הלכות יחוד מיט פליגן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

הלכות יחוד מיט פליגן

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך יולי 04, 2012 2:12 pm

און דאס מאל וויל איך נישט שרייבן קיין גרויסן ארטיקל איך וויל נאר פשוט אן עצה:

היינט צופרי ווען איך בין אריין אין קאר האט מיך ערווארט א סורפרייז: "א פליג" איז געזעצן און מיך רואיגערהייט אויסגעווארט. עסן האט ער ווי עס זעהט אויס געהאט גענוג און נאך, ווי אויך שלאפן האט ער געהאט באקוועם פלאץ און ער האט נישט געהאט אין פלאן צו פארלאזן דאס פלאץ.
ווען נישט וואס איך האב א חוש אין שפירן א קיצל וואלט איך נאך יעצט נישט געוואוסט אז ער\זי איז דארט, און איך וואלט אייך נישט באלעסטיגט מיט קיין פראגן. איז דאך אבער אנדערש געווען, איך האב אים זעהט אויס געשטערט און אויף זיין וועג צו זיין (אומבאקאנטע) דעסטינאציע האט ער זיך אומווילנדיג אנבאגעגענט מיט מיינע ברילן, מיינענדיג ער קען דורכפליען דעם גלאז (גראדע אויסגעוואשן היינט צופרי) איז ער מיט איין אימפעט אריינגעפלויגן און נישט געטראפן דעם וועג ארויס ביז איך האב אים מיט צוויי הענט געדארפט אנווייזן.
מיין שאלה:
וואס טוט מען אין אזא פאל? וויאזוי ווערט מען פטור?
איך האב געעפנט אלע פענסטער'ס און ער האט דוקא הנאה געהאט פונעם געשמאקן לופטל, ער האט אבער אויך געוואלט ענדזשויען מיין קאמפעני...
איך האב אים געוואלט פארשעלטן פון ביידע וועלטן, אבער צו מיר האב איך געקלערט ווער ווייסט וואס פארא גלגול נשמה דאס איז? האב איך בין כך ובין כך אנגעהויבן זאגן ברכות מיט כוונה אז ער זאל האבן זיין תיקון, אבער זעהט אויס איך האב נישט געהעריג אינזין געהאט...

עס ווי ספיעק איז ער נאך לכאורה אויף מיין פראנט סיט אין קאר...

און אז איך בין שוין אויף די סאבדזשעקט וויל איך וויסן פון מיינע קרית יואלע פריינט וויאזוי ווערט מען בכלל פטור פון די פליגן? עס איז דאך ממש א מכה שאינה מצויה (איך מיין מצוי')
ס'האט מיך איינער געפרעגט וויאזוי מען רופט די פליגן אין לשה"ק (זעהט אויס ער האט געוואלט אנפרעגן ביי א חאכאם וויאזוי לויז צו ווערן) האב איך אים געזאגט איך ווייס נישט אבער איך בין זיכער זיי זענען קאזן'ס מיט די צפרדע פון מצרים, ווייל וויפיל מ'שלאגט קומט אלס מער...

העלפטס... רבותי.... כלו כל הקוצין....

ay10950
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 2:58 pm

תגובהדורך ay10950 » מיטוואך יולי 04, 2012 2:24 pm

זאג אים/איר אין אני והיא יכולים לדור בקאר אחד........
שטעל אים/איר אהער 2 אפציעס, אדער די אין די קאר און ער/זי אינדרויסן אדער ער/זי אין די קאר אין די וועסט ווארטן אינדרויסן.......
וועסטו זעהן אז איינע פון די 2 וועט זיין.....................................
א באנטש הצלחה

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מיטוואך יולי 04, 2012 2:29 pm

איך מיין זאלסט אויפהענגען א פליגן כאפער אין קאר.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך יולי 04, 2012 2:31 pm

שוין געקלערט פון א פליגן כאפער, איך האב נאר מורא איך וועל בלייבן הענגען ביי די פיאות.
און איך האב א חקירה ווי זאל איך עס לייגן? איז נישט ענדערש א סקרין אויף די פענסטער?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יולי 04, 2012 2:35 pm

אפשר לאזטו רואיג א רגע???

דער קנאקט שטיקער ס'גיסט זיך זאלץ און פעפער, שמאלץ מיט ... הערינג!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שהחיינו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 04, 2011 12:21 am

תגובהדורך שהחיינו » מיטוואך יולי 04, 2012 2:43 pm

פון מיין - צוזאמען מיט מיין באבענס - עקספיריענס איז דאס ערגסטע זיך צו שלאגן מיט זיי. זיי זענען טעראריסטן פון ערשטן קלאס!
מ'קען זיך נאר דורכשמועסן מיט זיי נישט מיט צוברענגן קיין משפחה און פריינט, און נישט זשומען צו הויעך.
גוגל טאלק: cholantusa@gmail.com

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך יולי 04, 2012 2:44 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אפשר לאזטו רואיג א רגע???

דער קנאקט שטיקער ס'גיסט זיך זאלץ און פעפער, שמאלץ מיט ... הערינג!!

איך בין ח"ו נישט דא אייך צושטערן פון דעם שינת צהרים. פרובירט נישט אריינצוקוקן אויף די וועלט מער ווי איין מאל א טאג און עס וועט אייך לייכטער ווערן אויפן הארצן.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך יולי 04, 2012 2:44 pm

דער קעפל זאגט אסאך... די פליגן איז א מכת מדינה דערוויייל דארטהי.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יולי 04, 2012 2:50 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אפשר לאזטו רואיג א רגע???

דער קנאקט שטיקער ס'גיסט זיך זאלץ און פעפער, שמאלץ מיט ... הערינג!!

איך בין ח"ו נישט דא אייך צושטערן פון דעם שינת צהרים. פרובירט נישט אריינצוקוקן אויף די וועלט מער ווי איין מאל א טאג און עס וועט אייך לייכטער ווערן אויפן הארצן.

איר זענט אויפן קאפ געפאלען, איר שטערט מיך? דאס איז דאך נאר געווען אויף צו צימישען דעם שטן!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מיטוואך יולי 04, 2012 3:14 pm

א פליגער כאפער, איז נישט א שאלה פון צעב"ח? אבער איך האב דאך אויך צער...

נו וועמענס איז וויכטיגער?

כ'האב אלס דעם דילעמע...

צדיקים הער איך האבן נישט אזוי ליב געהאט די קלעבעדיגע כאפער'ס...
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך יולי 04, 2012 3:26 pm

הלכות יחוד? נישט אין די קאנטרי!

ווער עס האט זיך שוין אמאל געטראפן מיט איין איינעם איינציגן פליג אין א שטוב, זאל אויפהייבן די הענט.


און צו דיר זאלץוואסער: זאלץ אהער זאלץ אהין, ביסט מלא צוקער.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10269
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מיטוואך יולי 04, 2012 3:41 pm

דאס איז זאלץ פון נאכען תיקון.

אפשר קענסטו טרעפען אן עצה אינעם אשכול "עצות אויפן טאג-טעגליכען לעבן".
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
אויסגעשפיצט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 11, 2012 6:01 pm

תגובהדורך אויסגעשפיצט » מיטוואך יולי 04, 2012 4:52 pm

גענוג א שאד
ווען דער פלוג קומט ווען מיט איין טאג בעפאר
וואלט כאטש נישט געווען קיין יוחוד
סוואלט אויך געווען דער יוד פונעם היטש קיין סקווער
אפשר קען גאר איין עצה העלפן פאר ביידע וצ"ע

ענד עגען אגרויסערשקויעך פארן אויפוועקן טעגליך די מוחות דא

מים מלוחים ידלם ניק תבונה...

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך יולי 04, 2012 5:09 pm

שכוח ציקער וואסער, קיין עצה וויאזוי זיי צו פארטרייבען האב איך נישט,

איך וועל דיר אבער געבן א עצה וואס דו זאלסט נישט טיען, איך האב אמאל געהאט די פראבלעם {מן הסתם איז עס געווען די זעלבע פלוג מיט וואס די האסט נעכטען געהאט די פראבלעם} איך האב געעפענט אלע פענסטערס אז די פלוג זאל ארויס פליען, גלייך איז מיין קאפעל אויסגעפלויגען מיט איין אימפעט אזאש אז עס פליט נאך יעצט, איך בין געבליבען מיטען פלוג אין די קאר אן א קאפעל,
אז איינער טרעפט א קאפעל אויפן BQE זאל ער וויסען אז עס איז מיינס,

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2699
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך יולי 04, 2012 5:22 pm

משזר האט געשריבן:איך מיין זאלסט אויפהענגען א פליגן כאפער אין קאר.

אויב אויפהענגען..אפשר שוין א בילד פון ר' ישעי'לע ? איינער האט געזאגט דא אז ס'באשיצט אים פון אומבטעמ'טע היטש כאפערס

שוטה
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך יולי 04, 2012 11:00 pm

קרעדיט: קאווע שטיבל.
צוגעלייגטע
12.jpg
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

תגובהדורך גליון » דאנארשטאג יולי 05, 2012 11:23 am

ay10950 האט געשריבן:זאג אים/איר אין אני והיא יכולים לדור בקאר אחד........
שטעל אים/איר אהער 2 אפציעס, אדער די אין די קאר און ער/זי אינדרויסן אדער ער/זי אין די קאר אין די וועסט ווארטן אינדרויסן.......
וועסטו זעהן אז איינע פון די 2 וועט זיין.....................................
א באנטש הצלחה

איך האב געמיינט אז די גייסט זאגן "אדער איך אין קאר און די אינדרויסן אדער די אינדרויסן און איך אין קאר"
Impossible is just an opinion

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג יולי 05, 2012 1:49 pm

דאס איז נאך גארנישט לגבי ווען איך האב מיך געטראפען עין בעין מיט א גרויסע, נישט קליינטשיקע, נאר די גרעבערע וואסער באגס,
צו אלע מיינע צרות איז ער נאך אויך געפלויגען,
אוי בין ארום ארום געלאפען דעם טיש מיט א שפריצער...
ענדליך ענדליך מיט א זעץ פון א שוך האב איך אפגעאטומט (גוט געספעלט...?)

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג יולי 05, 2012 2:20 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:דאס איז נאך גארנישט לגבי ווען איך האב מיך געטראפען עין בעין מיט א גרויסע, נישט קליינטשיקע, נאר די גרעבערע וואסער באגס,
צו אלע מיינע צרות איז ער נאך אויך געפלויגען,
אוי בין ארום ארום געלאפען דעם טיש מיט א שפריצער...
ענדליך ענדליך מיט א זעץ פון א שוך האב איך אפגעאטומט (גוט געספעלט...?)


די האסט א טיש אין קאר?

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג יולי 05, 2012 2:32 pm

די קרייסלער מיני ווענס {טאון קאנטרי } האבן א טיש און די בעק צוויישן ביידע סיטס

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10269
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג יולי 05, 2012 2:58 pm

און וואס וואלט איהר געטוהן ווען איהר טרעפט זיך ד' ירחם מיט א שלאנג אין קאר.

עס האט שוין פאסירט אז אינמיטען דרייווען האט דער פיהר-מאן געשפירט א קיצעל,
און עס איז געוועהן פשוט א גיפטיגער שלאנג, אויף קיין איד נישט געזאגט געווארען.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2699
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:25 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:דאס איז נאך גארנישט לגבי ווען איך האב מיך געטראפען עין בעין מיט א גרויסע, נישט קליינטשיקע, נאר די גרעבערע וואסער באגס,
צו אלע מיינע צרות איז ער נאך אויך געפלויגען,
אוי בין ארום ארום געלאפען דעם טיש מיט א שפריצער...
ענדליך ענדליך מיט א זעץ פון א שוך האב איך אפגעאטומט (גוט געספעלט...?)

איך דערמאן מיך פון מיין ברודערל ווען ער טרעפט א קאקעראטש גרויס אדער קליין וועט ער אפיר נעמען אלע מיני ספרעיס וואס ער וועט טרעפן און וואש ראם און באשפריצן נישט כאפענדיג אז א שיך איז אן עצה ס'דאך סאך מער פאן אזוי
א שטייגער איך האב אמאל געגעסן ביי מיינס א שוואגער די סעודה שבת וואס ער איז אביסל א פרייליכער און שטארק א פרימער מיט ווייניג שכל וואס ווער ס'ווייסט איז זייער אינטערסאנט צו מיטהאלטן דעם הלוך יילך פון אזא איינעם
הקיצור אינמיטן די סעודה האט זיך דאס קליינער זיינעם באדאסט אין דיינינגרום נישט מער און נישט ווייניגער קומט ער צופליען מיט א טעפל וואסער און גיסט ארויף דערויף מיט אן אימפעט און זינגט זיך אזוי אונטער "ס'שטייט אז מ'דארף גיסן א רביעית וואסער".....
די הלכה שטייט אין שו"ע אויב מ'איז אויף א פלאץ און מ'דארף דאווענען און ס'איז נישט ריין גיסט מען א רביעית וואסער אבער פארשטייט זיך אז אויב איז דא אן אפשען פון דאס אויפווישן איז מען ערלויבט אויפציווישן
לענינינו איז פארשטייט זיך געבליבן די גאנצע מהפיכה פאר די חשוב'ע רבצין תחי'

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » זונטאג יולי 08, 2012 12:55 am

די מיינסט צו זאגן אז פליגן הרג'ט ער אויך מיט א טעפל וואסער?
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » זונטאג יולי 08, 2012 4:18 pm

איך מאך מיט טאג טעגליך מיט די פליגן, זיי וועקן מיך אויף יעדן טאג, אבער דאס גייט צו מורא'דיג סיסטעמאטיש, מיינע קינדער וועקן מיך אויך אויף, און ס'נישט אזוי געפערליך. ווען זיי וועקן אויף איז עס "טאטי געמעך א לעבען" אדער טאטי עפן די טוי קלאזעט"
די פליגן נעמען אינגאנצן אן אנדערן מהלך, קודם קומען זיי געבן א קליינעם קיצל, ניטאמאל וועקט מען זיך אויף, מ'חלום'ט אז מ'איז ערגעץ כ'ווייסנישט וואו און איינער קיצלט דיר דעם שטערן און דו קענסט גארנישט טוען, דו טרייסט עס צו סטאפן אבער ס'גייט נישט.
סטעפ 2 הייבסטו אן צו רילייזן אז ס'שוין גארנישט קיין חלום נאר ס'איז א פליג, מ'גיבט איהם א שטויס אוועק מיט די הענט און מ'שלאפט ווייטער, דאן קומט ער נאכאמאל און מדעקט זיך צו אונטערן דאכענע ביז אבער דעם קאפ, דאן איז ווען מ'ווערט געוואר אז ס'נישט דא קיין לופט אונטערן דאכענע און מ'מוז בלית ברירה עפענען א קליינטשיק לעכעלע פארנט פונעם פנים גענוג פלאץ נאר אז די לופט זאל קענען אריינקומען אבער ס'זאל נישט זיין גענוג גרויס פארן פליג אריינצוקומען, און וואס מיינסטע? נעוואדע טרעפט ער דאס לעכל.
און אזוי ווערט מען מער און מער אויף און מיט דעם וואקסט דער כעס, און ווען מ'איז שוין אינגאנצן אויף לויפט מען ארום ווי א לונאטיק האקן אויף די ווענט מייטן קישן - פאפוטש (קראקס ארבייט נישט) - האנטוך - און מכל הבא ליד, און משרייט אויף יעדן וואס שטייט אין דיין וועג.

וואס איך וויל צוקומען מיט מיין גאנצע דרשה איז, אז איך אריינגעברענגט אינעם קריג א גאר טויטליכער וואפן, וואס האט געטוישט די גאנצער אויסזעהן פונעם קריג, און ס'הויבט שוין אן אויסצוקוקן ווי די אילאירטע וועלן באקומען דעם אויבערהאנט. איך האב פאריגע געקויפט אויף עמעזאן א עלעקטראנישער פליג כאפער, וואס ווען ער רירט אן דעם פליג באקומט ער א עלעקטריק שאק, און ער פאלט אנידער א טויטער, און וואס זאל איך אייך זאגן, זיי פאלן ווי די פליגן!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2699
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג יולי 08, 2012 4:23 pm

my_music האט געשריבן:איך האב פאריגע געקויפט אויף עמעזאן א עלעקטראנישער פליג כאפער, וואס ווען ער רירט אן דעם פליג באקומט ער א עלעקטריק שאק, און ער פאלט אנידער א טויטער, און וואס זאל איך אייך זאגן, זיי פאלן ווי די פליגן!

וואס איז די אויפטוה מער פון א פלעינע פליגן כאפער? אפשר אז ער דארף נישט לאנדן בעפאר די ארלעדיגסט אים? נוצט דאס אסאך באטאריע? מה יקר?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט