פארוואס באהאלסטו עס? (פון די ארכיוון)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

פארוואס באהאלסטו עס? (פון די ארכיוון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

די שבטי י-ה האבען אריינגעווארפען יוסף הצדיק אין גרוב און האבען געפלאנט איהם צו לאזען חלילה אויסגיין דארט. האט יהודה געזאגט פאר זיינע ברידער, "מה בצע כי נהרוג את אחינו וכיסינו את דמו - וואס האבען מיר פון הרג'ענען אונזער ברודער און באהאלטען זיין בלוט-פארגאס?" מיט די ווערטער איז איהם געלונגען זיי איבערצייגען נישט צו הרג'ענען יוסף.
ר' חיים שמואלביץ זצ"ל האט געגעבן צו פארשטיין וואס איז דא געוועהן דער טענה פון יהודה אז מיט דעם האבען די שבטים חרטה געהאט אויף זייערע פריערדיגע פסק. זיי האבען דאך געהאלטען אז ער איז חייב מיתה און זיי האבען אוודאי געמיינט לשם שמים, איז וואו קומט אריין דער טענה פון מה בצע? האבען זיי דען דאס געטוהן פאר געלט?
זאגט ער אז יהודה‘ס טענה איז בעיקר געוועהן די ווערטער "וכיסינו את דמו". יהודה האט געזאגט אויב זענען זיי נישט גרייט צו הרג'ענען יוסף'ן עפענטליך איז א סימן אז זיי זענען נישט זיכער דערמיט. טאמער איז וכיסינו את דמו, מיר באהאלטען זיין טויט, איז א ראיה אז מיר דארפען דאס נישט טוהן. און די ברידער האבען טאקע אנגענומען דעם טענה און איהם ארויסגעשלעפט פון גרוב.

עס מאכט זיך אסאך מאל אז א מענטש האלט ביים עפעס טוהן און ער קלערט אז עס איז ריכטיג אזוי צו טוהן. ער האט אלערליי הסברים און תירוצים אויפצוווייזען אז אזוי מעג מען און אפשר מוז מען טוהן. דארף דער מענטש זיך אליין פרעגן איין שאלה, "וואלט איך דאס געטוהן ווען מיין רבי אדער רב זעהט מיר? וואלט איך דאס געטוהן ווען אפילו סתם אנדערע מענטשען זעהן מיר?" אויב איז דער תירוץ "ניין" איז דאס א סימן אז מען דארף עס נישט טוהן.
די סבה פארוואס פאשקעווילען זענען אזוי פארמיאוסט ביי ערליכע יודען איז ווייל זיי ווערן געשריבען בעילום השם. למשל ווען איינער האלט אז פלוני בן פלוני דארף מען מבזה זיין ברבים אויף זיינע מעשים למען ישמעו ויראו, אדער אז אויף די און די פירצה דארף מען מוחה זיין בפני קהל ועדה, דארף ער זיך פרעגן דעם זעלבען פראגע: בין איך דאס גרייט צו טוהן אפענערהייט? אויב דער מחאה-צעטל איז אזוי אויסגעהאלטען און וויכטיג, גיי איך דערויף חתמ'ענען מיין נאמען? אויב נישט, זאל ער בעסער נישט שרייבען.
(פארשטייט זיך אז נישט ווייל מען איז גרייט צו טוהן א זאך בגלוי ווערט עס מותר. די דינים פון לשון הרע ורכילות צי הלבנת פנים וכדו' גיין נאך אהן. דער חפץ חיים איז קלאר מבאר אז דער לאזונג, "איך וואלט עס איהם געזאגט אין פנים אריין..." איז קיין שום היתר אויף דיבורים אסורים. איך מיין נאר ארויסצוברענגען אויף אזוי ווייט אז ווען מען ווייסט אז מען וואלט עס זיכער נישט געזאגט "יענעם אין פנים אריין", איז כמעט ברור אז עס איז נישט אויסגעהאלטען.)

איך האב אנגעכאפט איין דוגמא, אבער די נקודה קען מען צושטעלן צו יעדער זאך. למשל ביי דיני ממונות, ווען איינער מאכט א פריוואטען טעלעפון אויפען חשבון פונעם בעה"ב, צי ביים צייט פונעם ארבעט, און ער האט אויף דעם טויזענט תירוצים און חשבונות פארוואס עס איז אויסגעהאלטען, דארף ער אריינקלערען צי ער וואלט דאס געטוהן אין וועזענהייט פון זיין בעה"ב.
דער עצה איז נפלאה מאוד ווייל דער טבע פון מענטשען איז זיך אליין צו נארען. שלמה המלך שרייבט אין משלי (כ"א ב') כל דרך איש ישר בעיניו - די וועגן פון א מענטש זענען אויסגעהאלטען אין זיינע אייגענע אויגען. נאר ווען מען ווייסט אז א צווייטע קוקט באקומט מען אנ'אנדערע בליק אויף די מעשים.

