בלאט 1 פון 1

כ'האב עים געוואלט זאגן...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 29, 2012 9:43 pm
דורך מכה בדופן
דער באקאנטער יאוויש (Jewish בלע"ז) קאמיקער יענקל מעזע טענה'ט אז יעדער יוד אין דעם לאנד (מסתמא אין אנדערע לענדער אויך, כ'מיין דער ווערטל שטימט אויף אלע) האט זיך שוין 'כמעט' געשלאגן. ווען א יוד פארציילט ווי ער האט געהאט צוטאן מיט א שחור אדער א לבן (אדער נקודים, ברודים, גלידים...עפעס אזוי - יו געט דעי פוינט) זאגט ער ד'זעלבע זאך "ווען ער (דער שחור\לבן\עקודים\וכו'\וכו') וואלט געזאגט נאך איין ווארט וואלט איך עים דערלאנגט אזוינע מכות".
וואס איז דער איין ווארט וואס יעדער ווארט דערויף? קיינער ווייסט נישט!

פארוואס האבעך מיך דערמאנט פון דעי דזשאוק? היינט ביי מנחה מעריב האבעך מיטגעהאלטן א שמועס צווישען א מיטל יעריגע יוד וואס הייסט חיים* און זיין חבר שמואל* (אביסל יונגער פון חיים - זיין בכור גייט בר מצוה האבן אין פינף חדשים בל"נ ובשעטו"מ). ס'ז געגאנגן בערך אזוי:

חיים: וואס הערט זיך?

שמואל: די נארישע קשיות איז נישט אינטרעסאנט פארן ארטיקל, לעטס געט טו דע פוינט. מיין קאו-ארבעטער (כ'מיין נישט מיינס נאר אזוי הייסט עס) ירוחם*...

חיים: ירוחם?

שמואל: יא כאדעך שוין פארציילט וועגן עים. ער האט דזשאסט אנגעפאנגן ארבעטן* ביי אונז זעקס וואכן צוריק. עניוועי, ער קומט מיר נעכטן זאגן ס'ז עים איינגעפאלן א נייע וועג וויאזוי צו סטעקן די שעלווס. כאבעם געוואלט זאגן ר' יוד ביזט נאך ניי אין דעם דזשאב! טייל נישט איין קיין דעות! אונז האבן א גוטע וועג וואס ארבעט שוין יארן לאנג.

חיים: איי העיט איט ווען דעט העפענס. מיין (כ'מיין נישט מיינס - יו געט דע פוינט) באס (פון דער ארבעט, נישט דער געלע) רופט מיר אריין פאריגע וואך און זאגט מיר ער וויל נישט כ'זאל אהיים גיין פרי אויף דינסטאג פאר דער רבי'ס חתונה. כאבעם געוואלט זאגן דזשאסט ווייל ענק האלטן נישט פון ענקערע רבי און דו האסט פארגעסן וואס מיינט מיטצוהאלטן א רבישע חתונה מיינט נאכנישט יעדער'ז אזוי (ער באלאנגט צו דער 'אנדערע' זייט, אין קעיס דו האסט נישט געגעסט).

שמואל: ווער איז דיין באס? אה עים, כ'קען עם. הי מעיקס מי סאו מעד ווען כ'זע עם. אלעמאל איז ער צו באדאסט אדער ב'גדול'ט מיך צו באגריסן. צוויי וואכן צוריק בינעך עים דורכגעגאנגן און כאבעם געוואלט זאגן דזשאסט ווייל דו האסט א פאר דאלער מיינט נאכנישט דו מוזט האלטען דער קאפ אין דער הייעך. דער וועלט דרייט זיך נישט ארום דיר.

חיים: כ'זאג דיר דר'אמת כאבעם שוין אסאך מאל געוואלט זאגן אז כ'בין נישט זיין עבד כנעני און אויך נישט זיין עבד עברי. ער מיינט ביקאז ער צאלט מיינע וועידזשעס אואנד ער מיך. יו נאו וואט, דער ארגסטע זאך איז ער'ז נאך א פרומער אויך.

שמואל: טעל מי עבאוט איט. יעדער שבת האבעך צו טוהן מיט עים. ער רוקט זיך אן ביי די הללוקה'ס מיט די נאסע פיאות און נעמט זיך שושקען אויף תולה ארץ. מיילע ווען ער טוט עס ביי זיין אייגענע פלאץ איי דאונט קעיר, באט ער קומט ארויס צום קאווע שטיבל און מאכט נאך אזא נא נא מיט די פארגלייזטע אויגען... כאבעם שוין אסאך מאל געוואלט זאגן אויב דו ווילסט זיין א פרומער קום אביסל פריער...

חיים: און וואס זאגסטו וועגן ר' *******? גאנץ קבלת שבת איז ער פארנומען צו שרייען...לעצטענס האט ער נאך דער משוגעת אז ער פארמאכט ספרים ווען מענטשן לערנען ביי לכה דודי. דער פרייטאג צו נאכטס האבעך עים געוואלט זאגן גיי זיי מחנך דיין יצחק*. ער'ז נאך דער גרעסטע קופקע פירער פון זיי אלע...


