האללא! אפשר ווערסטו מיין פרענד? פארגעט איט!...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4461
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

האללא! אפשר ווערסטו מיין פרענד? פארגעט איט!...

תגובהדורך פליגל » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 12:28 pm

שוין געזען אמאל איינעם איינלאדענען אויף א קידוש און ווען יענער קומט אן זאגט ער יענעם הער איין כ'ווייס נישט צי זו זאלסט אריינקומען דא, ווער איז דיין טאטע נאר? אהא! און ווער איז דיין מחותן? וויפיל העמעדער האט איר? איר פארמאגט אפשר אן אייגענעם סוכה? און וואס טיצעך מיט דיין חברותא? אקעי, כ'זעי שוין, גיי אין פאליש און קוק דארט אויפן וואנט וועט שטיין א צעטיל אויב דו קענסט אריינקומען צים קידוש.

גייט ער צום פאליש און טרעפט א צעטיל שטיין דארט אז ער קען נישט אריינקומען צום קידוש, נאך מער! אויב ווילסטו וויסן פ"וו? דאן גיי ארויף צום ווייבער שול ביי מזרחית צפונית העכערן ספרים שאנק וועט שטיין פ"וו נישט.

ארלעדיגט, קודם איז שוין טינקל דארט, אבער ניש-קשה די זון זיינט אריין פונעם סקיילייט העכערן מעריב זייט אריינגאנג, קומט שוין אן העכערן שאנק און וויל נעמעםן ס'צעטיל שטייט דארט א טירל מיט א שלאס און ווארנט אים אז פארן אויפמאכן מיז ער מסכים זיין אז מ'זאל קענען צוקומען צי זיין לאקער אינטן נעבן זי מקוה, מסכים? דריי דעם שלאס! מאכט ער אויף זעט ער שטיין דארט א טאוועל "אנטשולדיגט אבער אייער סכום פון העמעדער איז צי ווייניג אז מיר זאלן אייך ערלויבן צי עסן ביים קידוש" היצט גיי אהיים.

צוויי וואכן שפעטער; עודך אן איינלאדענונג פונעם זעלבען שמויגער! קום כ'וויל זיין דיין פרענד, קום צים קידוש און ס'עט זיין פיינע סחורה, גאללע, הערינג, סאללאמי, שטיגליץ, טשולענט מיט בהמה פלייש, עפל, מעיל, לאקשן, פאטעיטא קוגלעך, ברויכסט נאר קומען, דעץ איט וואט איט טעיקס! אונזער חכם גייט נאכאמאל אהין און זאל'ך איבערשרייבן די גאנצע זאך נאכאמאל? כ'האלט נישט דערביי, דזשאסט גיי מאך קאפי/פעיסט טויש אפאר קליינליכע דעטעילס וכדו' און בעסיקלי די סטארי איז די סעים. דיין מחותן'ס טאטע איז געגאנגען נאכן קריג מיט א היט שבת, דו קענסט נישט עסן ביי די קידוש.

סאונד קאקא? אבער דאס האט אמעריקען עקספרעסס געטאהן מיט מיר שוין נישט ס'ערשטע מאל... זאל'ך איבערשרייבן די מעשה? מאך קאפי/פעיסט און טויש די קליינע חילוקים אבער אזוי גייטט'ס מיט זיי.

שיקן מיר אן אפפער שוין נאכן איגנארירן 183 מאל, אבער כמאמר החכם: אינארירן מיינט נישט קאפיטולירן, האבן זיי געשיקט נאך איינס, מיין חבר זאגט מיר דאס מאל איז'ס א גוטס און זיי גייען דיר אפראווען! (יוש... דער האט מיר געפאקט מיטן ניק, כ'ווארן דיר!) שוין, כ'קאל זיי אן פרעגן מיר אויס בערך 1,068 קשיות, צום סוף? גייסט באקומען אן אימעיל אויב ביסט אפראווד.

כ'מאך אויף די אימעיל, די באקאנטע פראזע פון "יאר אפפליקעישאן העד ביען דינייד" פאר מער דרוק דא, שיקט'ס מיר אין בוידעם אריין, פארלאנגט גאר פון מיר איך זאל זיך צישטעלן צום קאפריז כדי געוואויר צי ווערן אז? "נישט גענוג קרעדיט צי ווערן אקצעפטירט".

עטס קענטס מיר זאגן וואס עטס ווילטס פון מיין לעבן האבן? וואס שיקט עטס מיר אפער ווען עטס האלטס ביים לאכן פון מיר? פארדעם ברויך איך לייגן מיינע באקסעס אין ריסייקלינג כדי עטס זאלטס מיר שיקן אפפערס און מיך אויסלאכן? גייטס מאכטס משוגע ענקער באבע און שאקעלטס ענק אפ פון מיר!

פארשטאנען?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 12:37 pm

פארשטאנען? שוין איינמאל, שוין לאנג נישט געזען א נמשל וואס זאל האבן אזא פאסיגע משל

נעקסטיים פרעגט מען וויכי וועלכע און וויפיל העמעדער אנצוטוהן...

;l;p- ;l;p-
און :cry: פאר מיטלייד
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 1:59 pm

גוט.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 2:15 pm

און אבער נאך ווי פארשטאנען!

ווען דער נער איז ווען נישט מיינער וואלט איך מער געלאכט... יענץ געלעכטער, א באנדע לצים און רש... וואס זיי זענען.

פליגל, אפליי דיין אוואטאר.

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 3:12 pm

איך וויל נאך אלץ זיין דיין פרענד - איך גיי פרובירן נאכאמאל...
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 4:47 pm

פיין געווען אבער געב נישט אויף
http://millionmilesecrets.com/2011/08/1 ... ideration/

1. American Express Credit Card Reconsideration

866-314-0237 – reconsideration
877-399-3083/866-379-3643 – new accounts
800 230 1284 – credit services
800 582 6471 – new accounts/reconsideration, but agents don’t usually process applications immediately.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 5:52 pm

יו, ביזטו גערעכט, ס'איז אומדערהערט. איך האב אויך לעצטענס מיטגעמאכט די זעלבע.

די צרה איז נאך מער, אז צו אפלייען פאר א קרעדיט קארד, דאס זעלבסט שאדט פארן קרעדיט, און זיי האבן נאך די חוצפה צו שרייבן אז די סבה פונעם דיקליינען איז ווייל איך האב לעצטענס צופיל מאל פרובירט צו אפלייען פאר א קארטל!
היפאקריטסווע בתפארתו!

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4461
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 7:54 pm

שלעפשיץ האט געשריבן:איך וויל נאך אלץ זיין דיין פרענד - איך גיי פרובירן נאכאמאל...

חחח...
שלעפשיץ, כ'זע דו פארשטייסט יא אויפן וואונק די המשך פון די מעשה.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 8:58 pm

;l;p-
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 9:06 pm

חח פליגל. א זיסע איידיע פון זיך אויסדרוקן.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 20, 2012 1:32 am

נישט לאנג צוריק האבעך געהאט גאר א ענליכע מעשה מיט דיסקאווער, ס'איז געווען א וואך נאכן אפראווד ווערן אויף א גרויסן מארטגידזש, און האבענדיג באקומען 50 אזעלעכע אפפערס, האבעך אריינגעקאלט פאר א פערסענעל לאון פון 50K, און זיי האבן געזאגט אז איך בין נישט אפראווד...

פארוואס זאגעכעס? איך וויל פשוט דער עולם זאל עפרישיעיטן... איך האב געהאט אזא מעשה, און פליגל האט געהאט... די חילוק איז ער האט געשריבן א הערליכע זאך, א מעכטיגע איידיע וויזוי ארויסצוברענגען דעם קאנצעפט, און איך...

פליגל, טענקס, כאב שטארק הנאה געהאט און געשמייכעלט ווען כאב אנגעפאנגן צו ליינען דעם נמשל און געכאפט וואס די רעדע איז דא... טענקס עגען...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דינסטאג נובעמבער 20, 2012 12:22 pm

האבעך פריער געמאכט א פאון קאל צו אמעריקען און זיי פארגעהאלטן היתכן זיי טוען דאס פאר אונזער פליגעלע.
זאגן זיי אז עטליכע אחראים פון אייוועלט האבן זיי פארציילט אז מען האט שוין לאנג נישט געהאט עפעס א גוטן משל פון פליגל, צו זיי קענען עפעס ארויסהעלפן.
ועשו מה שעשו ויצא העגל הזה.
ס'צעך אלעס געלוינט!...
אזא משל? אפילו אנעם נמשל צוגייט מען פאר זיסקייט, על אחת כמה וכמה מיטן צוגעפאסטן נמשל!

פליגל, יו מעיד מיי דעי! ;l;p- ;l;p-
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4461
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג נובעמבער 20, 2012 3:55 pm

שמעק, נעקסטיים דו טרעפסט אן איינע פון די אחראים שיק'ם א בייס אין מיין נאמען, כ'על דיר'ס העכסענס אפגעבן.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » דינסטאג נובעמבער 20, 2012 4:18 pm

שמעק_טאביק האט געשריבן:האבעך פריער געמאכט א פאון קאל צו אמעריקען און זיי פארגעהאלטן היתכן זיי טוען דאס פאר אונזער פליגעלע.
זאגן זיי אז עטליכע אחראים פון אייוועלט האבן זיי פארציילט אז מען האט שוין לאנג נישט געהאט עפעס א גוטן משל פון פליגל, צו זיי קענען עפעס ארויסהעלפן.
ועשו מה שעשו ויצא העגל הזה.
ס'צעך אלעס געלוינט!...
אזא משל? אפילו אנעם נמשל צוגייט מען פאר זיסקייט, על אחת כמה וכמה מיטן צוגעפאסטן נמשל!

פליגל, יו מעיד מיי דעי! ;l;p- ;l;p-


איך בין זיך מצטרף'ס מיט שמעקס קאמפלימענט, אבער עס באדערט מיר נאכאלץ, די חוצפה פון אמעריקען, מיר האבן זיי געטוהן די זעלבע זאך

ווי אויך אויף מיין טיש ליגט יעצט א סיטי קארטל אפפער און איך האב די זעלבע פראבלעם
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך נובעמבער 21, 2012 4:57 pm

כ'לאך און כ'לאך, און די איבריגע מאך קאפי/פעיסט....

ביסט דאך אזוי גוט!

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2012 6:10 am

א שיינס!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4461
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 7:24 am

מיין חבר (נע.. נישט דוקא, ער זאגט אז ער איז) האט מיך נאכאמאל געלאדענט צי קידוש, כ'מיין כ'על'ס איגנארירן דאס מאל,

הע? וואס זאגסטו?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 8:24 am

פרעג שויתי'ניק....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » זונטאג דעצמבער 09, 2012 9:54 pm

וואס איז דיין פראבלעם? אז דו ביזט זיין חבר און דו ענדזשויעסט זיין געגנווארט קענסטו דאך גיין, און אז נישט, קענסטו דאך ווערן גוט מיט א איד וואס וויל זיין גוט מיט דיר.
פאר א נויט איז שערי תירוצים לא ננעלו... והבן
שויתי השם לנגדי תמיד


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Of course און 18 געסט