ר"ר מיילעך זצ"ל שרייבט אין צעטל קטן יצייר במחשבתו תמיד...כאילו איש אחד עומד סמוך לו - מען זאל זיך אפמאלען כאילו איינער שטייט נעבן אונז און מוסר'ט אונז. לכאורה, אז מען דארף זיך מילא פאָרשטעלען, פארוואס זאל מען זיך שוין נישט אפמאלען ווי דער באשעפער אליין שטייט כביכול פאר אונז? נאר הוא הדבר אשר דברנו, כלפי שמיא האט א מענטש אלע סארט תירוצים, אבער ווען ער ווייסט אז מענטשען קוקען דעמאלס פירט ער זיך גאנץ אנדערש.
רבי יוחנן בן זכאי, איידער ער איז נפטר געווארען האט ער געוואונטשען זיינע תלמידים אז זיי זאלען מורא האבען פונעם באשעפער פונקט ווי זיי האבען מורא פון מענטשען. האבען זיי איהם געפרעגט, "עד כאן - נאר אזויפיהל און נישט מער?"
האט ער גענטפערט, "הלואי כאטש אזויפיהל! ווען א מענטש גייט טוהן אנ'עבירה זארגט ער זיך נאר אז מענטשען זאלען איהם נישט זעהן. כאטש ער ווייסט אז דער באשעפער זעט אלעס דאך האלט איהם נאר אפ דער פחד אז א מענטש גייט זעהן."
דער כלל איז גוט צום געדענקען: וכיסינו את דמו טויג נישט!
אטעטשמענטס
וכיסינו את דמו.pdf
(63.94 KiB) געווארן דאונלאודעד 157 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שטארקע רייד.

לגבי יהודה מיט די שבטים, שטייט אין די מפרשים אז נאכן אריינשליידערן יוסף אין גרוב און הערן זיינע געשרייען, האבן זיי שוין אביסל מתחרט געווען אויפן אריגינעלן הריגה פלאן, און דערפאר מסכים געווען אים צו פארקויפן.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אין ספורנו שטייט א דבר נפלא צו ערקלערן פשט אין פסוק. די סבות פארוואס מען זאל זיך נוקם זיין אין איינעם זענען צוויי-פאכיג:
1. אפצושטילען דעם כעס
2. למען ישמעו ויראו אז מיט מיר טשעפעט מען זיך נישט

זאגט זיי יהודה אזוי, "מה בצע כי נהרוג - וואס האבען מיר פון איהם הרג'ענען, אז מיר שטילען אפ דעם כעס? את אחינו - ער איז דאך אונזער ברודער און דער ווייטאג פון פארלירען א ברודער וועלן מיר סייווי האבען. וואזשע דען, למען ישמעו ויראו? וכיסינו את דמו - מיר טוהן דאך דאס באהאלטען און קיינער וועט ממילא נישט וויסען."
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

שיינער שמועס. לאמיר שרייבן א הערה.. אפפפס, איינער קוקט... ביי
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שטארקע ווערטער

ס'טאקע נישט פון די וואכעדיגע פרשה אבער ס'איז עניני יום יום
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

אנעים זמירות האט געשריבן:די שבטי י-ה האבען אריינגעווארפען יוסף הצדיק אין גרוב און האבען געפלאנט איהם צו לאזען חלילה אויסגיין דארט. האט יהודה געזאגט פאר זיינע ברידער, "מה בצע כי נהרוג את אחינו וכיסינו את דמו - וואס האבען מיר פון הרג'ענען אונזער ברודער און באהאלטען זיין בלוט-פארגאס?" מיט די ווערטער איז איהם געלונגען זיי איבערצייגען נישט צו הרג'ענען יוסף.
ר' חיים שמואלביץ זצ"ל האט געגעבן צו פארשטיין וואס איז דא געוועהן דער טענה פון יהודה אז מיט דעם האבען די שבטים חרטה געהאט אויף זייערע פריערדיגע פסק. זיי האבען דאך געהאלטען אז ער איז חייב מיתה און זיי האבען אוודאי געמיינט לשם שמים, איז וואו קומט אריין דער טענה פון מה בצע? האבען זיי דען דאס געטוהן פאר געלט?
זאגט ער אז יהודה‘ס טענה איז בעיקר געוועהן די ווערטער "וכיסינו את דמו". יהודה האט געזאגט אויב זענען זיי נישט גרייט צו הרג'ענען יוסף'ן עפענטליך איז א סימן אז זיי זענען נישט זיכער דערמיט. טאמער איז וכיסינו את דמו, מיר באהאלטען זיין טויט, איז א ראיה אז מיר דארפען דאס נישט טוהן. און די ברידער האבען טאקע אנגענומען דעם טענה און איהם ארויסגעשלעפט פון גרוב.

