בלאט 1 פון 1

אמאל פלעג איך ווארפן פאשקעווילן, און היינט?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 6:02 pm
דורך גרויזאמער
עס איז אכשיר דרא, איך געדענק אין תשל"ב ווען איך האב געדארפט דורכגיין שבעה מדורי גיהנם פשוט צוצוגיין און זאגן קריטיק וועגן עפעס וואס איך האב זיך געשפירט בא'עוולה'ט.

איך געדענק ווי אמאל האט מיך א ארבייטער פון א ביזנעס זייער נישט שיין באהאנדעלט, זייענדיג שוין אביסל אינעם עולם המסחר האב איך -אנדערש ווי אנדערע - שוין געוואוסט דעם קאנצעפט אז א "ביזנעס דארף סערווירן קליענטן" און נישט פארקערט, האב איך געוואלט צוגיין צום בעה"ב און אים זאגן וואס איך האב צו זאגן.

פרעגט נישט מיט וויפיל ישוב הדעת דאס האט געמוזט צוגיין, איך האב געמאסטן און געוואויגן אלע מיינע אפציעס.

מיין ערשטע אפציעס איז פארשטייט זיך געווען צו שיקן א פאקס אנאנים, (איינער קען מיך דערמאנען אויב די מעשה שטימט? אין תשל"ב איז שוין געווען א פאקס?), אבער דא גייט זיין א פראבלעם, מיין טעלעפאן נומער וועט דאך ערשיינען אויפן פאקס צעטל, און דער בעה"ב מיט די "גאלדענע" גלעזער וועט זיך זיכער נישט פוילען און אפרופן "בעל-עטלענטיק" און געוואויר ווערן ווער דער נומער איז.

איך האב זיך דאן מיישב געווען צו טון דעם מיטל וואס פלעגט דאן באנוצט ווערן אין גרויסן, נעמליך ווארפן פאשקעווילן, אבער מען מוז דאך האבן א טייפרייטער? עס איז נישט אזוי גרינג.

פון די אנדערע זייט האט מיר א שטארקע חרטה געפיל באנומען, וויאזוי מעג מען מבזה זיין א איד בראש כל חוצות? און בכלל, סוף גנב לתליה, מען וועט זיכער געוואויר ווערן אז איך בין דער ווארפער. דאן פלעגט נישט זיין קיין דיגיטאלע אויגעלעך איבעראל, אבער מער מענטשעלעך פלעגן אויפשטיין פארטאגס, און עס קען דאך זיין אז מען וועט מיך כאפן.

בקיצור נאכ'ן דורכטראכטן אלע אפציעס איז די פשוט'סטע עצה געווען: צוגיין צום בעה"ב און אים זאגן וואס איך האב צו זאגן. אוי, עס איז גרינגער אנצוקומען אויפן שפיץ טווין טאוערס פון אינדרויסן.

א נאכט פארדעם בין איך נישט געשלאפן, איך האב געטראכט אלע ערליי וועגן וויאזוי דאס גייט צוגיין, איך גיי אים טרעפן אין בית שני, איך גיי צוגיין צו אים, ער וועט מיר זאגן מיט זיין נערוועזע שטומע: נו? און איך גיי מוזן רעדן שנעל און צום פוינט... אדער גייט ער דאסמאל יא זיין פריינדליך, איך גיי מוזן מקדים זיין אז איך וויל אים ראטעווען זיין ביזנעס...

צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, די בזיונות וואס איך האב געהאט נאכ'ן אים "וועלן" זאגן די "פיעדבעק" איז געווען למעלה מן המשוער. אויסגעהערט האט ער מיר מיטן לינקן אויער, צום סוף האט ער מיר געפרעגט: אה! הייסט דו ווילסט מיך ראטעווען מיין ביזנעס, הא? די דעמאלטצדיגע ביזנעס לייט האבן געהאט אזא סארט טיפ פון לאכן וואס האט צוגאסן שרעק אין אלע גלידער, חע חע חע חע... ראטעוווע מיר נאר נישט מיין ביזנעס, איך מיין אז כולל אינגעלייט זאלן זיך קומען לערנען צו מיר ווי איך זאל גיין צו זיי...

אוועקגייענדיג האב איך נאך עספייעט צו הערן ווי ער טרייבט קאטאוועס פון מיר פאר זיין גאנצע טיש...

דאס קומענדיגע מאל וואס איך האב געהאט עפעס פיעדבעק איז עס געווען אויף א אופן פון... יא, איר האט צוגעטראפן, א פאשקעוויל! איך זאג נישט איך האב עס אליינס געווארפן, אבער איך האב אנגעקניפט פריינדשאפט מיט די ריכטיגע חברה, און עטץ קענטס זאגן פאר די אינסטאנצן, די סטאטוע פון לימיטאציע איז שוין סייווי אפגעלאפן.

די קומענדיגע טאג ווען די שטאט האט גערודערט האב איך געהערט אין מקוה מענטשן שמועסן: פארוואס דארף מען איינעם מבזה זיין ברבים? פארוואס קען מען אים דאס נישט זאגן איידעלערהייט?

איך האב מיך געוואלט אנרופן הויעך אז די ווידער קול זאל שאקלען די מקוה וואסער: הא????? וואס זאל מען טון???? זייט ווען הערט מען מיך אויס? איך האב דאך נישט קיין פעטע בייכל, איך האב נישט קיין בערישע שטומע, איך מאך נישט אוועק יעדעם אין קאווע שטיבל, פארוואס זאל מען מיך אויסהערן בכלל? יעצט רודערט די גאנצע שטאט? שוין, דאס האב איך געוואלט.

*

צייטן זענען פאראיבער, ביליאנען אונסעס וואסער זענען שוין דורכגעלאפן ביי תשליך זינט דאן.

מען קען זאגן אז קעגן דעם אינפלאציע ראטע וואלט זיך פארלאנגט פיל מער רעספעקט פאר יחיד'ישע דעות.

וויפיל געשעפטן רעספעקטירן און נעמען ערנסט אייער קאמפלעינט? וויפיל מוסדות שפירט איר זיך באקוועם צוצוגיין צום מנהל און זאגן אז איר שפירט אז דאס און דאס איז צו שווער פאר קינדער דעם עידזש וכדומה?

היינטיגע צייטן איז פארהאן א אינטערנעט, ווי מען קען זיך אויסגעבן און זאגן וואס עס עגבערט, מען קען אסאך שנעלער אויפרודערן א דעת הציבור, מען קען זאגן וואס מען האט צו זאגן אן דארפן דורכגיין אלע שוועריקייטן. זאל קיינער נישט קומען מיט קיין טענות פארוואס מען רעדט נישט צו די "עסקנים"... ווייל יא, יחידים וואס האבן נישט קיין קאנעקשענס האבן די זעלבע רעכט צו האבן א דעה ווי די גרויסע מויל מאכערס.

וויפיל לענדער האבן זיך שוין געבראכן צום אינטערנאציאנאלע ווינט פון פרייהייט? אלעס דורכ'ן אינטערנעט... שטעל דיך פאר אכאמאד אלל אכבער זאל אריינגיין צום ליביע פרעזידענט קאדאפי און אים פרעגן איידעלערהייט: איך מיין אז מען וואלט געדארפט אביסל געבן פאר די בירגער פון די געלטער וועלכע פליסן אריין אין די רעגירונס קאסע... אונטער א מינוט וואלט זיין קאפ פארוואנדלט געווארן אין א סעפערירטע טאבע.

זינט ער האט אבער אויסגעפונען אז עס עקזיסטירט אזא זאך ווי פעיסבוק, האט ער אונטן אין זיין קעלער זיך גענומען טייפן אפאר ווערטער, וואס האט געפירט דערצו אז ליביע איז ענדגילטיג פריי.

דער אינטערנעט האט געברענגט אין די גוי'שע וועלט גאר א שטארק אויפוואכונג אז מען מוז "יעדעם" צופרידנשטעלן, יעדער קען מיט זיין טעלעפאן כאפן א ווידיאו און עס פאבליצירן אויף יו טיוב, אפגעזען ווי מאכטפול יענער איז, יעדער שטילער טיען-עידזשער קען האבן א בלאג מיט טויזנטער באזיכער. די געשעפטן און אינסטיטוציעס ציטערן פון יעדעם. זיי לייגן אריין גרויסע כוחות אז די קאסטומער סערוויס זאל זיין אזאנס וואס מען זאל זיך נישט דארפן שעמען ווען עס קומט אן צו יו טיוב.

עס איז נאך בכלל נישט קיין עולם התיקון דארט, אבער עס האט אויפגעטון גאר אסאך.

ביי אונז אידן איז עס אבער נאך ווייט פון דעם, מען באשמוצט נישט צופיל פערזענליך אויפן אינטערנעט, און אוודאי נישט אויף היימישע סייטס, אבער דאך, אומבאשמוצטערהייט קען מען צומאל רעדן אויפן אינטערנעט פון דעם געשעפט'ס - ארגאניזאציעס מעלות און יענעמס חסרונות.

לעצטנס איז געווען א פאל ווען עימיצער האט געוואלט אויסנוצן זיין "פאוער" פון קאנעקשאנס אויף א אינגערמאן, און יענער האט דאס פאבליציריט אויף יו טיוב, און לויט ווי איך הער האט דאס געווירקט.

איז אבער היות ביי אונז אידן איז אינטערנעט לעצטנס האלב אויסגעשפילט, האב איך דאך מורא אז די "אלטע צייטן" וועלן צוביסלעך צוריקקומען...

איך בין אריין לעצטנס אין א גראסערי געשעפט, און זעהנדיג אז די פרידזשידער איז אויף 45 דעגרי בין איך צוגעגאנגען צום געשעפטס אייגענטומער און איידעלערהייט מעורר געווען אויף דעם. איך האב נישט געגלייבט וואס מיינע אויגן האבן געזען, דער געשעפטסמאן האט מיך ארומגענומען צו אלע פרידזשידערס און געוויזן אז איבעראל איז גוט נאר יענע פרידזשידער האט ער זיך שטארק געמוטשעט, ער האט זיך אויסגערעדט אלע זיינע פראבלעמען וואס ער גייט דורך מיט די פרידזשידער, ער האט גערופן זיין טעכניקער בשעת איך בין דארט געווען און אים אנגעווארנט אז דער פרידזשידער מוז מען זאפארט פיקסן.

אזא רעאקציע האט מיך געברענגט אין טאטאלן שאק, איך געדענק נישט לעצטע מאל וואס "פיעדבעק" זאל זיין אויפגענומען מיט אזא ערנסטקייט. ברויך עס טאקע אזוי זיין אז אזא פאל זאל זיין א יוצא מן הכלל?

פון די אנדערע זייט בין איך צוגעגאנגען צו מיין קינד'ס לאנטש רום רבי און אים מעורר געווען אויף עפעס א מעשה וואס ער האט פארציילט, די ביטול מיט וואס ער האט מיך אנגעקוקט האט מיר ווידער צושאסן. ווען איך גיי ווען צום מנהל איז ער מלא טענות פארוואס איך קען נישט גיין גלייך צו אים.

בקיצור, טוישן די וועלט קען מען נישט, אבער די תמצית איז קלאר: אויב שטעלט איר עפעס צו פארן ציבור, נישט קיין חילוק וואס, זאלט איר נאכלויפן נאך דעות פון מענטשן, הערן און זיין סענסעטיוו, זיי צופרידנשטעלן בלויז מיטן אויסהערן און ווייזן מיטגעפיל.

מענטשן האבן ליב זיך צו לאזן הערן, און יא, מענטשן וועלן אייביג ליבערשט געבן נעגאטיווע קאנסטראקטיווע פיעדבעק ווייל דאס באמערקט מען געווענליך בעסער, אבער אויב האט איר נישט קיין נערווען דערצו זענט איר דורכגעפאלן, אפגעזעהן צו עס וועט זיין ארויפגעלייגט אויפן אינטערנעט אדער נישט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:20 pm
דורך שפיציג
א שטארקע פוינט און זייער שיין ארויסגעברענגט דעם אכשר דרא..
לגבי אידישקייט קען מען דן זיין די מעלות און חסרונות, אבער מ'רעכענט זיך זיכער מער מענטשן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:23 pm
דורך און וואס נישט
גוט געזאגט פיין געזאגט גוט שבת!!! (עס גייט מיט די ניגון, ווייסט וואס איך מיין יא?, איך האב זיך דערמאנט פון די בדחן נעכטען ביים מצוה טאנץ ווי ער האט באוויינט די פריעדיגע יארען)
זייער גוט אראפ געלייגט, נעם א גרינעם

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:44 am
דורך מאנ-יימער
איך וויל געבן פיעדבעק אויף די ארטיקל אבער וואס וואו ווען דער גרויזאמער גרויזאמט מיר אין די פויסטן, מוז איך ארויפקומען אויף די אינטערנעט (זאלצי מיר ווארטן נאך אויף א געהעריגע הסבר וואס ס'מיינט "אויף" די אינטערנעט") און זיך דא אויסגעבן

גרויזי זייער א גוטע פוינט און זייער גרויזיג ארויסגעברענגט

נ.ב. איך ווייס נישט צו ס'שוין דעמאלטס געווען פאקס מאשינען אבער בעל עטלענטיק האט נאכנישט עקזיסטירט דעמאלטס

