א טראגעדיע!!! (משלי ים המלח. מדור אמונה)

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

א טראגעדיע!!! (משלי ים המלח. מדור אמונה)

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:12 pm

הערט א מעשה, און לייענט רואיג! באשולדיגט מיך נישט אין משוגעת ווייל איך וויל ארויסברענגען א נקודה וואס איך האף איר וועט פארשטיין

ומעשה שהי' כך הי'

ערגעץ ווי אין א שטיל ווינקל צווישן ביימער און גראז איז א ריזיגע אסיפה פאררופן געווארן מיט קיין שום פריערדיגע ווארענונג. דער גובערנאטאר פונעם פלאץ שטייט אויבנאן און די געמיינדע וויכטיגע און נישט אזוי וויכטיגע מיטגלידער פון די געמיינדע דרייען זיך ארום, עס איז נישטא קיין בענקלעך אדער טישן ווייל דארט אין לאנד פירט מען זיך, נישט צו זיצן ארום טישן ווען מען קאנפערירט, אפילו דער יו"ר שטייט אויף די פוס, און יעדערער אין פלוין דרייט זיך ארום ווי אן קיין ציל, ווארטנדיג צו הערן וואס וויל דער גובערנאטאר היינט?

מיט א שטילע שטימע ווי זיין געוויינליכער שטייגער עפנט דער גובערנאטאר די אסיפה און פאררופט זיך צו א שרעקליכע טראגעדיע וואס פלאגט זיין קאנסטיטשענסי.


מיינע טייערע פריינט! שוין א לאנגע צייט וואס מיר ליידן אויף א שרעקליכע נאטורליכע אויסברוך ווי איר אלע ווייסט יעדע שטיק צייט קומט אראפ א ריזיג שווארצע מאסע פון ראבער און לעדער און צומאל אויך זאמדלעך און שטויבלעך און צודריקט און הארגעט צומאל צענדליגער אדער הונדערטער פון אונזערע מיטגלידער, מיר האבן דאס אנהייב נישט אזוי ערנסט גענומען קלערנדיג אז עס איז א צופאל, אבער עס איז געקומען צו א מצב פון אוי לי אם לא אומר, דעריבער האבן מיר זיך געוואנדן צו די סייענטיסטן און סייקאלאדזשיסטן, און מעטעראלאדזשיסטן, אויסצוגעפונען אויב דאס איז א נאטורליכע דיזעסטער אדער א וועטער אויסברוך, אדער אפשר גאר א משוגעת אויסברוך. און יעצט וועלן מיר האבן די זכי' צו הערן פון אונזער אלעמען באליבטן סייענטיסט מר. מערעטשקע פון די בארימטע מערעטשקע סייענטיפיק משפחה.

אזוי איז די אסיפה אנגעגאנגען אין די געמיינדע פון די "מורישקע'ס" ווי מ'האט זיך געפלאגט צו פארשטיין די נייע אנשיקעניש ווען מ'זעהט א ריזיג שטיק לעדער טוט לאנדען אויף די געמיינדע און הארגעט אוועק הונדערטער און טויזנטער מעמבער'ס פון די משפחה...

מר. מערעטשקע: לויט אונזערע שטודיע'ס קומט די מאסע פון לעדער און ראבער פון א לאנגע צייט אנגעהויפנטע שטויבעלעך וואס זאמלט זיך אן אין די לופט און דאס טוט שאדן פאר די ענווייראמענט, און אויב וועלן מיר נישט שוין עפעס טון דערצו, וועט מיט די צייט די גאנצע לופט ווערן א שטיק לעדער און מיר אלע וועלן שטארבן אלס רעזולטאט.

קולות צווישן די גערופענע: מר. סייענטיסט וואס קען מען טון???? מר' סייענטיסט ווי קען מען לויפן??? מר' סייענטיסט זענט איר זיכער מיט אייער אנאליז?

מר. מערעטשקע: שששששש טייערע פריינט! רואיג! מיר ווייסן קלאר אז אונזער אנאליז איז ריכטיג, ווייל לויט אונזער שאצונג פון אבזערווירן א גרינעם בלאט וואס איז דא אריינגעפאלן אין אונזער קעמפ שוין זייער א לאנגע צייט צוריק מער ווי דריי טאג, און עס פאנגט אן צו ענדערן קאלירן פון גרין צו ברוין, זעהן מיר אז די וועלט שטייט שוין מער ווי א האלב יאר, עס איז אפילו דא א סברא אז עס גייט שוין צוריק אזוי לאנג ווי דריי גאנצע יאר, און פארדעם איז אויך געקומען אזא עפידעמיע וואס האט אומגעברענגט די מעריטשהייט, און דאן האט זיך די וועלט נאכאמאל אנגעהויבן ווי מיר זעהן קלאר לויט די נייטונגען פון דעם בלעטל וואס איר קענט אלע זעהן.

