מיינע מיטמאכעניש אפצונעמען וואג חלק ד'
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 26, 2012 2:13 pm
אין חלק ג' האבעך פארשפראכען צו באשרייבען דעם שיעור פון 'דאקטאר' ווידער*. כ'האב לאנג נישט געהערט אזויפיל שטותים אריינגעשטופט אין איין שעה. באט פארוואס זאלעך אפלאכן דאקטאר ווידער* אז ער זאגט דאך גארנישט קיין אייגענס. אלעס זאגט ער נאך בשם יש אומרים - 'זיי זאגן'.
[לאמעך איבערהאקן זיך אפצורעדן: וואס איז דאס מיט אונזערע יודעלעך? זעמיר פשוט אזעלכע גרויסע מאמינים אז מיר גלייבען יעדער נארישקייט און שטות וואס עניוואן זאגט? אפגערעדט טאמער 'זיי' זאגן איז דאך בלי ספק אז ס'ז אמת. און ווער רעדט נאך אויב ס'ז שטייט אויף א וועבסייט איזעס דאך תורת משה.]
כ'וועל נאר אפשרייבן צוויי דריי פערל ווערטער מ'זאל וויסען במה דברים אמורים.
כ'האב נישט פונטקליך געקוואוט ווארט ביי ווארט באט בערך אזוי האט דער דאקטאר* מחדש געווען. בקיצור 'זיי' זאגען אז צו פארברענען די קעלאריס פון איין קוקי מוז מען גיין צופיס פון ניו יארק ביז ניו דזשערזי (אדער פון מאנסי ביז מאנראו, כ'געדענק נישט עקזעקטלי). און דאס איז נאר ביי אן עסטרייכער קוקי. טאמער עסט מען א בלעק ענד ווייט קוקי מוז מען שוין שפאצירן פון דער איסט קאוסט ביז צום וועסט קאוסט. אן די ברייט סייד, וועט מען כאטש זיין אין קעליפארניע...
אקעי דעיס שטערט מיך נישט אזוי פיל ווייל עניוועיס איז דער איינציגסטע עקסערזייס וואס כ'מאך: שיפטינג דע בלעים, פושינג מיי לאק און דזשאמפינג טו קאנקלוזשענס.
אזוי זאגן 'זיי'. דא האט דער דאקטאר* דעמאנסטרעיטעד וויאזוי מען זאל אטעמען. קודם אריינציען וויפיל ס'גייט און עס האלטען צען סקונדעס. דערנאך ארויסאטעמען עז סלאולי עז פאסיבעל.
כ'הער אויפן סידי ווי ער אטעמט אריין און אריין און אריין און אריין אפשר פיר מינוט...כ'האב שוין געוואלט רופן הצלה. ביז כ'האב באמערקט אז דער סידי איז סטאק!
פון היינטמאל אן גיי איך פאסטן אויך י"א תשרי משום ספיקא דיומא. כ'וועל נאר מוזען געדענקען צו אטעמען.
עקטשעלי איך מיין פון היינט גיי איך שוין מער נישט עסן עט אלל (מיין קעשענע וועט זיכער פארדינען דערפון), ווייל עז לאנג עז איך אטעם פראפערלי דארף איך נישט עסן. כ'האב געפרעגט א דאקטאר אויס ס'ז א גוטע עצה און ער האט מיר געזאגט אז ער קען אסאך מענטשן וואס האבן סארווייוד אן עסן אבער עז סון עז זיי האבן אויפגעהערט אטעמען זענען זיי געשטארבן. סאמטינג לייק דעט.
דער דאקטאר לייגט צו אז 'איך רוף עס קארטאפל טעג נישט צו דערשרעקן די דייעטערס' באט בעיסיקלי זאל מען פאסטן א גאנצע טאג נאר טרונקן וואסער (און אטעמען). מ'קען אזוי גיין א גאנצע יאר א ס'שאט נישט (עז לאנג עז מ'אטעמט...).
באט אויב מ'וויל יא עפעס עסן מוז מען קויפען...
ווייל זיי זענען געמאכט פון וואסער. און לופט. און קאסטן נאר $8.95 פאר איינס. (איין לעפל. כ'מיין ס'הייסט איין קוגל באט ס'קומט אויס איין לעפל.)
[פאר איך פארגעס, פארן דייעט עדווייס אליין נעמט ער $500, ווייל אנדערש נעמען מענטשן עס נישט גענוג ערנסט.]
כ'האב אויסגעהערט און זיך גערעגט וויאזוי מ'קען פארקויפן אזויפיל שטותים (און כ'מיין טאקע פארקויפן פאר גרויסע געלטער). נעקסטע טאג האבעך געטראפן מיין חבר* בערל* און עים גוט אריינגעזאגט פאר מיך געבן דעם סידי. ער האט מיר בארואיגט און געזאגט כ'זאל עס אויספראבירן. כ'האב עים אנגעקוקט ווי פון קאפ געפאלן. "דו ווילסט איך זאל נאר טרונקן וואסער און אטעמען שטַייט, און פאר יעדע קוקי זאלעך שפאצירן פון וויליאמסבורג ביז ווער ווייסט? זאג נאר ביזט אינגאנצן פארריקט?"
