מיינע מיטמאכעניש אפצונעמען וואג חלק ב'
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 13, 2012 12:31 am
מיין ב"ב (ליין: באלעבאס) האט מיר אוועקגעזצט פאר אן ערנסטע שמועס.
"מכה" זאגט זי מיר (אינדערהיים בינעך מער מוכה ווי מכה באט עניוועיס...) "סענישט קיין תכלית אזוי. דו מוזט אפנעמען א שיינע פאר פונט. כ'וויל דיר נישט נודזשען אבער כ'מיין פשוט דיין טובה. סידאך נישט געזונט צו זיין אזוי גראב..."
"נישט גראב" האב איך אריינגעהאקט "אביסעל אווערוועיט."
זי קוקט מיר אהן ווי צו זאגן הו אר יו קידינג.
איך קוק צוריק ווי צו זאגן העי ביזט מיין ווייב דארפסט אכטונג געבן אויף מיינע פילינגס.
איר בליק טענה'ט וואס איז דער אמת שטעכט?
מיין בליק סטראשעט ווילסט וויסן דר'אמת ווי גוט דיין פאטעיטא קוגל איז?
איר אויגן שרייען גייסט טשעפען מיט מיין פאטעיטא קוגל?
מיין שמייכל פרעגט וואס איז דר'אמת שטעכט?
זי רופט אויס באליידיגט "פיין! ס'געפעלט דיר נישט מיין פאטעיטא קוגל דארפסטו נישט! דער וואך קאך איך גארנישט אויף שבת און אויב דו ווילסט א סעודה קענסטו זיך אליין קאכן!"
לעולם האב איך מיר געפריידט מיט די בשורה אז כ'וועל דעם שבת קענען איינקויפען ביי ****** ביקאז זיין טשולענט איז סאמטינג ספעשעל. נאך א טעלער פון יענער טשולענט האט דער גאנצע וואך אנאנדערע טעם (און גערוך), אבער כ'האב נישט געקענט ארויסווייזען אז כ'פריי מיך ווייל דענסמאל וועט דער טשולענט זיין מיין קלענסטע פראבלעם. האב איך ארויפגעצויגן א פארוואנדערטע מינע אויפן פנים און געזאגט "וואס שרייסטו וועגן קוגל? איינער האט גערעדט פון דיין פאטעיטא קוגל?"
"ברויכסט נישט רעדן כ'ווייס שוין גאנץ גוט וואס דו טראכסט"
(פארפאלען ווען קאפלס פארשטיין זיך פארשטייט מען זיך.)
כדי אביסעל מפייס צו זיין האבעך געמוזט צוזאגן אז אין די קומענדיגע וואכן וועלעך נאר עסן געזונטע זאכן. סענישט קיין שווערע זאך געווען צו צוזאגן ווייל כ'עס שוין לאנג נאר געזונטע זאכן. מיין געזונט. מיין ווייב'ס געזונט. מיין שווער'ס געזונט. מיין...יו געט דע פיקטשער.
עקטשעעלי איז געזונט עסן נישט זוי שלעכטע עצה ווייל יעדער ווייסט אז מ'קען עסן וויפיל מ'וויל פון געזונטע מאכלים און ס'שאט נישט צו דייעט. למשל פירות און וועדזשטעבעלס ברויך מען האבן ווי מער און ווען מ'ז הונגעריג דארכן טאג און מ'וויל נאשען זאל מען כאפן א פרוכט. פון דעיס אליין ווערט מען נישט גראב אבער אויך נישט דאר, באט אויב עסט מען צו דעם א לאו-פעט עסן אדער מ'טרונקט א דייעט סאדא ווירקט עס זוי ווייט מ'זאל אפילו אפנעמען וואג (אזוי זאגן זיי).
כ'וועל געבן א פאר משלים מ'זאל גוט פארשטיין
א מאפין מאכט גראב.
לאו-פעט מאפינס קען מען רוקען וויפיל ס'גייט ווייל ס'מאכט נישט אויס.
בלובערי מאפינס זענען געזונט און מ'קען עסן אן א שיעור.
לאו-פעט בלובערי מאפינס מאכט מ'זאל אפנעמען וואג.
אויל מאכט גראב.
וועדזשטעבעלס געקאכט אין אויל זענען ניוטראל (למשל פרענטש פרייס).
ספייסי פרייס מאכן אפנעמען וואג ווייל דער שארפקייט ברענט אויס די קעלאריס (און פעפער איז געזונט).
אז מען רעדט שוין עלעך שרייבן נאך א טיפ פאר דייעטערס: ווילאנג מ'עסט נאר אביסעל איז נישט געפערליך.
פיצא מאכט גראב. אבער פון איין סלייס א טאג איז נאך קיינער נישט געשטארבן.
טשאקאלאד מאכט גראב. אבער צוויי-דריי שטיקלעך א טאג שאדט נישט און ס'נאך אפשר געזונט אויך. דר'אמת איז אפילו צוויי שטיקלעך פארמיטאג און צוויי נאכמיטאג איז אויך נישט געפערליך. אויב ס'מאכט זיך מ'עסט בטעות א האלבע פעקל איז אויך נישט עק וועלט. ערשטענס אויב ס'ז נאר איינמאל געשען שאדט בכלל נישט און ליתר שאת זאל מען דאס אראפווישן מיט א הייסע קאווע ווייל טשאקאלאד צוגייט פון הייסע טרונקען און אלע קעלאריס רינען ארויס. אויב לייגט מען נישט קיין צוקער אין די קאווע און מען נוצט האלב און האלב מילך מאכט עס גאר מען זאל אפנעמען וואג...
דעטס איט פאר נאו ענד אנטיל נעקסט טיים ווער וויל זיך טיילן אויף א לארדש ספייסי פרייס מיט דייעט קאוק?