אונזערע גבורים האבן שוין פרובירט צו רוקן דעם בלעטל און נישט געקענט, און יעצט ווען די קאלירן טוישן זיך זעהט מען קלאר אז עס ווערט גרינגער צום רוקן דעריבער איז לאגיש צו זאגן אז אזוי ווי דער בלעטל ווערט צוביסלעך אויס, וועט די גאנצע וועלט נאכאמאל ווערן אויס, און עס וועט זיך צוריק אנהייבן.....

אויף די פראגע פון, וואס צו טון יעצט? מיר קענען נאר איין זאך טון, מיר מוזן אנהייבן צו היטן אויף די אנווייראמענט! יעדער וועט מוזן פון היינט אין ווייטער טאג איין טאג אויס איינשלינגען א שטויבל צו מינימיזירן די שטויבל אוואלוציע און אזוי ארום וועלן מיר אפשר קענען עלימינירן די ריזיגע לעדערנע מגיפה...

גובערנאטאר: ישר כח הער מערעטשקע. יעצט וועלן מיר הערן עצות און אנאליזן פון אונזער אלעמען געשעצטן מר' מערעטשקאוויץ דער גרויסער פסיכיאטאר.

מר. מערעטשקאוויץ: אונזערע פסיכיאטארישע פראפעסארן האבן זיך שוין געפלאגט זייער א לאנע צייט צו פארענטפערן די פינאמענע און וואס ברענגט די עפידעמיע. און נאך שטודירן די מורישקע מח זייער גרונטליך זענען מיר געקומען צו די פאלגענדע החלטות: דער אמת איז אז מיר מורישקע'ס זענען נישט בכלל פארהאנדן אויף די וועלט, און מיר לעבן אין א גרויסן חלום, און אין די טעכנאלאגישע וועלט ווי מיר געפונען זיך היינט ווי מיר קענען זיך באהאלטן אינטער א עפל פאר א לאנגע צייט ווייל ס'איז באשפריצט מיט כעמיקאלן פון די "מענטשהייט" דאס מאכט אונז חלום'ן מער ווי געוויינליך. מילא איז אונזער אויספיר אז די גאנצע לעדערנע מגיפה איז א חלום און מ'דארף ארבעטן צו מסביר זיין פארן מוח אז ס'איז נישט אמת עס איז או סי די און בי בי די וכו....

געוואלד..... ראטעוועט..... לויפט...... די לעדער איז דא! שרעקליך! אינמיטן אזא שיינעם כינוס און די עפידעמיע איז דא! העלפט! מען הערט פארצווייפלטע רופן פון די צוטרויטענע און ווי אלעמאל ווערט די מאסע לעדער פארשווינדן, און דער עולם שטייט פארגאפט ערשטוינט און געפלעפט נישט וויסנדיג וואס צו זאגן פאר די אומגליקליכע משפחה מיטגלידער פון די נארוואס אומגעקומענע. און די לופט ווערט מער און מער אנגעצויגן, די שרעק וואקסט הויך, עס הערשט א טאפנדע שטילקייט.

ביז די שטילקייט ווערט געבראכן פון הער מייערטשקע וואס שרייט ווי מיט נישט זיין שטימע: ווארפט אראפ דעם פאררוקטן פסיכיאטאר, ער שטייט און דרש'ט אז מיר חלומ'ן און דא קוקט וואס האט פאסירט!!!

מר. מעריטשקאוויץ: ווארט! נישט אזוי ווילד! לאמיך מסביר זיין! ווער זאגט אז דאס וואס די האסט יעצט געזעהן איז נישט קיין חלום? וכו' וכו'.

גובערנאטאר: יעצט וועלן מיר הערן לעסט באט נאט ליעסט אונזער אלעמען באקאנטן מעטעראלאדזשיסט וועט זאגן א וועטער ריפארט און צו דאס קען אפעקטירן די לעדער מאסע מגיפה. מר' לעזעריטשקע יו אר אן:

מר לעזעריטשקע: מיינע טייערע מורישקע'ס לויט אונזערע פראפעסיאנאלע אנאליזן האט דאס אסאך צו טון מיט די היץ וואס ברענגט א כוואליע פון אטאמען וואס נעמען זיך צוזאם און פארמירן א לעדערנעם אויבערפלאך וואס פאלץ אויפן ציבור. דעריבער איז אונזער רעקאמענדאציע דער עולם זאל זיך באהאלטן אינטער שטיינער, עפל, בלעטער, ווען די זון שיינט, און אזוי ארום ווערן געהיטן פון אלעם בייזן.

די אסיפה איז געשלאסן געווארן מיט א הייסע געזאנג פון די מורישקע הימנע "אין די לאנד פון מורישקע'ס, פול מיט עפל און בוריקע'ס" עפעס אזוי. און איינשטימיג אנגענומען די פארשלאג אז דאס האט צו טון מיט די היץ און מ'דארף זיך באהאלטן....

וואס זאל איך אייך זאגן איר קוקט מיך אודאי אן משוגע פארן זיך צוהערן צו א אסיפה פון די מורישקע'ס אבער נייגעריגקייט איז אן קיין גבולים, האב איך געווארט אויף די קומענדיגע מודעות פון די נעקסטע אסיפה וואס איז שנעל געקומען, און דארט האט מען אין קורצן אויפגעברענגט פארדאכטן אז עס האט נישט מיט היץ והא ראי' אפילו אין קאלטע וועטער'ס גייט אן די מגיפה... און אזוי איז געווען אסיפות קטנות וגדולות, מיט עצות און איידיע'ס איינס בעסער פון צווייטן, ביז די האלבע יאר חיות זייערע איז אויסגעגאנגען מלא קשיות אויף די בריאה....

לענינינו: מיר דרייען זיך ארום אויף דעם קליינעם וועלטל און מיר זענען כחגבים בעינינו און כל שכן זענען מיר ניטעמאל א שטויבל אין די בריאה, אבער ווען עס קומט צו שטודירן דעם הייליגן באשעפער'ס וועלטל, מיינען מיר אז מיר מוזן אלעס פארשטיין, און אויב מיר פארשטייען נישט וועלן מיר דרייען מיטן פינגער ביז עס דרייט זיך אראפ, אדער וועלן מיר ח"ו בלייבן מיט קשיות (נישט אויף אונז געזאגט, איך רעד פון די נייע כפירה באוועגונג) ה"י.

דערפאר איז מיין מעסעדזש צו די אלע קאקעראוטשעס, און קליגע פראפעסארן מענטשעלע-מערעטשקע'ס: לאזט אונזער הייליגן באשעפער פירן זיין וועלטל, ער האט דאס ביז היינט געפירט אן אייער הילף... ווייל איר זעהט אויס ווי די מערישקע'ס וואס מיינען אויף די שיך אייערע אז דאס איז א ראבער עפעדעמיע, און איר לאכט אודאי פון די נאאיווע מורישקע'ס, וויסן זאלט איר אז עס איז דא ווער עס לאכט פון אייך אויך... אויב מיינט איר אז אין דעם מוח קטן אייער'ס פיל מיט פארפוילטע דזשעלי דארף אלעס פארשטיין און אן דעם וועט איר שטעלן ח"ו פראגן קעגן די בריאה, דאן אנשטאט צו פרעגן די קשיות קענט איר מיך דזשוינען ביי די מורישקע מיטינג, און אפשר אויך אריינרעדן אמאל מיט א עצה.

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:28 pm

אין אנדערע מוריטשקע נייעס:
געפונען געווארן א טיילענאל בלעטל מען וועט שיקן א דעלעגאציע צו הרב זאלציקע
אייניקל פונען גראבן זאלץ וואס האט אוועק געפירט א רייע מורישטקע פאמילעס

מען וועט געבן די טיילענאל פאר זאלץוואסער .............. ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:44 pm

ממש חידושים בכל יום תמיד...ניש קיין שלעכטע פוינט.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:44 pm

שלעפשיצל שלעפשיצל! רייס מיך נישט אינטער! פרעג איבער אויב די שפירסט די פארשטייסט נישט מיין פוינט... וואס שיקסטו מיך גלייך טיילענאל?

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:48 pm

איך פארשטיי פיין
איך האלט נאר, דו בוסט צו גוט

(סע איז למשל איך זאג בוסט גוט) אין בחורישע שפראך
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2012 3:56 pm

תגובהדורך פארוואס נישט... » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:02 pm

געוואלדיג פאסיגער משל, אוואו א שיך צו א פוס... א דעקל צו א טעפל... בעסער!?
עם, אה.. א משל צו א נמשל! דאס איז עס.

אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:28 pm

תגובהדורך על דא ועל הא » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:53 pm

אין וואס איז מיטן תן דעתך שלא תחרב את עולמי?
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:35 pm

גיוואלדיג! געוואלדיג!

נאר אמונה נאר אמונה אין בורא כל עולמים....

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:36 pm

על דא ועל הא האט געשריבן:אין וואס איז מיטן תן דעתך שלא תחרב את עולמי?

יו אר אוו טרעק, די ארטיקל איז נישט געווידמעט קייגן ענוויראמענטאליסטן, נאר קייגן כפירה בה'.

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:56 pm

די מורישקע הימענע איז דאך געוואלדיג!!

עיקר שכחתי, ביסטעך מורא'דיג, זיך אזוי אריינצולייגן אין מורישקע שיך ברויך מען קענען...

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:03 pm

א נייע גירסא אין "לך אל נמלה עצל, ראה דרכיה וחכם" מעק אויס "עצל" שמע דבריה ו.....

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:51 pm

זייער טרעפליך

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 8:44 am

ווינקל האט געשריבן:
על דא ועל הא האט געשריבן:אין וואס איז מיטן תן דעתך שלא תחרב את עולמי?

יו אר אוו טרעק, די ארטיקל איז נישט געווידמעט קייגן ענוויראמענטאליסטן, נאר קייגן כפירה בה'.


פיין געענטפערט!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2699
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 5:00 pm

כ'האב זייער הנאה געהאט פון דיין פוינט זאלצי.
כ'האב ביי מיר שוין לאנג געטראכט, א קלוגער מענטש, ווען ער איז אויף א פלאץ ווי אסאך גרויסע חכמים זענען זיך צוזאמגעקומען, און ער פארשטייט נישט אדער האט ער נישט ארויס דעם נושא וואס זיי רעדן, וועט ער זיין שטיל און נישט פרובירן אריינצורעדן בכלל, ווייל יעדער וועט דאך זעהן וואסערע חכם ער איז, ער ווייסט דאך נישט וואס טוט זיך מיט זעך, משא"כ א שוטה וועט אנקומען מיט זיינע גוטסלעך, און ווען קיינער וועט נישט לאכן דערפון, וועט ער בלויז באשליסן אז זיי זענען א באנדע טפשים, זיי פארשטייען נישט קיין עסק, מ'קען מיט זיי נישט רעדן, און ער וועט געבן אזא דריי מיט די נאז, נעה.
לענינינו, ווען א מענטש האט אמאל קשיות (איך רעד פון קשיות וואס קומט אויף נישט דורך חקירה, לדוגמא: מה לפנים וכדו') און ער הייבט אהן צו קלערן, "ווי אזוי קען זיין אזוי און אזוי?" און ס'איז דאך באמת דא פראגעס וואס דרוקט מענטשן. איך רעד שוין נישט ווען מ'קוקט זיך אום, און מ'זעהט פיינע וואוילע אידען מאכען מיט צרות ר"ל, און די טבע איז מ'וויל פארשטיין. און מ'האט אמאל שוועריקייטן צו אפמאכן, "אין לי עסק בנסתרות".
זאל זיך א מענטש אריינטראכטן, פארוואס האב איך דען די און די קשיא? פארוואס פארשטיי איך נישט די הנהגת הבורא? ס'איז דאך נאר ווייל א מענטש איז מוגבל אין זמן און מקום, מ'קען נישט טראכטן אז ס'איז דא אזא מין זאך ווי "אייביג" און פארן וועלט באשאף וכדו'. דאס איז די איינציגע סיבה א מענטש קען נישט באגרייפן די זאכן אויף די וועלט.
מ'פארציילט פון צדיקים, וואס האבן זיך אפגעשמועס'ט איינער מיטן צווייטן, צו קומען אין חלום נאכן פטירה, זאגן וואס מ'זאגט אין הימל אויף די און די קשיות, זאל פרעגן ביים בוכ"ע וכו', און ס'איז אריבער א לענגערע צייט ביז ער איז געקומען. האט ער אים געפרעגט וואס מ'זאגט צו די קשיות. האט ער געענטפערט, אז גלייך ווען ער איז ארויפגעקומען אויבן, איז אים שוין גארנישט שווער געווען, ער האט שוין נישט געזעהן קיין קשיות צו פרעגן.
וואס מיינט דאס? דאס מיינט אז גלייך ווען מ'טוט אויס דעם גשמיות'דיגן לבוש, און די רגע איז מען מער נישט קיין בעל גבול, מ'זעהט אלעס מיט א געוואלדיגע קלארקייט, און אלע קשיות גייען פון זיך אליין אוועק.
א מענטש זאל זיך אריינקלערן צי קוקט ער נישט אויס ווען ער מוטשעט זיך אזוי מיט קשיות, ווי דער טיפש הנ"ל וואס ביי די מיטינג האט ער זיך געפילט גוט אז ער האט קשיות און די חברה פארשטייען נישט צו אים. אויב האסטו קשיות, איז עס ווייל דו ביסט א באגרעניצטער מענטש, יא יא א מצומצם.......דו ביסט א מצומצם, נישט קיין אפענער מוח ווי דו ווילסט זיך אנרופן, ממילא שעהם זיך פאר דיר אליין, זאג נישט פאר קיינעם וואספארא מוח קטן דו האסט, הלמאי, דו ביסט מוגבל אין זמן און מקום, מצומצם מיטן גרעסטן צומצום וואס שייך.
א מענטש זאל זיך אריין קלערן ווי מ'לאכט פון אים אויבן, ווען ער מוטשעט זיך מיט זיינע קשיות, און האלט זיך נאך פאר א חכם...גענוג מאריך געווען.
דער רבוש"ע זאל אונז העלפן און אונזער שפל המצב וואס מ'געפון מיר זיך, מ'זאל מיר קענען ביישטיין די נסיונות, און נישט זיין פון די וואס ווערן פארפאלן מיט די מאורעות הזמן.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 5:19 pm

זייער גוט געזאגט מר. הענעטי!

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 6:58 pm

זאלצי!! אזא השפעה פון אמונה אריינגעגאסן אין די ביינער, עס זינגט זיך אינטער די ניגון פון יונתן שווארץ, מענטשעלע מענטשלע............. דו קענסט נישט אלעס פארשטיין.......

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:58 pm

האם מישהו יודע מדוע גובה פני ים המלח נמצא בירידה?

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:26 pm

איך בין פשוט א פיינער מענטש, איך וויל נישט זיצן אויבן אן אזוי לאנג... איך מאך פלאץ פאר א צווייטן אויך...

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:22 am

דו לאזט דעם אויבן אן ליידיג
ווען סע ווען דא אנדערע רבנין וואס ווארטן אין די ליין איז איין זאך

איזהו חכם המכיר את מקומו - get back to work
;l;p-
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

דער פארזיצער איז אנטלאפען ???

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:17 pm

שעפעלע האט געשריבן:וואס איז מיין דשאב אלטס יו"ר פין דע וועלט בארימטע זאלץוואסער באוועגונג? איך מיין איך דארף טוישען מיין נאמען עס פאסט נישט אז א שעפעלע איז יו"ר פין אזא גרויסע באוועגונג....
אדער טאקע משנה שם ג'ווען????
צוגעלייגטע
CHAIRMAN.png
CHAIRMAN.png (9.67 KiB) געזעהן 2549 מאל

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:21 pm

איך בין ב"ה צוריק! איר קענט גיין לייענען מיין נייעם ארטיקל. און לגבי שעפעלע, מיין איך אז איך וועל מוזן נעמען א נייעם יו"ר... אויסער אז ער וועט זיך פארבעסערן ביי די ארבעט. איך האף נאר אז ער מאכט ערגעץ געלט...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2012 12:21 pm

זאלצי אזוי זאפטיג
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:50 pm

ארויסגעפרינט און געלייענט, יש"כ
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג אוקטובער 20, 2016 5:12 am

הנאה געהאט סיי פון די משל-מעשה עס איז גאנץ קיוט, און סיי פון די אויספיר, זאלצי זאגט צו די זאך.

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » דאנארשטאג אוקטובער 20, 2016 11:41 am

בכלליות איז די משל געוואלדיג! אבער אין רעאליטעט זענען די פראפעסארן בדרך כלל ווייט נישט קיין דאום קעפ, ''חכמה בגוים תעמין'' דאקעגען זענען אבער זייערע מסקנות רוב מאל העכסט נאריש ולדוגמה 'גלאבעל ווארמינ''ג' איז א פאקט, אבער די מסקנה אז דאס קען חרוב מאכן די וועלט און אז מיט'ן ניצן פעפערנע בעג'ס וועט דאס ראטעווען האט קיין שום זיין נישט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט