א גריס אייך פון די שטעטעלע - לאק-שעלדריק שבת פרשת לך

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

בעל רגש
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 pm

א גריס אייך פון די שטעטעלע - לאק-שעלדריק שבת פרשת לך

תגובהדורך בעל רגש » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:35 pm

א גריס אייך פון די שטעטעלע
דער אידישער שטעטל אין
טאון אף לאק-שעלדריק


היימיש, ברידערליך
צווישן בערג און טאלן, פארביגע בלומען און בליענדע ביימער געפינט זיך די היסטארישע אידישע שטעטל – טאון אף לאק-שעלדריק – א שטעטל וואס קען מיט רעכט באצייכנט ווערן אלס 'היסטאריש', צוליב דער העראאישער דורכברוך וואס עטליכע קוראזשפולע יונגעלייט האבן באוויזן דורכצופירן, ארויסצונעמען זייערע משפחות פון אונטער די מאמע'ס פארטוך, ווייט פון דער באקוועמער היים און זיי אהינפירן צו דער ווייטער קעסטיקלס, צו גרינדן דארט א נייעם אידישן יישוב, אויף א רואיגן פארנעם על מי מנוחות.

אט דאס איז א פאקט וואס וועט גאנץ זיכער באשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות אין די אידישע היסטאריע און געדענקט ווערן דורך אידן אין אלע דורות.

אלזא, קומט מיט אונז שפּאצירן צווישן בערג און טאלן, גרינע לאנקעס, פארביגע בלומען און בליענדע ביימער. דער וועטער איז קיל און אנגענעם, די זון שיינט אויף א קלאר-בלויען הימל און ווייסע וואלקנדלעך שוועבן אויפ'ן האריזאנט. פון דא און דארט הערט זיך דאס זיסע געזאנג פון פייגעלעך, און וועווערקעס שפּרינגען פרייליך ארום פון איין צווייג צום צווייטן, אויף די ביימער, אויף די גראז און אויף די טעלעפאן דראטן אין דער הייך.

שפּילן זיך קינדערלעך אינדרויסן אן מורא, קייקלעך זיך אויף די גראז, קריכן אויף די ביימער, וויגן זיך אויף די הוידעס און רעדן אידיש. מאמעס שפאצירן מיט זייערע קליינע אין די קינדער-וועגעלעך, די אנגענעמע רואיגקייט ווערט נישט צופיל געשטערט.

ברוכים הבאים צום אידישן שטעטל אין טאון אף לאק-שעלדריק, עיר התורה פון די קעטסקילס.

שיין איז דער שטעטל, ווי שיין איר קענט זיך נאר אויסמאלן א אידיש שטעטל. א גאנצער שטעטל באוואוינט פון בלויז אידן, מיט א היימישן אייגענארטיגן געשמאק וואס פארמאגט נישט איר'ס גלייכן. דער אידישער שטעטל אין לאק-שעלדריק פארמאגט דאס שיינקייט און הערליכקייט פון די וואקאציע ערטער מיט וואס זי איז ארומגענומען, אבער אין א היימישע חסידי'שע אטמאספערע. די רחבות'דיגע דירות, די ארומיגע נאטור שיינקייט און די קלארע לופט ברענגען א רואיגקייט און פריינדליכקייט אויף די איינוואוינער וואס איר טרעפט נישט ערגעץ אנדערש.

א שבת אינעם שטעטל איז דאך מעין עולם הבא, להתענג בתענוגים. אפגעזינדערט ווייט אוועק פונעם שטאטישן הו-הא, פארברענגענדיג אונטער גאט'ס נאטור און ארומגענומען מיט היימישע חסידי'שע יונגעלייט. דער טעם דערפון לאזט איבער א שטארקע רושם אויף לאנגע טערמינען.

לאמיר אצינד פארשטעלן מיין שבת אינעם שטעטל, אנגעהויבן פונעם זיך ארויסלאזן אין וועג דאנערשטאג נאכמיטאג פרשת לך, מיינע איבערלעבענישן און געפילן במשך פרייטאג און שבת, ביזן אהיימפארן אין א מזל'דיגע שעה, זונטאג פארמיטאג פרשת וירא.
...

