדער א"ח (אדער אפשר גאר דער שכן) האלט פונקט חשבון? איך קען דאך נישט בלייבען חוזק און זאגען אן אכטע מאל? וואס וועל איך ענטפערען אויב זיי פרעגען פשט – די זעלבע תירוצים ווי אויפען בית יוסף'ס קשיא?

אלענפאלס, זייענדיג אזוי אריינגעטוהן אין מיינע ספיקות האב איך מיר דערמאנט איך האב געזעהן איינער האט געשריבען אז נר מצוה וואלט געדארפט ערפונדען א ויהי נועם ציילער...און פון דא איז עס געפארען פון זיך אליין. איך קלער מיר צוריק היינט אין מקוה פרעגט מיר א חבר ווי מען האלט, האב איך איהם געזאגט אז היינט נאכט צינדט מען דער זעקסטע לעכטל. רופט זיך אהן חכם אחד, "נאך א מזל אז עס גייט נישט אזוי ווי ביי ספירה, אנדערש וואלסטו שוין נישט געקענט צינדען מיט א ברכה..."

אצינד זוי קלערנדיג וועגן נר מצוה, און טראכטענדיג וועגן ספירה, איז מיר איינגעפאלען צו פרעגן למה נגרע? פארוואס איידער מתן תורה מוז מען מאכען אן הכנה דרבה ניין און פערציג טעג און פאר זאת חנוכה איז גענוג זיך צו גרייטען זיבען טעג? פארוואס זאל חנוכה נישט זיין ניין און פערציג טעג? וועט איר פרעגן אויב אזוי וואס וועט זיין דער שפיץ פון אלע חנוכה מסיבות טאמער מען וועט נישט קענען דיסקוסירען דעם בית יוסף'ס קשיא? לא אלמן ישראל – מ'עט זיך אנ'עצה געבן.

יעצט האב איך אבער אנגעהויבען פאנטאזירען וויאזוי דאס וועט אויסזעהן... שטעלט אייך נאר פאר זאת חנוכה (אדער וויאזוי מען וועט עס נאר רופען...) כשיטת בית הלל מוסיף והולך מוז מען צינדען גאנצע ניין און פערציג לעכט... די פארצייטישע חסיד'ישע יודען וועלן דאך נישט מוותר זיין אויף די וואטענע קנויטען...פון חצות וועט מען שטיין און דרייען און שלעפען און לעקען און רייבען... נאכער וועט מען אויסשטעלן דעם לאנגען מנורה און עס וועט זיך טוהן א גיסעכץ פון שמן זית...

די באלבאטישע יודען וועלן קויפען דעם ספעציעלען הצורפים מנורה מיט אן אוטאמאטישען אנפולער (א קליין שיסעל צו וועלכע עס איז באהאפטען א רער וואס טראגט דער שמן זית גראד אריין אין אלע לעמפלעך). אינדערזייט וועט שטיין דער זיידע (היינט נאכט איז דער חנוכה פארטי) און זיך אפרעדן אז ער געדענקט נאך ווי מען האט געמוזט אליין צו גיין צו יעדע לעמפל און עקסטער אנפולען...איי איי ירידת הדורות...

נר מצוה וועט ארויסגעבן א ספעציעלע חנוכה סעט פאר מאדערנערע יודען און ביזנעסלייט וואס יאגען זיך זייער. ניין און פערציג לעכטלעך שיין געפאקט צוזאמען, יעדער מיט א גלאזערנעם דעקל – אבער אלע באהאפטען, אזש מען וועט קענען אויף איינמאל אפברעכען אלע ניין און פערציג דעקלעך.

א מזרחיסט ערגעץ וואו וועט ערפונדען אן עלעקטראנישע צינדער וואס מען ברויך נאר דרוקען איין קנעפל און אלע לעכטלעך צינדען זיך אהן (פייער, כמובן). עס ארבעט מיט א טיימער אז די לעכט צינדען זיך אהן איינציגווייז, פון לינקס אויף רעכטס. אין 'אונזערע' קרייזען וועט מען זיך נישט וויסענדיג מאכען דערפון (אויסער א קול קורא פון די עדה אז מען טאר עס נישט נוצען, און כ"ק אדמו"ר מ.... שליט"א ווען ער איז מעורר איבער נייע טעכנאלאגיע וועט ער אריינווארפען בין הדברים אויך דער מאשינקעלע). אויף ק"ש (איך מיין נישט קריאת שמע...) וועט איינער עפענען אן אשכול אז ער זעהט נישט וואס איז ראנג דערמיט...