בערל* האט מיר אבער געפושט אז כ'מוז עס פראבירן סאו פאר א וואך האבעך געפאסט און נאר געטרונקן וואסער. (כאפטס מיר נישט ביים ווארט, א פאר מאל איזעס געווען א מילק שעיק.)
אקעי נישט ממש געפאסט (לעטס פוט איט דיס וועי - כ'בין שוין שולדיג עט ליסט 40 מאל שפאצירן פון מעקסיקא ביז עלעסקע), באט מער ווייניגער האבעך געטרייד צו טרונקן אנשטאטס עסן און אטעמען אנשטאטס עסן (עז איף פריער האבעך נישט געאטעמט).
כ'מוז מודה זיין אז ס'האט געארבעט ווייל כ'בין טאקע אפגעפאלען 28* פונט. ס'ז געגאנגען אזוי ווייט אז כ'האב באקומען א פאון קאאל פון מפעל הלבשה* אז זיי האבען געהערט כ'האב אפגענומען וואג און כ'וועל אודאי ברויכן קויפן נייע קליידער, אויב כ'קען מנדב זיין מיינע אלטע קליידער פאר ארימלייט אין ארץ ישראל. האבעך גענטפערט אז אויב מיין רעקל איז זיין סייז קען ער נישט זיין קיין ארימאן!
נ.ב. כ'ווייס ס'ז נישט אזוי פאני ווי די אנדערע באט אזוי גייט עס ווען מען נעמט אפ וואג...

1. מ'קען נישט אפנעמען וואג דורך עקסערסייזען ווייל מ'מוז מאכן טויזענטע שעות צו פארברענען זיבן קעלאריס.
כ'האב נישט פונטקליך געקוואוט ווארט ביי ווארט באט בערך אזוי האט דער דאקטאר* מחדש געווען. בקיצור 'זיי' זאגען אז צו פארברענען די קעלאריס פון איין קוקי מוז מען גיין צופיס פון ניו יארק ביז ניו דזשערזי (אדער פון מאנסי ביז מאנראו, כ'געדענק נישט עקזעקטלי). און דאס איז נאר ביי אן עסטרייכער קוקי. טאמער עסט מען א בלעק ענד ווייט קוקי מוז מען שוין שפאצירן פון דער איסט קאוסט ביז צום וועסט קאוסט. אן די ברייט סייד, וועט מען כאטש זיין אין קעליפארניע...
אקעי דעיס שטערט מיך נישט אזוי פיל ווייל עניוועיס איז דער איינציגסטע עקסערזייס וואס כ'מאך: שיפטינג דע בלעים, פושינג מיי לאק און דזשאמפינג טו קאנקלוזשענס.
2. אויב מען ווייסט וויאזוי צו אטעמען גוט גייט אוועק דער גאנצע הונגער.
אזוי זאגן 'זיי'. דא האט דער דאקטאר* דעמאנסטרעיטעד וויאזוי מען זאל אטעמען. קודם אריינציען וויפיל ס'גייט און עס האלטען צען סקונדעס. דערנאך ארויסאטעמען עז סלאולי עז פאסיבעל.
כ'הער אויפן סידי ווי ער אטעמט אריין און אריין און אריין און אריין אפשר פיר מינוט...כ'האב שוין געוואלט רופן הצלה. ביז כ'האב באמערקט אז דער סידי איז סטאק!
פון היינטמאל אן גיי איך פאסטן אויך י"א תשרי משום ספיקא דיומא. כ'וועל נאר מוזען געדענקען צו אטעמען.
עקטשעלי איך מיין פון היינט גיי איך שוין מער נישט עסן עט אלל (מיין קעשענע וועט זיכער פארדינען דערפון), ווייל עז לאנג עז איך אטעם פראפערלי דארף איך נישט עסן. כ'האב געפרעגט א דאקטאר אויס ס'ז א גוטע עצה און ער האט מיר געזאגט אז ער קען אסאך מענטשן וואס האבן סארווייוד אן עסן אבער עז סון עז זיי האבן אויפגעהערט אטעמען זענען זיי געשטארבן. סאמטינג לייק דעט.
3. אויב איין טאג עסט מען צופיל קען מען משלים זיין מיט 'וואסער טעג'.
דער דאקטאר לייגט צו אז 'איך רוף עס קארטאפל טעג נישט צו דערשרעקן די דייעטערס' באט בעיסיקלי זאל מען פאסטן א גאנצע טאג נאר טרונקן וואסער (און אטעמען). מ'קען אזוי גיין א גאנצע יאר א ס'שאט נישט (עז לאנג עז מ'אטעמט...).
באט אויב מ'וויל יא עפעס עסן מוז מען קויפען...
4. פאר דער וואס וויל עסן האבן מיר ספעציעלע קוגלך וואס לייגן נישט צו קיין קעלאריס.