מיינע מיטמאכעניש אפצונעמען וואג חלק ג'
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2012 3:47 pm
היינט נאכן דאווענען האמיר געהאט א קידוש. ווער געט קידוש אויף זונטאג? הער איך ווי איר פרעגט. נע ס'ז באמת געווען תיקון באט ווען ר' ליפא* געב תיקון איז געגעבן.
(*אלע נעמען מיט שטערנדלעך זענען פאלשע.)
כ'דאווען בעצם אין א גאליציאנער* שטיבל ווי ס'דאווענען עלטערע גאליציאנער יודן. ווען זיי האבן יארצייט זענען זיי יוצא דעם תיקון מיט זיבן שטיקלך קוכן וואס זענען הארט ווי א שטיין (נישט אומזיסט הייסט עס מארבל קעיק בלע"ז), און דריי פערטל פלאש בראנפן. מ'שטיינס געזאגט בראנפן, נאך יעדער יארצייט גיסט מען אריין וואסער אינם פלעשל ביז ס'ווערט צוריק דריי פערטל פול און דאס נוצט מען פארן קומנדיגען יארצייט. איי אויב מ'גיסט ממילא וואסער פארוואס נישט ביז אויבן? כאדעך געזאגט מ'רעדט פון גאליציאנער...
אזוי זען אויס אלע יארצייטן אויסער ווען ר' ליפא* האט יארצייט. ערעב ליפא* איז אן עכט אונגארישער יודל געבארען ממש אויפן גרעניץ, זיך געדרייט ביי ר' ישעי'לע קערעסטירער, איבערגעלעבט בערגן בעלזן און איז כמעט געווען אויפן באן מיטן רבינו הקדוש זי"ע. פרעגטס מיר נישט פארוואס באט עפעס איז עים געפאלן מיין שטיבל און ער דאווענט דארט. (ס'ז נישט ממש מיין שטיבעל, כ'מיין דארט וואו איך דאוון.) [ס'ז נישט ממש געדאווענט כ'מיין געזאגט די ווערטער.] (ס'ז נישט ממש געזאגט אלע ווערטער נאר ווען כ'קום פרי.) [ס'ז נישט ממש פרי...יו געט דע פיקטשער.]
בקיצור היינט צופרי (ס'ז נישט ממש געווען צופרי כנ"ל) האט ערעב ליפא* געהאט יארצייט. און ווען ער האט יארצייט טיילט ער ס'זאל זיין לשובע ולא לרזון. טייערע בראנפן, טעצער לקח, שיסלך אייערקיכלעך, פושקעס הערינג ועוד ידו נטויה.
געווענליך ווען ר' ליפא האט יארצייט זעץ איך מיר צום טיש און כ'בין דארט א גאנצע מחותן. נישט אזוי ווייט וועגן די קעיק אר כ'האב ליעב צו שמועסן מיט ר' ליפא*. כ'קען דארט אפזיצן רואיגערהייט פון בעפאר דער סוף זמן תפילה ביז נאך חצות און שמועסן וועגן זיין טאטע, און אזוי נישט מיר נישט דיר אריינרוקן א קידוש במקום סעודה.
היינט איז אבער געוועהן אנדערש ביקאז כ'בין דאך אויף א שטרענגער דייעט און כ'טאר אפילו נישט קוקן אויף קעיק. כ'האב נישט געוואלט צוקומען לידי נסיון האבעך גענומען צוויי שטיקלך קעיק צו מיין פלאץ און דארט געגעסן (כ'קען דאך נישט אינגאנצען באליידיגן ר' ליפא*). דערנאך האבעך מיר בארעכענט אז צוויי איז זוגות האבעך גענומען נאך איינס.
וואס זאגט איר? איר זענט דארט געווען? שוין האסט מיר געכאפט ביים ווארט, כ'בין צוריקגעגאנגן א צווייטע מאל נעמען נאך א שטיקעל. שפעטער האבעך געקלערט אז צוויי מאל גיין איז זוגות בינעך געגאנגען א דריטע מאל... באט דעטס איט.
אויפן וועג ארויס פון שול הער איך ווי איינער שרייט "מכה*. מכה בדופן*."
כ'געב א קוק און כ'זעה ס'ז מיין חבר בערל*. [כ'זאג חבר...בעסער געזאגט דר'ערשטע טאג אין ישיבה גדולה האט ער זיך געזעצט ביי מיין טיש און זייט דעמאלס קלעבט ער צו מיר ווי א שטיקל ביה"כ פאפיר אויפן שוך. אונז קע'מער אלע אזא 'בערל'. אויב טראכט איר "איין מינוט, כ'קען נישט קיינער אזוי", זענט איר דעם 'בערל'.]
כ'דריי מיר אויס צו עים הערן וואס ער וויל און בשעת מעשה טאפ איך דער קעשענע מיטן אנדערע האנט (אינם ערשטן האנט האב איך געהאט דריי שטיקלך קעיק פאר 'שפעטער'), זוכענדיג מיין סעל פאון כ'זאל מיר קענען מאכן ווי כ'האב א וויכטיגע קאאל.
"וואס איז מיט דיר געשען היינט?" פרעגט ער, "געווענליך זיצטו אפ ביים קידוש א צוויי דריי שעה."
"גלייב מיר כ'קען אויך באשטיין באט יעצט בינעך אויף א דייעט."
"א דייעט מאכט גראב" ווארענט ער מיט שפאס. "הא ראיה אלע מענטשען וואס זענען אויף דייעטס זענען גראב."
"כא כא כא" האבעך מיר צולאכט. דר'אמת געזאגט דער דזשאוק איז שוין אלט (און אפילו יונגערהייט איז עס נישט געווען אזוי פאני) אבער כאמעך דערמאנט אז כ'האב געזען אין אייוועלט אז לאכען מאכט אפנעמןען וואג.
בערל* קוקט מיר אן מיט א באליידיגטער מינע "וואס לאכסטו מיר אויס?"
סעמיר גוט. איך האב געמיינט ער מאכט א דזשאוק אויף דערווייל מייננט ער עס גאנץ ערנסט. "וואס הייסט א דייעט מאכט גראב? פון וואו נעמטסו אזעלכע נארישקייטן?"
"כ'האב פונקט לעצטע וואך געהערט א שיעור פון דר. ווידער* און ער ווייז אויף אז ס'ז אזוי."
דא בינעך געווארען זייער נייגעריג*. "דר. ווידער*? ער איז א דאקטאר? וואו איז זיין אפיס?"
"ער איז נישט ממש א דאקטאר..." ערקלערט מיין חבר*.
"וואס הייסט 'נישט ממש'? אדער יא אדער נישט? ס'קומט מיר פאר ווי מיין זין ווען איך פרעג עים צו ער האט באקומען הונדערט אויפן טעסט און ער זאג מיר 'נישט ממש הונדערט' (53%), אדער ווען מיין ווייב זאגט מיר דער קוגל איז 'נישט ממש גרייט' מיינט עס זי שיילט יעצט די קארטאפל. סאו וואס זענען דר. ווידער*'ס קוואליפיקעשאנס צו רעדן וועגן דייעט?"
בערל* איז געווארען דעפענסיוו. "וואס ווילסטו פון מיר? איך געב דיר דעם סידי און דו קענסט אליין אויסהערן."
אמור ועושה, ער האט מיר געבארגט דער סידי און כאבעס אהיים גענומען. מיטן חשבון אז היינט ביינאכט וועלעך האבן צייט אויסצוהערן. דערווייל האבעך מיר געקויפט א גרויסע בעג פאפקארן און א פלאש דייעט קאוק, כ'זאל האבן וואס צו נאשן בשעת'ן אויסהערן. מערצעשעם און בלינדר וואנס כ'האב עס גוט אויסגעהערט וועלעך דא שרייבן מיינע נאטיצן.
דעטס איט פאר נאו, און טאמער איינער וויל הערן א סידי פון דר. ווידער* זאל ער קומען היינט נאכט צו 131 בעדפארד*, באט ער זאל פליז מיטברענגען א פעקל פאטעיטא טשיפס ס'זאל זיין גענוג.