דער יישוב מיט איר שוהל
דאנערשטאג נאכמיטאג, אום זעקס-אזייגער נאכמיטאג, האבן מיר זיך ארויפגעזעצט אויפן שאטעל וואס פארט טעגליך צו די מאונטענס, מיטן ציל צו וויילן אויף שבת אינעם נייעם שטעטל, צווישן אירע איינוואוינער. מיר האבן דוקא אויסגעוועלט דעם שאטעל, טראצדעם וואס מיר האבן פארמאגט אנדערע טראנספארטאציע מיטלען, וועלנדיג מיטלעבן פון די נאנט די טראנספארטאציע מיטלען, ווי אזוי איינוואוינער אינעם שטעטל ספראווען זיך מיט די וועגן, אריין און ארויס פון שטעטל.

מיט קלאפעדיגע הערצער פארן מיר אין וועג, נישט וויסנדיג וואס עס קען אונז ערווארטן אנקומענדיג אין שטעטל צום ערשטן מאל. 'וואספארא שבת וועלן מיר פראווען? וואספארא דירה וועלן מיר אנטרעפן? איז בכלל דא דארט א לייטישע פלאץ וואו זיך אויפצוהאלטן?' מיינע געדאנקען לויפן פריי אין מיין מח, דער שטעטל איז נאך ניי פאר מיר, ווער ווייסט אויב איך טוה דער ריכטיגער שריט, ווער ווייסט ווי אזוי די תושבים אין שטעטל וועלן מיר אויפנעמען?! און אפשר וואלט ריכטיגער געווען אז איך דריי זיך צוריק און איך בלייב שבת אינדערהיים?!

ויסעו ויחנו - געפארן און געקומען, זיך אפגעשטעלט אין מאנרא פאר א וויילע און דערנאך אין פאלסבורג, און אט זעען מיר שוין די ערשטע הייזעלעך אינעם שטעטל. פון דא און דארט דערקענט זיך שוין דאס אידישע לעבן. עס זאגט זיך ארויס פון זיך "מה טובו אוהלך יעקב משכנותך ישראל".

אכט-אזייגער אין אוונט זענען מיר אנגעקומען אין א מזל'דיגע שעה אין שטעטל. אריינגייענדיג אין אונזער דירה, האבן מיר געפינען א שיינע באקוועמע אויפגערוימטע הויז פון צוויי שטאק, אונטן איז געווען א קוך – דיינעט, ביה"כ, אויבן איז געווען נאך צוויי שלאף-צימערן מיט א פולע ביה"כ. אלעס איז ברוך-השם געווען צוגעשטעלט באקוועם מיט אלע צוגעהערן אויפן שענסטן און בעסטן אופן וואס מיר האבן זיך נאר געקענט פארשטעלן, א געוואלדיגע הרחבת הדעת, וויסנדיג אז אויף שבת וועלן מיר פארברענגען אין א געשמאקע רואיגע באקוועמע אטמאספערע.

צופיל צייט האבן מיר נישט פארמאגט, איך האב נאך געוואלט כאפן דער מנין מעריב אין שטעטל אום אכט-דרייסיג. מיר האבן זיך דעריבער שנעל אויסגעפאקט, באקוועם געמאכט, און זיך ארויסגעלאזט צום בית-המדרש כאפן דעם מעריב אין שוהל.

אין בין אנגעקומען אין שוהל, א בנין רחבת ידים, ברייט און באקוועם מיט א שיינע טאראסע אין פארנט פון בנין. עס איז נאך געווען עטליכע מינוט צו מעריב און די יונגעלייט זענען געזעצן ביי די טישן און געלערנט, יעדע איינע זיינע שיעורים. א געשמאקע קול-תורה האט געשוועבט צווישן די בית-המדרש ווענט, בשעת די קאנטרי ביינאכט לופט טראגן איר ארויס ווייט אין די וועלדער, וכל עצי השדה ימחאו כף.

אינצווישן קומען צו עטליכע אידן, גיבן שלום-עליכם, זיך אינטערעסירנדיג אויב מען איז באקוועם איינגערישט און באטן אן זייער הילף צו יעדע צייט. מען כאפט א שמועס דא דארט, מען הערט פון די תושבים איבער זייער שטעטלדיגע לעבן, ווייט אוועק פון שטאט, און ווי אזוי זיי זענען צופרידן. דער ציבור אין אלגעמיין גלייכן זייער שטארק די סארט לעבנס-שטייגער און זיי זענען מער ווי צופרידן פון דעם ארט.

אין שטעטל זענען פאראן אידן פון אלע שיכטן און קרייזן און פון אלע יאר-גענג. רוב ציבור זענען יונגעלייט מיט איין אדער צוויי קינדער. עס זענען פארט פאראן דארט אידן וואס פארמאגן שוין א שטוב מיט קינדער, און דארפן שיקן די קינדער לערנען ארויס פון שטעטל. אבער אלע שפירן זיך דארט היימיש און געשמאק, באחדות צוזאמען מיט יעדן.

מעריב.

עס איז נישט דומה א מעריב אין א פארנומענע שטאטישע שוהל, ווי א מעריב אין שטעטל, בשעת עס איז נאר פאראן איין מנין. עס איז נישט פאראן א ווירבלריי פון מענטשן וואס קומען און גייען, לויפן ארויס כאפן א ברכו. עס איז איין מנין וואס עקזיסטירט אין שטעטל, און אלעס דאוונט מיט בקול ובמתינות.

בשעת'ן דאווענען באמערק איך ווי אויף א טישל אין דער זייט, קאכט זיך א געשמאקע טשאלנט. איך האב פארשטאנען אז עפעס גייט דא פארקומען... און איך האב בלויז געדארפט צואווארטן צו זען וואס פונקטליך...

נאך מעריב האט מען צוזאמענגערוקט די טישן. עס איז דאך ליל-שישי, יא! אפילו א ליל-שישי זיץ איז פאראן אין שטעטל. זיצן חסידי'שע יונגעלייט ארום דעם טיש, הערן אויס א געשמאקן שיעור חומש-רש"י דורך אחד מבני החבורה, פה מפיק מרגליות מתושבי העיר. דער עולם פארברענגט געשמאק איבערן טעלער טשאלנט, שלינגענדיג די טייערע ווערטער פונעם מגיד-שיעור.
דאס אחדות אויפן ארט איז ווערד צו באגריסן, ווי אזוי דער גאנצער עולם לעבט זיך אזוי געשמאק אינאיינעם, מיט א פאראייניגטקייט, עס הערשט נישט קיין מחלוקת אזוי ווי אין שטאט, אלעס לעבט צוזאמען און ארבעט צוזאמען און עס דערקענט זיך אין שטאט אויף טריט און שריט.

פרייטאג אינדערפרי זענען מיר אנגעקומען אין בית-המדרש גאנץ פרי. נאכן כאפן א ווארעמע מקוה אונטן אין בית-המדרש, האבן מיר געהאט דעם געלעגנהייט נענטער צו באטראכטן דעם שוהל. מיר האבן אויך באטראכט דעם עזרת-נשים וואס דינט א גאנצע וואך ווי 'דער חדר', דארט וואו עס ליגט אויסגעלייגט די שיינע ארטס-און-קרעפט פון די צאן קדשים. דער צימער דינט שוין אויך אלס דער פארזאמלונגס ארט פון דער עזרת-נשים במשכ'ן וואך, ווען אימער מען דארף ארויסגיין פון די אייגענע פיר ווענט זיך אויסריען ערגעצוואו.