עס מאכט זיך אסאך מאל אז א מענטש האלט ביים עפעס טוהן און ער קלערט אז עס איז ריכטיג אזוי צו טוהן. ער האט אלערליי הסברים און תירוצים אויפצוווייזען אז אזוי מעג מען און אפשר מוז מען טוהן. דארף דער מענטש זיך אליין פרעגן איין שאלה, "וואלט איך דאס געטוהן ווען מיין רבי אדער רב זעהט מיר? וואלט איך דאס געטוהן ווען אפילו סתם אנדערע מענטשען זעהן מיר?" אויב איז דער תירוץ "ניין" איז דאס א סימן אז מען דארף עס נישט טוהן.
די סבה פארוואס פאשקעווילען זענען אזוי פארמיאוסט ביי ערליכע יודען איז ווייל זיי ווערן געשריבען בעילום השם. למשל ווען איינער האלט אז פלוני בן פלוני דארף מען מבזה זיין ברבים אויף זיינע מעשים למען ישמעו ויראו, אדער אז אויף די און די פירצה דארף מען מוחה זיין בפני קהל ועדה, דארף ער זיך פרעגן דעם זעלבען פראגע: בין איך דאס גרייט צו טוהן אפענערהייט? אויב דער מחאה-צעטל איז אזוי אויסגעהאלטען און וויכטיג, גיי איך דערויף חתמ'ענען מיין נאמען? אויב נישט, זאל ער בעסער נישט שרייבען.
(פארשטייט זיך אז נישט ווייל מען איז גרייט צו טוהן א זאך בגלוי ווערט עס מותר. די דינים פון לשון הרע ורכילות צי הלבנת פנים וכדו' גיין נאך אהן. דער חפץ חיים איז קלאר מבאר אז דער לאזונג, "איך וואלט עס איהם געזאגט אין פנים אריין..." איז קיין שום היתר אויף דיבורים אסורים. איך מיין נאר ארויסצוברענגען אויף אזוי ווייט אז ווען מען ווייסט אז מען וואלט עס זיכער נישט געזאגט "יענעם אין פנים אריין", איז כמעט ברור אז עס איז נישט אויסגעהאלטען.)

איך האב אנגעכאפט איין דוגמא, אבער די נקודה קען מען צושטעלן צו יעדער זאך. למשל ביי דיני ממונות,און א ניק אויפן וועלטל ווען איינער מאכט א פריוואטען טעלעפון אויפען חשבון פונעם בעה"ב, צי ביים צייט פונעם ארבעט, און ער האט אויף דעם טויזענט תירוצים און חשבונות פארוואס עס איז אויסגעהאלטען, דארף ער אריינקלערען צי ער וואלט דאס געטוהן אין וועזענהייט פון זיין בעה"ב.
דער עצה איז נפלאה מאוד ווייל דער טבע פון מענטשען איז זיך אליין צו נארען. שלמה המלך שרייבט אין משלי (כ"א ב') כל דרך איש ישר בעיניו - די וועגן פון א מענטש זענען אויסגעהאלטען אין זיינע אייגענע אויגען. נאר ווען מען ווייסט אז א צווייטע קוקט באקומט מען אנ'אנדערע בליק אויף די מעשים.

ר"ר מיילעך זצ"ל שרייבט אין צעטל קטן יצייר במחשבתו תמיד...כאילו איש אחד עומד סמוך לו - מען זאל זיך אפמאלען כאילו איינער שטייט נעבן אונז און מוסר'ט אונז. לכאורה, אז מען דארף זיך מילא פאָרשטעלען, פארוואס זאל מען זיך שוין נישט אפמאלען ווי דער באשעפער אליין שטייט כביכול פאר אונז? נאר הוא הדבר אשר דברנו, כלפי שמיא האט א מענטש אלע סארט תירוצים, אבער ווען ער ווייסט אז מענטשען קוקען דעמאלס פירט ער זיך גאנץ אנדערש.
רבי יוחנן בן זכאי, איידער ער איז נפטר געווארען האט ער געוואונטשען זיינע תלמידים אז זיי זאלען מורא האבען פונעם באשעפער פונקט ווי זיי האבען מורא פון מענטשען. האבען זיי איהם געפרעגט, "עד כאן - נאר אזויפיהל און נישט מער?"
האט ער גענטפערט, "הלואי כאטש אזויפיהל! ווען א מענטש גייט טוהן אנ'עבירה זארגט ער זיך נאר אז מענטשען זאלען איהם נישט זעהן. כאטש ער ווייסט אז דער באשעפער זעט אלעס דאך האלט איהם נאר אפ דער פחד אז א מענטש גייט זעהן."
דער כלל איז גוט צום געדענקען: וכיסינו את דמו טויג נישט!
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”