Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 12:25 pm

וואס איז שוין ווייטער מיט זאלץ?

Advertisement

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 12:27 pm

וואס איז טאקע פשט זאלצעלע אז מ'גיסט אויף שניי זאלץ??

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 12:35 pm

כ'ווייס נישט פון וועם עטס רעדסט דא, אויב איז די רעדע פון בלומבערג לויט ווי איך קען אים אדרבה ער גיסט אייביג זאלץ אויף די וואונדן.

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 5:35 pm

גלייכגילטיג האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט זאלצעלע אז מ'גיסט אויף שניי זאלץ??


די מעשה מיט זאלץ און שניי גייט שוין צוריק דורי דורות פון די צייטן ווען אונזערע עלטערן פון די זאלץ זייט, און זייערע עלטערן פון די שניי זייט האבן זיך נישט פארטראגן.

און צו מאכן די לאנגע מעשה קורץ איז אזוי:

יארן צוריק ווען עס איז באקאנט געווארן די זאלץ משפחה מיט זייערע אייגענשאפטן, האט זיך געשאפן א שטורעם איבערן זאלץ, עס זענען געווען אזוינע וואס האבן געטענה'ט אז די זאלצלעך זענען ווערטלאזע ציפעדיגע שטיקער שטיין, און עס זענען געווען וואס האבן געוואלט זאגן אז אין זייער שארפקייט איז דא מינעראלן וואס קענען העלפן די מענטשהייט.

ווען דער מלך איז געוואיר געווארן אז מען קריגט זיך איבערן מל"ח און אז מאנכע טענה'ן אז מ'דארף זיי פארטרייבן פון לאנד, האט ער ארויסגעגעבן א געזעץ אז מ'וועט מאכן א אפענעם געריכט אין צענטער פון שטאט, און כל מאן דבעי קען קומען און פארטיידיגן די זאלץ משפחה, אבער אויב וועלן נישט זיין קיין סניגורים וועט מען מוזן אסר'ן זאלץ אין די גאנצע מדינה.

דער מלך, האט געהייסן בלומבערג, און מ'האט אים גערופן "היזהאנער" ווייל אזוי איז דאן געווען די סדר, פונקט ווי פרעה האט געהאט אן אראבישן נאמען און מ'האט אים גערופן פרעה, און פונקט ווי אבאמא האט א נאמען פון א טעראריסט און מ'רופט אים פרעזידענט, אזוי אויך אין יענע צייטן איז געווען אזוי מיט "היזהאנער".

היזהאנער, האט זיך אראפגעשטעלט אין די לענג און אין די ברייט, אז מ'דארף לויז ווערן פונעם זאלץ. און ער האט שוין געחתמ'ט א דעקלעראציע, אז סיי ווער עס וועט זיך דרייען נעבן א זאלצל אדער וועט נוצן אפילו א זאלצל וועט געשטראפט ווערן פון זיינע שוטרים מיט שווערע געלט שטראפן.

די זאלצלעך האבן געזעהן אז כלתה עליהם הרעה, האבן זיי זיך צוזאם גענומען אויף א אסיפה און אויפגעקומען מיט א אלגעמיינעם אנגענומענעם מיינונג אז מ'וועט זיך ווענדן צום "צוקער". זיי די צוקער'ס זענען משפחה מיט די זאלץ'לעך פון איין מדינה, די חילוק איז נאר אז זיי זענען מער באטעמ'טער און מ'קען מיט זיי זיך גרינגער אויסקומען.

די צוקער'ס האבן גערן אנגענומען דעם שווערן אויפגאבע פון זיך ווענדן צו "היזהאנער" און שתדל'ן לטובת די זאלצלעך.

