מכתב גלוי צו אלע דרייווערס
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 07, 2007 4:25 pm
מיט די ווערטער וויל איך מיך ווענדן צו אלע חסיד'ישע דרייווערס אין ניו יארק סטעיט.
אזוי ווי ס'מאכט זיך אסאך מאל אז מ'פארט אויפ'ן שאסיי אדער אויף א לאקאלע גאס, און ס'פאסירט נישט קיין עקסידענט (דער אויבערשטער זאל אוודאי האלטן די רעכטע האנט), וויל איך אייך געבן אפאר גוטע עצות וויאזוי איר קענט פארזיכערן אז ס'זאל "יא" פאסירן אן עקסידענט.
געדענקט, אויב איז עס אייך נישט געלונגען איין מאל, וועט עס מעגליך געלונגען דאס קומענדיגע מאל!
1) עס איז נישט ערלויבט צו סטאפן ביי א סטאפ סיין. סטאפ סיינס זענען געמאכט פאר קינדער וואס פארן מיט די צוויי-רעדלדיגע בייקס.
2) ובפרט דארף מען געווארנט זיין, ווען איר קומט אן צו א סטאפ סיין ביי אן אינטעסעקשאן, און די קארס אויפ'ן אנדערן ראוד האבן נישט קיין סטאפ סיין, זאל מען נישט קוקן צי מ'קען פארן, נאר גלייך ארויספארן, משום "תעשה ואל שב". אויב מעגליך, זאל מען זיך פארמאכן די אויגן נאך בעפאר מ'קומט אן צום סטאפ סיין, כדי נישט נכשל צו ווערן בשוגג מיט'ן סטאפן.
3) אין ניו יארק סיטי, ובפרט אויפ'ן FDR, איז אומגעזעצליך צו נוצן די בלינקערס צו סיגנאליזירן אז מ'וויל טוישן ליניע. פארלעצער וועלן שטרענג באשטראפט ווערן.
4) ווען א גרויסע געלע אויטא מיט די ווערטער SCHOOL BUS אויפגעשריבן דערויף, שטייט אינמיטן וועג, און ס'בליצט דארט אזעלכע רויטע לעקטערס, איז דאס א צייכן אז דארט דארף מען פארן זייער שנעל, דאפלט ווי די ספיד-לימיט אויף יענעם גאס. צ.ב.ש., אז די ספיד לימיט אויף יענע גאס איז 30, זאל מען "אריבערשמייסן" אויף 60. מ'זאל איגנארירן די פייפערייען פונעם באס דרייווער, וואס מיינט נאר כבוד און געלט. כדי איינצושפארן צייט, איז ראטזאם גלייך צו רופן 911 צו פארלאנגען ערשטע הילף, נאך פאר מ'פארט אדורך דעם באס.
5) אויב איר זענט אין א פארקינג לאט, און ס'איז דא פלאץ פאר דריי אויטאס צו פארקן, זאלט איר וויסן אז דאס איז געמאכט בלויז פאר צוויי אויטאס, ווייל לויט'ן געזעץ דארף זיך איינער פארקן אויף צוויי פארקינג ספאטס. אין פאל ס'איז דא פיר ליידיגע פארקינג ספאטס, זאל מען פרעגן א שאלה.
6) ווען צוויי קארס שטייען ביי צוויי זייטן פון די גאס און איר ווילט אדורכפארן, איז ראטזאם דאס צו טון ווי שנעלער, כדי איר זאלט נישט 'באמערקן' ווי איר האט אראפגערוקט די שפיגל אויף איין זייט און געמאכט א 'דענט' פאר'ן קאר אויף די אנדערע זייט.
7) די סיבה וואס מ'האט געמאכט די אראנדזש לייטס, צווישן די גרינע און די רויטע, איז דערווייל אומבאוואוסט. דערפאר זאל מען דאס גענצליך איגנארירן, ביז די קומענדיגע מעלדונג.
8) אין פאל א פאליציי אפיציר שטעלט אייך אפ פאר פינף פארלעצונגען, זאלט איר נישט האבן קיין אהנונג וואס ער וויל פון אייך. אפשר וועט ער אייך לאזן גיין ווייטער.
9) ווען מ'בעקט ארויס פון א פארקינג לאט, דארף מען שטארק דרוקן אויפ'ן געז פעדעל, און בשו"א נישט קוקן אין שפיגל.
10) אויב איינער פייפט אויף אייך, פייפטס אים צוריק! ווייזט אים ווער ס'קען בעסער!!!