נאכן דאווענען שחרית במתינות מיט געשמאק, זענען מיר אהיימגעגאנגען טועם זיין פת-שחרית. דאן האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אין א שפאציר אין שטעטל, באטראכטן פון דער נאנט די הייזער מיטן יישוב בכלל. דא קומט צום אויסדריק פון ווארט דער 'מה טובו אוהלך יעקב משכנותך ישראל', בשעת דער ציבור וואוינט מיט א רחבות און פריוואטקייט, האבנדיג פלאץ אינדרויסן פאר די קינדער צו שפילן. קיינער דארף דא נישט מורא האבן ארויסצולאזן א קינד זיך ארומדרייען און שפילן, אלעס איז היימיש, געשמאק, מיט די פולסטע מאס רואיגקייט.

דאן זענען מיר געגאנגען איינקויפן לכבוד שבת. אביסל ארויס פון שטעטל איז פאראן צו באקומען כשר'ע פראדוקטן. גוטע איינוואוינער פון שטעטל האבן מיר געאפערט זייער הילף איינצוקויפן פאר מיר, אבער איך האב זיך נישט געוואלט אנלייגן אויפן ציבור. אין שטעטל זעלבסט איז אויך פאראן א שטיקל גראסערי וואו מען קען באקומען די סאמע וויכטיגסטע פראדוקטן, מיר האבן אויך גענאסן דערפון, איינקויפנדיג דארט לכבוד שבת.

פרייטאג נאכמיטאג זענען שכנים געקומען באגריסן, אנדערע האבן געברענגט ווארעמע קוגל אויף טועמיה. הצד השוה שבהם, יעדער האט געוואלט וויסן אויב איך בלייב שוין דארט א תושב און וואס איך זאג צום נייעם שטעטל. דאן האבן מיר זיך געלאזט אין מקוה, זיך אנגרייטנדיג לכבוד שבת. דער מקוה איז בלי-עין-הרע צוגעשטעלט, ווארעם און געשמאק, כראוי וכיאות.
דער שבת איז אריינגעקומען מיט א גוטן טעם און געשמאק.

השבת נועם הנשמות
וואס קען שוין זיין שענער פון א רואיגע שבת צווישן די בערג, אין אזא היימישע סביבה?

אנקומענדיג ערב-שבת אין בית-המדרש, געפינט מען אן אנדערן שטיבל ווי אינדערוואכן. אלעס איז שיין אויפגערוימט, שבת'דיג, ווייס געדעקטע טישן. דער שוהל פארמאגט אצינד אן אנדערע צורה, דער שבת שפירט זיך פון אלע ווינקלען, פון דער לופטן שמעקט מען א ריח פון שבת קודש.

ארויסצוברענגען דער אחדות אין שטעטל, דארף מען נישט מער ווי צו באצייכענען די תפילות פון שבת פרשת לך לך. וואו אויף דער וועלט קענט איר נאך טרעפן אזא שטעטל וואו יעדער קען זיך דאס ארט געפינען?! מנחה ערב שבת איז צוגעגאנגען א סקווירא יונגערמאן מיט שטיוול, אראפלייגנדיג א מנחה מיטן גאנצן קנאק, נישט אויסלאזנדיג דעם "קץ" משיחיה: קבלת שבת האבן מיר געהערט א רעכטן בעלזער קבלת שבת, מיטן 'קונה ברחמיו שמים וארץ': שחרית האבן מיר געהאט א סאטמארער מיט א געקעסלטע עטרה: מוסף, א וויזשניצער מיט א געפלאכטענעם עטרה: ה' מלך האט מען געזאגט בהתלהבות אויפן נוסח פון רבינו הקדוש, און תורה האט געזאגט א חב"ד שליח פון די געגנט. ווידער מלוה-מלכה ווערט געפירט אויפן פשעווארסקער נוסח, מיט עובדות וסיפורים מקובל פון רבי יענקעלע זצוק"ל.

אין קורצן: אין שטעטל קען מען פארזוכן 'מן' – אלע טעמים פון אלע שטערמונגען און קרייזן איבער די וועלט.

אבער פארוואס זאלן מיר כאפן די לאקשן פאר די זופ? לאמיר גיין פאוואליע.

ווען עס קומט צו מנחה ערב שבת, קען מען שוין זען דעם גאנצן עולם פארזאמלט אין בית-המדרש. אזוי גרויס ווי די וואך איז, זענען פארט פאראן מענטשן וואס ארבעטן אין שטאט, פאראן וואס ארבעטן אין וויזשניץ קייאמישא, אנדערע פארן אריין קיין מאנרא אדער מאנסי, טייל האבן ארבעט אין די קעסטיקל זעלבסט. עס קומט אבער צו גיין דער שבת, זענען דאך אלע גלייך, עס ווערט מקוים דער 'אל יצא איש ממקומו, וישבתו העם ביום השביעי' און דערפאר איז 'על כן ברך' – עס איז ווערד א ברכה צו מאכן דערויף.

נאך מנחה האט מען געדאוונט קבלת שבת כנהוג. לכה דודי האט מען געזינגען אויף 'שומרי', לא תבושו איז געווען 'כי הרבית', און אצינד האלט מען שוין נאכן דאווענען. דער ציבור לאזט זיך ארויס מיט א געשמאקן ריקוד אויף 'שבענו', ווער עס האט איינגעפירט דעם מנהג אין שטעטל איז מיר נישט באקאנט, דוכט זיך אז עס איז א ברסלב'ער מנהג צו טאנצן שבעינו נאכן דאווענען. אזוי צי אזוי, דער ציבור טאנצט זייער ווארעם און געשמאק, און אפילו נאכן ריקוד איילט זיך קיינער נישט אהיים, מען גוט-שבת'ט זיך, מען שלומ'ט זיך, מען קופקעט און שמועסט דורך פארשידענע זאכן. דאס ווארעמקייט און ברידערליכקייט אין שטעטל דערקענט זיך אויף טריט און שריט, עס איז אן אומאפטיילבארע פאקט פונעם שטעטל.

אצינד איז דער עולם געגאנגען מקיים זיין דער 'להתענג בתענוגים', פראווענענדיג די סעודות אינדערהיים.

פרייטאג-צו-נאכטס נאך די סעודה אין מיין דירה, בין איך צוריק געגאנגען אין בית-המדרש אריינקוקן אין א אידיש ספר. אנקומענדיג איז דער בית-המדרש געווען ליידיג, אבער צוביסלעך זענען אידן געקומען איינע נאך די אנדערע און עס האט זיך פארמירט א שבת-אחים, א באטע וואו מיר האבן פארברענגט בשירות ותשבחות למלך קל חי וקים, שמועסנדיג צווישן די ניגונים ווערטער אויף די וואכנדיגע סדרה מיט סיפורים צדיקים.

געענדיגט האבן מיר דעם זיץ, מיט א ריקוד אויף תנו שבח און דערנאך געגאנגען מקיים זיין דער 'והשנה משבחת', שעפנדיג פרישע כוחות אויף מארגן.

אינדערפרי, נאכן ווארעמען מקוה, האבן מיר זיך גרייט געמאכט צום דאווענען. אפיציעל שטעלט מען זיך ניין-דרייסיג, אבער עס פארשלעפט זיך אביסל ביז דער עולם איז גענצליך גרייט. ביים דאווענען האב איך אפגעציילט איין-און-דרייסיג טליתים: בערך צוואנציג דערפון זענען שטענדיגע איינוואוינער אין שטעטל, זעקס דערפון קומען ארויס יעדע וואך שבת, און די איבעריגע זענען אידן וואס וואוינען ארום, אדער זענען געקומען בלויז אויף דעם שבת.

דא מוז ארויסגעברענגט ווערן לשבח דער שמש און גבאי פון בית-המדרש, וואס פירט אן מייסטערהאפטיג מיט די תפילות, זייענדיג מכבד די בעלי תפילות. די אומגעהויערע כוחות עצומות וואס ער לייגט אריין אין דעם בית-המדרש איז אויסטערליש, האבנדיג אינזינען יעדן קלייניגקייט און מאכנדיג זיכער אז עס זאל זיין צום געשמאק פונעם גאנצן ציבור. זיין ארבעט דערקענט זיך אויף טריט און שריט און גיבט צו א געוואלד צום ברידערליכקייט פונעם שטעטל.