אויפן וועג אריין צום היזהאנער'ס פאלאצל האט איינער פון די צוקערלעך זיך אונטער געהערט א שמועס פון א יוצר משרתים'ל פון היזהאנער, אז די קומענדיגע פאר טאג קומט ארויס א גזירה קעגן צוקער, און אז עס קענען נישט זיין צופיל צוקערלעך אויף איינמאל אין איין פלאש. היזהאנער איז אויסן אויסצוראטן א יעדערן וואס קען ח"ו אמאל שאדן טון פאר זיין קאנטוטשענסי.

די צוקערלעך האבן זיך דערשראקענערהייט אומגעקערט צום זאלץ הויפטקווארטיר, און מיט שרעק אין די אויגן געמאלדן מיט אנגסט אז "עמכם אנו בצרה" מ'גייט פון אונז אויך לויז ווערן רח"ל. וואס טוט מען דא? אזא שרעקליכע גזירה!

יעצט האבן שוין אלע איינגעזעהן אז היזהאנער איז נישט סתם אזוי ארויסגעקומען מיט די גזירות נאר ער האט דערביי טיעפערע כוונות, האבן זיך צוזאם גענומען די משפחות וואס האבן די מערסטע מורא געהאט פון די נאכפאלגענדע גזירות, משפחת צוקער, זאלץ, פעפער, אא"וו, און מ'האט געמאכט א גרויסן יום תפילה, אז דער "היזהאנער" זאל נישט קענען אויספירן זיינע גזירות קשות ורעות.

און דאן האט דער אויבערשטער געהאלפן און ביים עק שטאט האט זיך באוויזן א וועגעלע מיט א נייקומענדע משפחה וואס אלס פלעגן זיי קומען אויפן ווינטער אין לאנד אריין, און בדרך כלל האבן זיי זיך גוט פארשטאנען מיט די שכנים, אבער "היזהאנער" פלעגט אלס וועלן לויז ווערן פון זיי זייער שנעל, ווייל זיי האבן זעהט אויס אים געשטערט מיט זיין טעגליכע אונטערהאלטונגען, דאס איז געווען משפחת "שניי" זיי פלעגן אנקומען און מ'פלעגט זיי שיין אקאמעדירן, ביז היזהאנער פלעגט שיקן טרעקלעך און זיי צוזאם קלייבן און פארווארפן, ביז עס איז גארנישט פון זיי געבליבן.

דאס יאר האט די משפחת "שניי" באשלאסן צו קומען מיט א גרויסן רעש, און מיטברענגען אסאך מיטגלידער פון די משפחה, און אזוי האבן זיי זיך פארשפרייט אין שטאט און פארלאזירט די שטאט פאר אפאר טאג, נישט לאזנדיג קיין טפח אומצוגעדעקט און דא האט "היזהאנער" זיך אינגאנצן פארלוירן און ער האט נישט געקענט זיך באפאסן מיט אזא ריזיגן ציבור, און פאר אפאר טאג געליטן בושות און בזיונות פון אלע זיינע שרים און עבדים וועלכע האבן אים ריכטיג געפרעגט:

היזהאנער! זאלץ און צוקער איז דיין פראבלעם? און מיט אביסעלע שניי קענסטו דיך נישט ספראווען?

היזהאנער זייענדיג דער בעל גאוה וואס ער איז געווען האט ער געענטפערט מיט סארקיזם: אפילו מיט 10,000 שווארצע הוטן קען איך מיך ספראווען.... (דאס האט ער זיך באצויגן צום אידישן פאלק, וועלכע זענען שפעטער ארויף אויף זיין שווארצע ליסטע פון גזירות... ואכמ"ל)

דאס פאלק האט אבער געוואוסט אז ער רעדט פוסטע רייד, און אזוי האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווילאנג די שניי זענען נישט אליינס געגאנגען האט ער נישט געוואוסט וויאזוי מיט זיי זיך אן עצה צו געבן... כן יאבדו כל אויביך ד'.

יעצט פארשטייסטו שוין וואס זאלץ האט מיט שניי? אדער איך זאל גיין ווייטער?

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 5:55 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:יעצט פארשטייסטו שוין וואס זאלץ האט מיט שניי? אדער איך זאל גיין ווייטער?

שוין איינמאל (אלף דגוש) פארשטאנען אבער גיי ווייטער....

;l;p- ;l;p-

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 6:20 pm

דיין שריפט איז מעכטיג, די רעיונות זענען נאך בעסער, גיי ווייטער אנטשולדיגט פארן איבערהאקן

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 6:42 pm

שנאפס האט געשריבן:דיין שריפט איז מעכטיג, די רעיונות זענען נאך בעסער, גיי ווייטער אנטשולדיגט פארן איבערהאקן

אייזן איז נישט דאס ווארט!

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 6:46 pm

עפל מעפס...
9729.jpg

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 9:41 pm

זאלץוואסער האט געשריבן: די מעשה מיט זאלץ און שניי גייט שוין צוריק דורי דורות פון די צייטן ווען אונזערע עלטערן פון די זאלץ זייט, ............................
ג'ווענליך ווען מען זאגט "ער לעבט אין עולם בדימיון" איז עס ווייט פון א COMPLIMENT אבער דיינע דימיונות זענען something else

נופח ספיר ויהלום דיין אויפבלאזען א סיפור איז יהלום'דיג (נישט ג'פערליך א ח מיט א כ ליופי המליצה)

נמשל כבהמות נדמו האסט אראפגעלייגט דעם מושל ווי א פאלנער בהמה

אויף ענגליש איז דא אן אויסדריק אויף א פאכמאנישען שרייבער WORDSMITH זאלצי די האלסט דעם עולם צוגעשמידט צום קאמפיוטער

דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 11:39 pm

מפרעגט מיר דא פארוואס איך שאקל מעך.

זאלצי!!! ;l;p- ;l;p-

פרייטאג נובמבר 09, 2012 7:15 am

;l;p-
אין אזא זאלץ-וואסער מעג מען טינקען צוויי מאל אויך.

פרייטאג נובמבר 09, 2012 9:26 am

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:;l;p-
אין אזא זאלץ-וואסער מעג מען טינקען צוויי מאל אויך.

טינקען??? ווייקען!!!

טרינקען אויך נישט נאר זופען געמיטלעך

פרייטאג נובמבר 09, 2012 11:22 am

אין מיין שוהל האט היינט געהאנגן א צעטל:

צוליב די לאנגע רייעס ביי די הכנות קיוביקלס, האבן מיר איינגעפירט אז זונטאג דינסטאג און דאנערשטאג קענען גיין די וואס זייערע נעמען פאנגן זיך אן מיט די אותיות פון א' ביז ל', און מאנטאג מיטוואך און פרייטאג איז רעזערווירט פאר די וואס זייער נאמען הייבט זיך אן מיט אותיות מ' ביז ת'.

פרייטאג נובמבר 09, 2012 11:38 am

גוט...

פרייטאג נובמבר 09, 2012 11:39 am

אין אנדערע נייעס האט זיך נארוואס געגרינדעט גמ"ח'ן פאר לייסענס פלעיטס אין אלע היימישע געגענטער...

א ראביי אויף דער וועסט סייד

פרייטאג נובמבר 09, 2012 12:09 pm

ווערט געוואר
אז ר' הערשעל שרייבער זז"ג ווייסט אז פרנסה קומט פון רבוש"ע
אז ר' הערשעל שרייבער זז"ג ווייסט אז מ'העלפט א איד בשעת דוחקו
אז ר' הערשעל שרייבער זז"ג ווייסט פון דעם פסוק ומבשרך אל תתעלם
און דערצי א שוואגער א איד ווי ר' משה מענדיל זז"ג (זיין קאנקארענט אין הטבה)
עטעטשמענטס
פלאי פלאים.jpg
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום פרייטאג נובמבר 09, 2012 12:50 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.

פרייטאג נובמבר 09, 2012 12:13 pm

TOTALLY OUT OF CONTROL: Bloomberg Strikes
Again: NYC Bans ‘Chulent’ Donations To The
Homeless
The following is a WCBSTV Report:
Mayor Michael Bloomberg’s food police
have struck again!
Outlawed are food donations to homeless
shelters because the city can’t assess
their salt, fat and fiber content, reports
CBS 2’s Marcia Kramer.
Glenn Richter arrived at a West Side synagogue on
Monday to collect surplus bagels — fresh nutritious
bagels — to donate to the poor. However, under a new
edict from Bloomberg’s food police he can no longer
donate the food to city homeless shelters.
It’s the “no bagels for you” edict.
“I can’t give you something that’s a supplement to the
food you already have? Sorry that’s wrong,” Richter said.
Richter has been collecting food from places like the
Ohav Zedek synagogue and bringing it to homeless
shelters for more than 20 years, but recently his
donation, including a “cholent” or carrot stew, was
turned away because the Bloomberg administration
wants to monitor the salt, fat and fiber eaten by the
homeless.
Richter said he was stunned. He said his family has
eaten the same food forever and flourished.
“My father lived to 97; my grandfather lived to 97, and
they all enjoyed it and somehow we’re being told that
this is no good and I think there is a degree of
management that becomes micromanagement and when
you cross that line simply what you’re doing is wrong,”
Richter said.
But Mayor Bloomberg, a salt-aholic himself, was
unapologetic.
“For the things that we run because of all sorts of safety
reasons, we just have a policy it is my understanding of
not taking donations,” Bloomberg said.
Told that his administration recently enacted the policy,
the mayor was Grinch-like.
“If they did in the past they shouldn’t have done it and
we shouldn’t have accepted it,” Bloomberg said.
Richter said that over the years he’s delivered more than
two tons of food to the homeless. He said Mayor
Bloomberg is eating away at his ability to do good.
The ban on food donations was made by an inter-agency
task force that includes the departments of Health and
Homeless Services.
(Source: WCBSTV)

פרייטאג נובמבר 09, 2012 12:35 pm

דאכצעך מיר אז דאס איז א אלטע מעשה

פרייטאג נובמבר 09, 2012 12:44 pm

דו הערסט מיר אויף צו גאגלען דו...

פרייטאג נובמבר 09, 2012 12:46 pm

כ'דענק נאך ווען ס'איז געווען אין די נייעס, דאכצעך מ'האט אפילו גערעדט דערפון דא אויף אייוועלט,
די מעשה איז צו גוט צו קענען פארגעסן.

פרייטאג נובמבר 09, 2012 1:50 pm

פארוואס האט RABBI JASON
געשריבעו OWNED BY A SATMAR CHASID ???
ווייל ער איז א סאטמארער אדער כאטש ער איז א סאטמארער

דינסטאג נובמבר 13, 2012 11:39 am

נייע תקנה אין די בתי מדרשים : תולדות אהרן חסידים מעגן נאר גיין נאכגעלט ביי די אד מנינים ווי למשל 10:15 10:45, תולדות אברהם יצחק ביי איווען 10:00 10:30

מיטוואך נובמבר 14, 2012 3:18 pm

Today Traffic agents will start giving Parking tickets again 1st time in 2 weeks. Bloomberg says Citi has to start there rebuilding program

מיטוואך נובמבר 14, 2012 3:27 pm

HOW DOES CITIBANK COME INTO THE PICTURE

TO START THERE, REBULDING
OR THEIR REBUILDING

OR IS IT THE SPELLING MISTAKES THAT MAKE IT INTERESTING
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום מיטוואך נובמבר 14, 2012 3:46 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך נובמבר 14, 2012 3:44 pm

OR IS IT THE SPELLING MISTAKES THAT DOESN'T MAKE IT INTERESTING
שרייב א תגובה

Advertisement