ל"ג בעומר יומא דהילולא דהתנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

איך האף אז נעקסטע יאהר וועט מען שוין נישט דארפן ארויפברענגען
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

טהור-עיניים האט געשריבן:אקעי, רבותי לכבוד לג בוימער, וויל איך זיך באהעלפן מיט די געטרייע חברים דא.

איימאל האבעך שוין געהאט אזא פראבלעם און די חברה דא האבן מיר געהאלפן, אפשר וועטעס יעצטויך געלונגען, איז לאמיר זען.

איך האב אמאל געהאט א דשיקוב'ער טעיפ מיט זייער א הערליכן ניגון אויף בר יוחאי, א שטייטער ניגון, נישט קיין שנעלער, אבער עפעס געוואלדיג שיין, מיט א ריכטיגן טעם זקנים אזש איך פלעג זיך באלעקן די פינגער מיט דעם ניגון, אזא פארצייטיש חסידיש זמר'ל וואס צוגייט אין אלע גלידער און לאזט איבער א טעם אויף א לאנגער צייט דערנאך.

אבל דא עקא, אז ס'קאסעטל איזמער נעלם געווארן ווי אין ים אריין, און פאר קיין געלט קען איך עם געפונען.

ע"כ בקשתי שטוחה לפני כל באי בית קרעטשמא הזה. ביטע העלפט ארויס א ברודער אין א שווערע צייט. אויב האט איר דעם טעים אדער סידי ערגעץ, אדער גאר דעם ניגון. דאן טיט דאס פליז ארויפלאדענען אינעם כלי אריין אז מ'זאלעס קאנען אראפלאנדענען און אויסהערן דא יעדער'ער ביי זיך.

מיט גרויס דאנק פון פראנויס.

הק' המבקש בתחנונים,
טהור עיניים

לכאורה מיינט איר דעם באוויסטן ראזוואדאווער מה ידידות, וואס מ'האט עס געזינגן ל"ג בעומר אויף בר יוחאי
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

ער האט נישט קיין טעות, דער ניגון איז ארגינעל דער דזשיקובער בר יוחאי, נאר מ'האט עס אויך ארויפגעלייגט אויף מה ידידות
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

גאליציאנער האט געשריבן:בס"ד
ווי אן אינזעל אינמיטן די ימי הספירה וואס זענען דאך ימי אבל, קומט צוגיין דער הייליגער טאג ל"ג בעומר. און טוט מונטערען די געמיטער, טרייסטען די נשמות, עס טוט ווי באזאלבען די געפאלענע הערצער פון די יודעלעך וואס זענען טיף איינגעזונקען אין דעם לאנגען גלות, און קלאמערען זיך מיט די לעצטע כוחות אין די תורה הקדושה, און אין די הייליגע אמונה. און אין דעם טאג טוט ארויס לייכטען די לעכטיגקייט, די שטארקע שיין פין די חלק הסוד פין די תורה וואס דער הייליגער תנא האט מגלה געווען. אןן אפילו אין לנו עסק בנסתרות, אבער ווען עס קומט דער טאג, טוט די לעכטיקייט שיינען אויף יעדע יוד ווי ווייט ער איז נישט פארקראכען, 'מה הקב"ה לכל אף ר' שמעון לכל' זיין תורה און הייליגקייט איז נאך ביז היינט מגין אויף אונז, און אויף אונזערע קינדער, תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי.

הייליגער תנא ר' שמעון, ביסט דאך געווען אזוי נאנט צום הייליגען באשעפער, אזוי נאנט צו זיין ליבען נאמען, יעצט ווען עס קומט דיין יומא דהילולא, בעט פאר'ן כסא הכבוד פאר'ן פאלק ישרא-ל קוק ווי ווייט אונז זענען פונעם הייליגען באשעפער, קוק ווי ווייניג אונז שפירן דעם אור ה', קוק ווי ווייט אונז זעמער פון פארשטיין אין די סודות התורה, וואס דו האסט עוסק געווען מיר זענען דאך אזוי פארזינקען אינעם גלות, אזוי ווייט פון אביסל אמת'דיגע יראת שמים אין אהבת השם, קוק ווי יודען מוטשענען זיך פאר א ביסל פרנסה; א ביסל נחת, קוים וואס מען האט צייט צי לערנען א יודיש ווארט.

בעט ביים רחום וחנון ער זאל שוין שיקן דעם מלך המשיח אויסצולייזן זיין געפלאגט פאלק. און אפילו ביז דאן, זיי משפיע בני חיי ומזוני רויחי, און אויך משפיע זיין רוחניות, יודען זאלן זיין נאנט צום באשעפער, און קענען טוהן זיין רצון מיט הרחבת הדעת און מנוחה. עד ביאת גואלינו במהרה בימינו. אמן


שטארקע דיבורים
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

פישל האט געשריבן:ער האט נישט קיין טעות, דער ניגון איז ארגינעל דער דזשיקובער בר יוחאי, נאר מ'האט עס אויך ארויפגעלייגט אויף מה ידידות

נכון. מען זינגט עס אין סטיטשין יעדעס יאר ל''ג בעומר נאכמיטאג ביים טיש, מרן אדמו''ר שליט''א זינגט עס פאר באש קודש מיט גרויס התעוררות און בכיות דקדושה, כדרכו בקודש.
חיים אלכסנדר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

Re: ל"ג בעומר יומא דהילולא דהתנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים אלכסנדר »

וואס גייט זיין דאס יאר?

וועלן עירליינס פארן?
וועט מדנ"י אריין לאזן?
וועט מירון זיין אפן?
טוב ויפה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 15, 2018 7:09 pm

Re: ל"ג בעומר יומא דהילולא דהתנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ויפה »

חיים אלכסנדר האט געשריבן:וואס גייט זיין דאס יאר?

וועלן עירליינס פארן?
וועט מדנ"י אריין לאזן?
וועט מירון זיין אפן?

האבעך היינט געהערט פון איינער וואס האט געזוכט צו באשטעלן א טיקעט פאר אוגוסט און מ'האט איהם מודיע געווען פון פארשידענע עירליינס אז עס גייט נישט זיין קיין שום פלייטס whatsoever‏ ביז september.
מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: ל"ג בעומר יומא דהילולא דהתנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

חיים אלכסנדר האט געשריבן:וואס גייט זיין דאס יאר?

וועלן עירליינס פארן?
וועט מדנ"י אריין לאזן?
וועט מירון זיין אפן?

מען דארף האבען טיקעטס אריינציגיין
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

נאטורליך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2007 1:25 pm
טענק יא גאליציאנער, ווערי אימפרעסיוו.
איך בין נאך נישט דארט געווען ל"ג בעומר אבער איך בין געווען דעם פארגאנגענעם חל המועד סוכות. איך קען אייך גארנישט זאגען די הרגשים זייענדיג במקום קדוש. איך האב זיך אראפגעזעצט לערנען מיט מיין אינגעלע אביסעל מאמרי ר' שמעון עס איז געווען מעין עולם הבא.
א ברעסלאוו זיס אידעל איז אריין געקומען אין אוהל און געמאכט א גרויסען אייערשפייז און געגעסען חוץ לסוכה. פרעג איך אים היתכן. זאגט ער ר' שמעון וויל הערען די ברכה. נו גיי ארויס אין די סוכה, עס אפ און נאכ'ן גיין אין ביה"כ וועסטו צוריק קומען מאכען דא דעם אשר יצר.
און ווען וועט רבי שמעון הערען מיין המוציא?, פרעגט ער מיט א פשטות.
עס איז א עכטע מעשה
און אויב יא מיט וואס איז די איד זיס?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”