מיינע מיטמאכעניש אפצונעמען וואג חלק א'
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 10, 2012 9:05 pm
כאבעס יארן לאנג אפגעשטופט נאר אז מען מוז מוז מען. היינטיגע צייטען איז געווארען זייער נפוץ זיך צו 'גארטלן' (בענדלן בלע"ז) אבער כאדעך מורא צו גיין אונטערן מעסער, סאו האבעך געוואלט טרייען אויפן אולד פעשענד וועג צו גיין אויף א דייעט. זיי זאגען (ווער איז דער זיי???) אז דער בעסטע דייעט איז FDH - פרעס דער העלפט. פון אזא דייעט בין אך נישט צו עקסייטעד ווייל דער העלפט העלפט דאך נישט צו ווערן זאט. האב איך געזוכט וואס נאך זענען מיינע אפשענס.
הערשל מייזליש זאגט מען קען רוקען וויפיהל מען וויל כל זמן עס איז פראטאעין אבער קארבס זענען בל יראה ובל ימצא. די מאלצייטען פון איינעם אויף דעם דייעט זען אויס בערך אזא שטייגער ווי הערינג אן די אייערקיכלעך. פישזאפט אן די חלה. שווארמע אן דעם לאפא. א טונא סענדוויטש...יו געט דע פיקטשער. פרעג איך ענק וואס איז ווערט פיצא אן די קראסט אדער סאשי אן די רייז? ס'דאך מיסינג דע האול פוינט און האט בערך אזא פנים ווי ביר אן קיין אלקאהאל אדער אינטערנעט מיט א פילטער.
א דריטע דייעט איז צו עסן יעדן טאג מאכלים מיט אלע מיני קאלערס, אזוי איז מען פארזיכערט צו האבן פון אלעם. האב איך געגעסן יעדן טאג דריי-פיר פעקלעך 'עם ענד עמס'. רבותי איך שפאר ענק איין אויספראבירען. ס'האט נישט געהאלפען.
געגאנגען צום דאקטאר און געפרעגט וואס צו טוהן. ער זאגט מיר אזוי: פרישטאג נעם איין רעפטל ברויט מיט א גלאז ארענדש דזשוס. מיטאג א האלבע גרעיפפרוכט מיט צוויי רייס קעיקס. נאכטמאל נאך א רעפטל ברויט, א פולקע אן די הויט, איין געקאכטע קארטאפל און דער צווייטע האלב גרעיפפרוכט. ער איז מיר מבטיח אז אויב איך עס אזוי פאר א גאנצע חודש וועלעך אפנעמען לכה"פ דרייסיג פונט. איך האב איהם שיין באדאנקט און אנגעהויבן ארויסגיין. שוין געשטאנען ביים טיר ווען כאמעך דערמאנט צו פרעגן - נאך א מזל ווייל אנדערש וואלטעך נאך יעצט נישט געוואוסט - "דאקטאר, די אלע זאכען ברויך איך נעמען פארן עסן אדער נאכן עסן?"
א צווייטע דאקטאר האט מיר געגעבן פילן. א גרויסע פלאש מיט אפשר זעקס הונדערט פילן. פרעג איך איהם "-ווען זאל איך דאס נעמען?" זאגט ער "דאס איז נישט צום עסן. דריי מאל א טאג זאלסטו אויסגיסן אלע פילן אויפן ערד און זיי אויפהייבען וועסטו שוין עפעס אפנעמען."
א דריטע דאקטאר האט מיר גע'עצה'ט צו מאכן עקסערסייז. איך ברויך דזשוינען א דזשים און דארט גיין כאטש פיר מאל א וואך. אויך זאלעך יעדן טאג זיך ארפאבייגען און פראבירן אנרירען מיינע פיס-פינגער. עמ'ער דאס טרייען.
געגאנגען צו א דזשים און געוואלט וויסען וויפיהל ס'קאסט. די בעיסיק פעקידזש איז 20 טאלער א חודש און דער פרימיעם איז $50.
"וואס איז דער חילוק?"
"מיטן פרימיעם קענסטו אויך נוצן די שויערס און די טענינג מאשין."
נו פאר שויערס צאל איך דאך מקוה געלט העמער העכסטענס גיין אין מקוה נאכן דאווענען, און וואס האב איך מיט טענינג מאשינס? אויב קען איך האבן די בעיסיק פאר $20 און דער פרימיעם פאר $50 פארשטייט איר אודאי וועלכע כ'האב אויסגעקליבן...יא יא, די סעווען דעי פרי טרייעל...
קוקט אויס זיי האבן שוין גענוג עקספיריענס מיט חסידישע יידען וואס נוצען אויס אלע פרי טרייעלס, ווייל רוב מאשינען האבן זיי מיר נישט געלאזט נוצן. זיי האבן מיר געזאגט אז די פרי טרייעל חברה קענען נאר נוצן די לויף מאשינס (טרעדמילס בלע"ז), און אויך נישט די געהעריגע נאר זיי האבן א ספעציעלע אפטיילונג פאר די שנארערס, כ'מיין פרי טרייעלס. כ'בין אריין אינ'ם טיר וואו זיי האבען געוויזען און זיך געטראפן אינ'ם פארקינג לאט. דארט קען איך לויפן וויפיהל איך וויל...
פראבירט ביי אנאנדערע דזשים האבען זיי מיר געזאגט איך מוז קומען מיט סניקערס שיך און לויזע קליידער. כ'אב זיי אנגעקוקט מיט ווינדער און געפרעגט "עטס מיינטס איך וואלט געקומען אין דזשים ווען איך האב לויזע קליידער?"
למעשה נאך פראבירן אלע סארט וועגן פאר זעקס וואכן בינעך צוריק געגאנגען צום דריטע דאקטאר און ער פרעגט מיר צו איך קען שוין אנרירן מיינע פיס-פינגער. זאג איך איהם "אנרירן נאך נישט אבער כאטש איך קען זיי שוין זען..."
דעטס איט פאר נאו, ענד אנטיל נעקסט טיים ווער וויל זיך טיילן מיט מיר אויף א פיצא?