פאר די עלטערע יודען (אויך פאר די פוילע און גראבע), וועט נר מצוה ערפונדען א ספעציעלע 'קאנוועיאר גארטל' וואס וועט פירען די מנורה פון רעכטס צו לינקס, אז דער בעה"ב זאל קענען שטיין אויף איין ארט און זיך נישט מוזען אנמוטשען צו לויפען פון איין עק צום אנדערען. אין 'עץ חיים' וועט זיין א גאנצע ויכוח, אויסגעשפרייט איבער פינעף קובצים, צי מען מעג עס נוצען שלא בשעת הדחק (די עיקר שאלה איז צי הדלקה עושה מצוה אדער הנחה עושה מצוה). אין 'גינת ורדים' וועט איינער אויך אריינשרייבען א מאמר אבער מען וועט עס נישט אננעמען ווייל ער וועט שרייבען 'קאנוועיאר גארטל' אויף העברעאיש...

איך זיץ מיר אזוי און גלאץ אריין אין די חנוכה לעכט (איך האב שוין לאנג פארגעסן ביי וועלכע ויהי נועם איך האלט) און איך שפין מיין פאנטאזיע, ווען פלוצלינג כאפ איך זיך וועגן א ריזען פראבלעם, וואס דראעט צו אויפרייסען מיין גאנצע פאנטאזיע ווי א זייפען בלאז. ובכן, א מנורה פון ניין און פערציג לעכטלעך אי'דאך א חתיכה הראויה להתכבד – ווער האט דען פלאץ ביי זיין טיהר אדער פענסטער פאר אזא מנורה?
ממילא די לובאוויטשער, האב איך מיר בארואיגט, וועלן העכסטענס דינגען טרעקטאר טרעילארס (הנקרא lorry בלע"ז), וואו זיי וועלן קענען לייגען זייערע עלעקטארנישע מנורות, אבער וואס וועלן טוהן אלע אנדערע יודען?

אוי וויי, איך זעה שוין ווי מיין גאנצע חנוכה-ספירה פלאן גייט א גאנג...איך פארקנייטש מיר דעם שטערן און...יא! געפונען! עטס ווילטס וויסען וואס גייט זיין דער נר מצוה פראדוקט פונעם יאר-הונדערט – דער צורת הפתח!
סי'דאך אזא פשוט'ע פאטענט איך ווייס נישט פארוואס ס'ז נאך קיינעם נישט איינגעפאלען ביז היינט. נר מצוה וועט פארקויפען א צורת הפתח, שוין מיט א מזוזה ארויפגעקלאפט, וואס מען וועט קענען אוועקשטעלן אינמיטען שבת-שטוב. אינמיטען צימער האט דאך יעדער גענוג פלאץ צו לייגען די מנורה (די פרישע יונגעלייט וועלן גיין צום טאטען אדער שווער) און פארטיג מיט אלע פראבלעמען. מזוזה מימינו, נר חנוכה משמאלו און מען וועט קענען צינדען מיט ישוב הדעת.

און עטס ווייסטס וואס...איך כאפ מיר יעצט אז מען דארף ניטאמאל קיין ניין און פערציג לעכטלעך צו נוצען דעם פאטענט. איך מיין איך גיי עס אנהייבען פראדוצירען און ווערן א מיליאנער דערפון. די גרויסע רביים וואס צינדען בפני קהל ועדה מוזען זיך נעבעך אזוי אומבאקוועם שטעלן ביים טיהר און צינדען, און מען ברויך טרעפען אלערליי פאטענטען וואו אהין צו שטעלן די פארענטשעס. אלץ ווייל זיי מוזען האבען די מזוזה...
מער נישט! פון היינט איז דא דער נר 'הדופן' צורת הפתח! מען וועט עס אוועקשטעלן אינמיטען ביהמ"ד הגדול און רבינו הגדול והקדוש וועט קענען צינדען ווי א רבי באקוועמערהייט...רבותי איך מוז איבערהאקען ווייל איך דארף שוין גיין זוכען א פירמע וואס קען דאס פראדוצירען... ווינטש מי גוד לאק...

א פרייליכען חנוכה!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 13, 2012 9:22 pm
דורך משנה מקום
חחח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 13, 2012 9:32 pm
דורך מי חכם
אין קרית יואל (ביי מהר"א מסאטמאר) איז דוכט זיך דא א ענליכער צורת הפתח פון וואס דו רעדסט, אויב דאכט זיך מיר גוט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 13, 2012 10:00 pm
דורך ידיד
ס'גייט מיר נישט אן וויפיל ליכט מ'צינדט, פון מיר אויס זאל מען אפילו צינדען צען מאל חי... איין זאך נאר, ויהי נועם זאלסטו נישט טאטשן, לאז עס ביי זיבן מאל, פלייייייייזזזזזז... איך זאג יעדן טאג בערך ניין מאל ויהי נועם מחמת ספק ספיקא... שטעל דיך פאר וויאזוי איך וואלט אויסגעקוקט ווען מ'דארף זאגן 49 מאל, איך וואלט נישט אריינגעגאנגען אין די ארבעט גאנץ חנוכה...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 13, 2012 11:30 pm
דורך לכתחילה אריבער
מי חכם האט געשריבן:אין קרית יואל (ביי מהר"א מסאטמאר) איז דוכט זיך דא א ענליכער צורת הפתח פון וואס דו רעדסט, אויב דאכט זיך מיר גוט.

געהערט פון א מיטל יעריגער איד, אז ביים סאטמער רב זי"ע איז געווען א פאליש ווי ער האט געצינדען, און מען האט לכבוד חנוכה געמאכט א טיר, און אגאנץ יאר איז דארט נישט געווען קיין טיר, נאר סתם א דורך גאנג.
אה שיעור פארגעסען, א מכה ביסטו א מכה! די ביסט ווערט קעש, פעסט ווי א דופן!

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 14, 2012 1:25 am
דורך לכאורה
מכה בדופן'דיגע ווארע = גוטע סחורה, לוינט זיך צו ליינען, גאראנטירט ארויפצוציען א שמייכל פון אנהייב ביז אויס.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 14, 2012 2:42 am
דורך קאטשעניא
וואונדערבאר גוטע פאנטאזיעס

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 14, 2012 3:57 am
דורך שוועמל
אויף ק"ש (איך מיין נישט קריאת
שמע...) וועט איינער עפענען אן אשכול אז ער
זעהט נישט וואס איז ראנג דערמיט...

גאר גוט...
קוואט פון די וואך!

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 14, 2012 10:51 am
דורך קעניגזאן
מכה בדופן אויסגעצייכנט! שוין לאנג נישט געליינט אזא זיסע תגובה.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 14, 2012 10:54 am
דורך מאנ-יימער
איינס פאר דיינע פאנטאזיעס ;l;p- און נאך איינס פאר די צורת הפתח פראדוקט ;l;p-

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 14, 2012 12:39 pm
דורך משזר
זייער גיט אבער צי א קליינע פאנטאזיע, נעקסט טיים מאך זיכער סזאל זיין אביסל לענגער.

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 15, 2012 10:58 pm
דורך מקוה ישראל
זייער גוט

האסט מיר ארויף געברענגט א שמייכעל
יישר כח

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 16, 2012 2:23 pm
דורך זאלץוואסער
וואס זאל איך דיר זאגן? עס איז דא א עולם הפאנטאזיע, עס האט א צורת הפתח אפן צום עולם ה"שרייבער'ס, און די שטייסט ביים טיר ווי ביי דיר אינדערהיים...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 16, 2012 3:20 pm
דורך שטארק זיך
אוי מכה, גוט גוט

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 16, 2012 3:25 pm
דורך מכה בדופן
משזר האט געשריבן:זייער גיט אבער צי א קליינע פאנטאזיע, נעקסט טיים מאך זיכער סזאל זיין אביסל לענגער.


כאדעך נאר געהאט א האלבע שעה.

שקויעך פאר אלע.