אויך דארף ארויסגעברענגט ווערן דער גבאי ראשי - א.ג. כמו ראש-הקהל פונעם שטעטל. איך וועל נישט דא מזכיר זיין נשמות, אבער יעדע איינוואוינער אדער באזוכער אין שטעטל ווייסט וועמען מען מיינט. ער איז דער גאנצער ש"ץ-מאץ פונעם שטעטל, בעל קורא, פארקויפן עליות און וואס נישט. ער גיבט צו בלי ספק צום געשמאק פונעם שטעטל און העלפט ארויס מיט וואס עס איז נאר נייטיג.

זיי זענען נישט די איינציגסטע וואס טוען פאר דעם שטעטל, עס זענען זיכער פאראן נאך יונגעלייט וועלכע גיבן זיך אפ מיט אויסערגעווענליכע איבערגעגעבנקייט פאר די הצלחה פון דעם פלאץ. טייל פון די מענטשן זענען אפילו נישט באקאנט און כמעט קיינער ווייסט נישט איבער זייערע טעטיגקייטן.

נאכן פארקויפן די עליות און ליינען, האבן מיר געדאוונט מוסף און אהיימגעגאנגען אפרעכטן די שבת'דיגע סעודה.

נאך מנחה שבת נאכמיטאג, האבן מיר זיך געוואשן צו שלש-סעודות אין בית-המדרש, ביחד עם תושבי השכונה. געזינגען אינאיינעם די זמירות, ה' מלך, שמע ישראל א.א.וו. דאן האט געזאגט תורה א שליח חב"ד וועלכער איז געקומען פון געגנט. יענער האט אנגעהויבן מיט א ווארט פונעם אלטן רבי'ן דער בעל התניא, דערמאנט דאס נחיצות פון קירוב רחוקים, ארויסברענגענדיג אז דאס אייגענטליך האט אברהם אבינו געטאן, אזוי ווי אין פסוק שטיין 'ואת הנפש אשר עשו בחרן' און רש"י ברענגט 'אברהם מגייר את האנשים ושרה מגיירת את הנשים', און צוגעענדיגט די תורה מיט א ווארט פונעם רבי'ן... און ער האט נאך געהאט גענוג קאראזש אויפצוהייבן א גלעזל און אויסרופן "לחיים".

נאך מעריב איז מען געשטאנען אינדרויסן ווארטנדיג אויף א לבנה, אבער קיין לבנה האט זיך נישט אנגעזען אויפן האריזאנט, איז מען אהיימגעגאנגען מאכן הבדלה. עטליכע שעה נאכן זמן איז ארויס א מעסעזש פאר אלע איינוואוינער פונעם שטעטל (פאר די וואס זענען איינגעסיינט אויף טעקסט), אז עס קומט פאר א קידוש לבנה מנין אין פארנט פון בית-המדרש. דער גאנצער עולם האט זיך פריש פארזאמלט, מחדש געווען די לבנה און געטאנצן טובים מאורות.

שפעטער האט מען זיך געוואשן מלוה-מלכה, פארברענגענדיג אין א היימישן אטמאספערע. די ידענים צווישן דעם ציבור האט בארייכערט דעם עולם מיט סיפורי צדיקים פון די יארצייטן וואס געפאלן אויס יענע וואך. מען האט אפגעזינגען די זמירות און אהיים לחיים ולשלום.

יענעם מוצאי שבת, נאך וואס יעדער איז שוין אהיימגעגאנגען פון בית-המדרש, בין איך נאך פארבליבן אין שוהל, פארשמועסנדיג זיך מיט עטליכע יונגעלייט, שפעטער זענען מיר אינאיינעם ארויפגעגאנגען צו איינעם אין שטוב, וועלנדיג אונז ווייזן א געוויסע ספר. דארט האט זיך אנטפלעקט פאר מיר אן אוצר, פארשידענע אינטערעסאנטע ספרים און ביכער וואס יענער האט פארמאגט, פון אלע סארטן. מיר זענען געבליבן שמועסן דארט ביז זייגער פיר פארטאגס. ווען דאס קומט פאר אין שטאט, שעם איך זיך צו גיין אויף די גאס שבת'דיג יענע שעה, דען אנדערע קומען שוין אין בית-המדרש מיט די וואכנדיגע בגדים, אבער דא אין שטעטל – ווער שעמט זיך דען? בקיצור, אין די פארטאגס שעה'ען האב איך זיך צוריקגעקערט אהיים זיך אויסצוריען אויפן מארגנדיגן טאג.