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 8:35 am
דורך קרעטשמע מאן
נע נע נע... נישט מיט גרויזאמער.. קיין פאשקעווילן ברויך איך נישט.. לאמיר זיך שוין באדאנקן פאר די אויפריכטיגע אפשאצונג!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 8:39 am
דורך געלעגער
חח זייער זיס צוריק צו קוקן און זען וויאזוי די וועלט פארט פארנאויס מיט אזא שנעלע געלאפ. (גרויזי פאר די קעפל פונעם ארטיקל אליינס קומט זיך דיר א מעדאל)

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:40 am
דורך שלעפשיץ
איך משל מיר אויס א-ווי גרויזי רייסט אריין אין געשעפט
רוקט ארויף זיינע רונדיגע אויגן מער ארויפצו.

הייבט אן מאכן מיט די הענט און פיס, כדי יענער זאל כאפן וואס ער וויל................
גרויזי טוה מיר א טובה הער אויף! ;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:36 am
דורך צום זאך
אינטערעסאנט איך האב געליינט דעם ארטיקל אין די יעלות (חרדישע אויסגאבע פאר פידבעק, בויך וויי, הימל געשריי וכו') פון דעם חודש, זעט אויס אז זיי ווייסן נישט אז היינט קען מען גרינג כאפן אז זיי גנב'ן ארטיקלן פון די אינטערנעט.

אלץ געשעפט אייגענטומער קען איך נישט מער ווי מודה זיין צו יעדעס ווארט דא, עס איז אנדערע צייטן היינט, מ'קען שוין נישט אנפראסקען א קאסטומער פארן נעמען מילך פון בעק פונעם שעלף, מ'קען מער נישט אויפהענגן קיין דרעס קאוד וואס דיסקרימענירט קעגן מאנקי'ס, אלעס ציטערט היינט פון די מידיע.

אבער מיין נישט אז זאכן גייען דא בלייבן שטיין, די טעכנעלאגיע לויפט ווייטער פאראויס, און 20 יאר ארום וועלן זיין ריזיגע סקרין'ס אין אלע גראסערי'ס יעדער וועט קענען וואטשן לייוו, דער געשעפט אייגענטומער וועט אריינזומען ווען גרויזאמער פאקט אויס א גאנצע שעלף מילך, טראסקעט באטלעך רעכטס און לינקס אלעס כדי צו קענען צוקומען צו די מילך פון בעק וואס מיט די דעמאלסדיגע טעכנעלאגיע גייט עס הערשט ווערן פריש נאר נאך וואס די מילך פון די פראנט וועט זיך האבן אויסגענוצט, א מינוט פארדעם גייט עס נאך זיין זויערע קעיז!

די קעפל דארף זיך ווען ליינען "אמאל פלעג איך ווארפן פאשקעווילן, און היינט? און אין 20 יאר ארום?" היינט דארף דער אייגענטומער דינען דעם קאסטומער, ס'וועט נאך קומען איין טאג וואס ער וועט זיך אפרעכענען. שניים עשרה שנה עבדו את כדרלעמר ושלש עשרה שנה מרדו!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:07 pm
דורך leiby
קוקט אויס ווי צום זאך האט א נאטיפייער ווען גרויזי שרייבט עפעס, ווי שאפט מען דאס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:10 am
דורך געלעגער
איך האב ערווארטעט אז צום זאך וועט ענפערן "היינט עפן א האט ליין"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:36 am
דורך קרעטשמע מאן
געלעגער האט געשריבן:איך האב ערווארטעט אז צום זאך וועט ענפערן "היינט עפן א האט ליין"

צום זאך זוכט נישט אז איינער זאל גיין קאמפעטישן מיט אים דירעקט. ער וועט אזא עצה קיינמאל נישט געבן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:53 am
דורך moshele11211
גרויזי יאפ'ס מורא'דיג שיין אראפגעשטעלט די היינטיגע מציאות, כ'געדענק נאך ווען דער וואס האט געקויפט איז געווען די ארבייטער פאר די בעלי בתים פון די סטאר'ס, מען האט געציטערט צו גיין קויפן זאכן, היינט...

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 25, 2012 11:11 pm
דורך משה קארנפעלד
אזונס שוין לאנג נישט געליינט!

פאר דעם אליינס אז גרויזי זאל תשובה טון פאר זיינע פאשקווילן ווארפעריי האט זיך אלעס געלוינט.