און אזוי האבן די צוויי ממשיך געווען צו דיסקאסען וואס זיי האבן געוואלט זאגן פאר דעם און פאר יענעם, און איך שטיי אינדערזייט און פלאץ! (נישט אויפען פלאץ נאר כ'האב געפלאצט - יו געט דע פוינט).

געוואלד געשריגן, הו קעירס וואס דו האסט געוואלט זאגן? אדער האסט דער גאטס צו זאגן וואס דו ווילסט אדער שלינג אראפ און פלוידער נישט! אז דו ווילסט זאגן זאג און אז נישט גיי נישט ארום שפעטער דערציילן וואס דו האסט געוואלט זאגן!

גלייבטס מיר כ'האב געוואלט צו גיין צו די ביידע און זיי גוט אריינפליקן איינמאל פאר אלעמאל זיי זאלן אויפהערן מיט דעם כאבעם געוואלט זאגן נאר כאנישט געהאט די גאטס...


נ.ב. נעקסט טיים עלעך זיי הייסן טשעקן דעם אשכול.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 29, 2012 11:14 pm
דורך אנעים זמירות
כא כא כא. פונקט היינט האט מיר איינער פארציילט וואס ער האט געוואלט זאגען... איך האב איהם געוואלט זאגען אז ס'ז נישט אינטרעסאנט וואס ער האט געוואלט זאגען.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 30, 2012 10:16 am
דורך גלייכגילטיג
האסט געליינט וואס מכה האט געשריבן?

כ'האב אים געוואלט זאגן: אז ער זאגט א גוטע פוינט!

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 30, 2012 10:44 am
דורך מאנ-יימער
מכה כ'האב דיר "געוואלט" עפעס זאגן אבער איך האב נישט די גאטס, סיווי ווילסטו נישט הערן וואס איך האב דיר "געוואלט" זאגן און למעשה נישט געזאגט ממילא העלעך דיר עס נישט זאגן,
נאך א סיבה איז ווייל אויב זאג איך דיר עס יא איז עס מער נישט עפעס וואס איך האב דיר "געוואלט" זאגן און איך וויל ס'זאל יא זיין וואס איך האב דיר "געוואלט" זאגן ווייל דאס קען ברענגן נאך אן ארטיקל פון דיר
כ'גלייב דו ווייסט וואס איך וויל דיר זאגן.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 30, 2012 11:22 am
דורך ווינקל
איי איז דא ווארער פינטל...

וואס זענען די אלע * אינמיטן? זאכן וואס האסט נאכנישט געהאט גאטס צו שרייבן?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 30, 2012 11:23 am
דורך שנאפס
איך וויל אויסקוועטשן א גרויסן ישר כח פאר א מכה פארן וועלן שרייבן די ארטיקל

--

ווינקל, ליין זיין ערשטער ארטיקל וויזוי ער "וויל" פארלירן וואג

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 30, 2012 11:25 am
דורך ווינקל
שנאפס האט געשריבן:ווינקל, ליין זיין ערשטער ארטיקל וויזוי ער "וויל" פארלירן וואג

אקעי, ווען כ'וועל האבן צייט אי"ה.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 30, 2012 12:40 pm
דורך זאלץוואסער
איך וועל דיר יא זאגן וואס איך וויל זאגן.

איך האב געהערט בערך די זעלבע שמועס, שוין הונדערטער מאל... איינמאל אבער איז עס געווען די אינטערסאנטסטע פון אלע, ומעשה שהי' כך הי'.

יענקל: (נאך א לאנגע דין ודברים) איך האב אים געוואלט אראפ לאזן אזא פראסק אז אלע ציינער זאלן שפאצירן פער צוויי אין די ליע עוו שטראסע.
משה: נעע! נישט אזוי שארף! די מיינסט עמעסדיג? אלע ציינער
יענקל: קען זיין עפעס איז נאך געבליבן, אבער כמעט אלע זיכער!
משה: וויאזוי האט ער דיך אזוי אויפגערעגט? איך מיין עפטער אלל אלע ציינער צו פארלירן איז נישט קיין קליינגקייט
יענקל: זייער פשוט! איך האב מיך בעיקר גערעגט ווייל ער האט מיר געוואלט אריינזאגן אז....

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 01, 2012 10:34 pm
דורך מכה בדופן
שנאפס האט געשריבן:איך וויל אויסקוועטשן א גרויסן ישר כח פאר א מכה פארן וועלן שרייבן די ארטיקל

--

ווינקל, ליין זיין ערשטער ארטיקל וויזוי ער "וויל" פארלירן וואג


די שטערנדלעך זענען אינ'ם דריטן חלק פון די מיטמאכעניש.
viewtopic.php?f=3&t=18604

שיינם דאנק פאר די קאמענטירער.