אין די פארמיטאג שעות, האבן מיר זיך ארויפגעזעצט אויפן שאטעל, צוריקנעמענדיג דעם וועג אין שטאט.


ומלאך טוב אומרת

"לשבת הבאה כן"

אמן

כן יהי רצון
צוגעלייגטע
א גריס אייך פון די שטעטעלע.pdf
(161.21 KiB) דאונלאודעד 175 מאל
לעצט פאראכטן דורך בעל רגש אום דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 1:32 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:49 pm

פשששש.....

ס'סאונד א בא'טעמט ווינקל

וואסא שטעטל איז דאס? מער אינפארמאציע נויטיג!
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 1:10 pm

אה, מי יתן לי אבר כיונה אעיפה ואשכונה...

וואלט איך נאר געהאט די מעגליכקייט דערצו...

נו, וואו זענען די ארטיגע איינוואוינער מגיב צו זיין??...

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

תגובהדורך חיים של פרנסה » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 1:18 pm

די איינוואוינער זענען גארנישט מגיב, זיי זאגן: גלייבט אונז נישט קומט אויך ארויס און איבערצייגט אייך אליין....
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.

אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

תגובהדורך מכה בדופן » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 2:15 pm

עס ליינט זיך זייער געשמאק. מאכסט מיר א חשק צו פארן אויף א שבת.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10825
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 2:21 pm

זייער זיס אראפגעלייגט.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 2:31 pm

לכאורה האט געשריבן:זייער זיס אראפגעלייגט.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 2:54 pm

מכה בדופן האט געשריבן:עס ליינט זיך זייער געשמאק. מאכסט מיר א חשק צו פארן אויף א שבת.
kraitchmah עט גימעיל

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 5:04 pm

קודם בארעכאבע 'בעל רגש'..

WOW! האסט מיר געמאכט שפרינגן פון די הויט. איך קען דאס נישט לאזן אזוי אדורכלויפן, עס גליסט זיך שוין אויפצוהייבן און פארן אויף שבת.

מהעמיר עס מוזן אויספרובירן ווי אמשנעלסטן איידער עס פארלירט אפילו נאר אביסל פון די חן וואס דו לייגסט דא אראפ.

ב.ד.וו. איז דארט דא דירות וואס מקען ארויסנעמען/דינגען אויף שבתים? וואספארא שאטעל איז דאס, פון ווי פארט עס?
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 5:10 pm

דורכגעבליקט, קוקט אויס הערליך (סיי די שטעטל און סיי די ארטיקל) העמער עס ארויספרינטן און אהיימטראגן פאר די משפחה אפשר וועט דאס משפיע זיין

יישר כח

---
שמחת החיים מזל טוב צו דיין טיטל שר המאה, ווער עס האט די מאה האט די מאה, ס'זאל זיך מערן און פריידן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 5:18 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:דורכגעבליקט, קוקט אויס הערליך (סיי די שטעטל און סיי די ארטיקל) העמער עס ארויספרינטן און אהיימטראגן פאר די משפחה אפשר וועט דאס משפיע זיין

יישר כח

---
שמחת החיים מזל טוב צו דיין טיטל שר המאה, ווער עס האט די מאה האט די מאה, ס'זאל זיך מערן און פריידן.

אה דאס איז שוין א שטיקל עצה. סווייב האלט נישט ביים הערן פון די קעטסקילס. אפשר העטעס אנהייבן אריינגיין אין קאפ.
---
ברוכים תהי', מערצעשעם ביי דיר אלף פעמים ככה.. איך זעה ביזט אויפן וועג אהין, סאיז הולך וגדל.
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 5:26 pm

די פראבלעים איז נאר לגבי די עזרת נשים, אז צו אסאך פון די געשמאקייטן וואס ליינט זיך דא פארשטייען נישט די ווייבער.

וואס פארשטייען זיי צו א ליל שישי שיעור מיט א טעלער טשולענט, וכו'.

אפשר קען מען ערלעדיגן אזא ארטיקל אויך פון 'בעלת רגש' פון א פרויענישן פאונט אוו וויאו. אזוי העמיר שוין האלטן ערגעץ.
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 6:12 pm

קליינע הערה, לאק שעלדרעק איז נישט קיין טאון, סאיז א העלמעט, אונטער די טאון אף פאלסבורג.

שכוח פאר די שיינע באריכט.

און וועלקאם טו די קרעטשמע.

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » פרייטאג נובעמבער 09, 2012 12:14 am

וואו קען מען איינשטיין דארט אויף א שבת?
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » פרייטאג נובעמבער 09, 2012 9:58 am

בעל דמיון האט געשריבן:וואו קען מען איינשטיין דארט אויף א שבת?


דא קענסטו מן הסתם זעהן אינפארמאציע, אדער קאנטעקט "פלאטשיגער" ועוד..

viewtopic.php?f=25&t=15388&hilit=%D7%9C%D7%90%D7%A7+%D7%A9%D7%A2%D7%9C%D7%93%D7%A8%D7%99%D7%A7&start=50
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
market
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 15, 2011 1:14 pm

תגובהדורך market » זונטאג נובעמבער 11, 2012 8:40 pm

wow wow כל הכבוד
אז מטוט למעשה גשעהט זאכן קוק אן מענטשן האבן גערעדט סאיז נישט מעגליך צי אוועק גיין פון די מאמעס פארטוך אין קוקטס אן מהאט געטון די אנפאסיבל שוין אפילה דא א חדר דארט
איך בין ענק מאמיש מקנה

פרעג מיין קינד
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2012 4:32 am

תגובהדורך פרעג מיין קינד » זונטאג נובעמבער 18, 2012 9:48 am

שמחת החיים האט געשריבן:קודם בארעכאבע 'בעל רגש'..

WOW! האסט מיר געמאכט שפרינגן פון די הויט. איך קען דאס נישט לאזן אזוי אדורכלויפן, עס גליסט זיך שוין אויפצוהייבן און פארן אויף שבת.

מהעמיר עס מוזן אויספרובירן ווי אמשנעלסטן איידער עס פארלירט אפילו נאר אביסל פון די חן וואס דו לייגסט דא אראפ.

ב.ד.וו. איז דארט דא דירות וואס מקען ארויסנעמען/דינגען אויף שבתים? וואספארא שאטעל איז דאס, פון ווי פארט עס?

יא עס איז דא דארט דירות צו פארדינגען
מ'דארף זיך פארבינדן מיטן מענדזשער ר' יואל קליין

איבער דעם שאטל קענסטו הערן דעם סקעדזשועל אויף "די קעסטקילס גיי" #62 845-637info
אדער רוף דעם שאטל נומער דירעקט אויף 845-693-0566 פאר מער פרטים

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » זונטאג נובעמבער 18, 2012 10:30 am

ברוך הבא פרעג מיין קינד.

טאקע א שטעטלדיגע אויסדריק (דיין נאמען), לאנג נישט געהערט איינעם אין שטאט אזוי רעדן.

דאכט זיך די שאטעל איז נאר צו מאנרא-מאנסי, וואר?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

פרעג מיין קינד
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2012 4:32 am

תגובהדורך פרעג מיין קינד » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 10:35 am

ריכטיג

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2012 6:20 pm

הערליך שיין אראפגעלייגט! מיט אלע טעמים, א דאנק.

אזאמעשה
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2012 11:36 am

תגובהדורך אזאמעשה » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2012 11:33 pm

בילד


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט