ווען וועלט וואלט געווען וועלט...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

ווען וועלט וואלט געווען וועלט...

תגובהדורך זאלץוואסער » דינסטאג יולי 03, 2012 12:03 pm

עס איז א באקאנטע פראזע: ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט . . . .

איך האב שוין לאנג אריינגעקלערט אין דעם און געקומען צו די פאלגענדע החלטות.

וועלט איז וועלט, און עס איז שוין אזוי פאר א לאנגע צייט. נאך פון די צייטן פון אדם און חוה, און עס זעהט נישט אויס ווי עס טוישט זיך עני טיים סאאן. וואס נאר יא איז אז "ווען מענטש וואלט געווען מענטש" וואלטן זאכן אנדערש געווען.

און אזוי קלערנדיג גיי איך אריין אביסל טיפער אין די נושא, און אדרבה העלפט מיר.

ווען מענטש וואלט געווען מענטש... וואלט איך מיך אנגעטוהן וואס איז מיר באקוועם און נישט אנגעטון וואס פאר מיין חבר איז באקוועם.
ווען מענטש וואלט געווען מענטש... וואלט איך זיך געשאקלט ביי ברכות התורה ווען עס כאפט מיר א התלהבות און נישט זיך איינגעהאלטן ווייל וואס וועט מיין חבר זאגן
ווען מענטש וואלט געווען מענטש... וואלט איך נאכן קלאפן סלח לנו ביי שמו"ע מנחה שבת זיך נישט געקראצט א האלבע שעה צו פארדעקן די בושה.
ווען מענטש וואלט געווען מענטש... וואלט איך געזאגט פאר מיין חבר אז ער האט א ברעקל אויפן בארד גלייך ווען איך באמערק עס און נישט געווארט ווילאנג יעדער זעהט
ווען מענטש וואלט געווען מענטש... וואלט איך נישט געהאלטן פונקט אינמיטן קר"ש ווען מ'גייט נאך געלט און איך האלט נישט ביים געבן
ווען מענטש וואלט געווען מענטש... וואלט איך נישט געשמייכלט ווען מיין קאווע גיסט זיך אויס אויף מיר, נאר זיך גערעגט ברבים.
ווען מענטש וואלט געווען מענטש... וואלט איך נישט גערעדט אויף א ליידיגן טעלעפאון ווען איך וויל מיך נישט אפשטעלן דארפן פעיסן מיינס א בעל חוב (בעל חוב פון גמרא)
ווען מענטש וואלט געווען מענטש... וואלט איך נישט באקומען פונקט א ביפ ווען מיין ווייב רעדט שוין צו סאך, איך וואלט איר קלאר געשטעלט אז ס'איז דא א לימיט.
ווען מענטש וואלט געווען מענטש... וואלט איך די ערשטע וואך נאך די חתונה זיך קעגן געשטעלט דאס ארויסטראגן די גארבידזש (עה... נישט זיכער)
ווען מענטש וואלט געווען מענטש... (ועוד)
אדרבה זאגט איר: איז דען נישטא אויף טריט און שריט אזוינע שרייענדיגע ווייטאגן וואס מיר קענען אלע עוואוידן.
נאר וואס דען?
מענטש איז נישט מענטש! דערפאר לעבן מיר אינגאנצן פאר יענעם, און אינטערסאנט איז אז יענער לעבט פאר מיר! און נאך אינטערסאנטער איז אז אינז ביידע ווייס מיר דאס צוגלייך, און קיינער מיינט נישט אז ווען ער קראצט דעם רוקן אויף א פאול אין ביהמ"ד מיינט יעדער אז ער טוט יעצט סיגופים. קיינער מיינט נישט אז ווען איך לאך ווען די קאווע גיסט זיך אויס איז עס ווייל איך בין אויסטערליש פרייליך. וכו'

און נאך אינטערסאנטער איז: איך ווייס אז קיינער מיינט נישט אז איך מיין און פונדעסטוועגן דאך טוה איך עס נאך אלס....

ענד די ליסט גאוס אן.

האטס מיר א גוטן פרייליכן טאג.

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דינסטאג יולי 03, 2012 12:05 pm

אה! שיעור פארגעסן! ווען מענטש וואלט געווען מענטש... וואלט מיין ניק נישט געווען זאלץוואסער נאר ........ (מיין נאמען פון די אכט טאג אלט)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג יולי 03, 2012 12:08 pm

ווען וועלט וואלט געווען אאפס, ווען קרעמער וואלט געווען... בריך מתייך לשלם!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג יולי 03, 2012 12:14 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:ווען מענטש וואלט געווען מענטש... וואלט איך זיך געשאקלט ביי ברכות התורה ווען עס כאפט מיר א התלהבות און נישט זיך איינגעהאלטן ווייל וואס וועט מיין חבר זאגן

און איך זאג, ווען.............וואלט איך זיך דייקא געשאקלט ווען עס כאפט מיר טאקע א התלהבות און נישט ווען איך האלט אינמיטן חלומ'ן פון עפעס ביים דאווענען און איך וויל נישט דער גאנצער עולם זאל מיטהאלטן דעם סאבזשעקט

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דינסטאג יולי 03, 2012 12:49 pm

זאלץ וואסער, אייזן גוט,
ווען מענטש וואלט געווען מענטש וואלט מען געדארפט שרייבן אן עקסטער יישר כח פאר יעדע פון די 'ווען מענטש...', נאר וואס דען, שוין.
עמער זיך דערווייל באגענוגן מיט איין גרויסן יישר כח פאר אלע.

אוועטאר
pianist
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:07 pm
לאקאציע: ביים פיאנע

תגובהדורך pianist » דינסטאג יולי 03, 2012 12:54 pm

נאך א מזל אז מענטשן זענען נישט מענטשען...
די גארביטש וואלט זיך געלטערט ביי די ווינקלן
פון דאס הויז...וכו' וכו'

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דינסטאג יולי 03, 2012 1:08 pm

ווען זאלץ וואסער וואלט געווען זאלץ וואסער.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דינסטאג יולי 03, 2012 1:09 pm

נאר אזוי, שמייס אריין אין אונז אביסל זאלץ וואסער, אפשר וועלן מיר ווערן נארמאלע מענטשן...

דו שרייבסט דאך אזוי ריכטיג, און אזוי זיס און זאלציג ביינאזאם, אז איך שעם מיך פשוט פאר מיר אליינס...

איך ווייס אז איך טו אלעס פאר דיר (און דו ווייסט עס אויך) און דו ווייסט אז דו טוסט אלעס פאר מיר (און איך ווייס עס אויך), און עכ"ז טוט מען ווייטער די זעלבע, עולם כמנהגו נוהג....

אנה נוליך את חרפתינו....
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג יולי 03, 2012 1:22 pm

ווען מענטש וואלט געוועהן מענטש וואלטן מיר נישט באקומען אזא זיסען ארטיקל.

ישר כח זאלץוואסער, מעכטיג.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג יולי 03, 2012 1:45 pm

ווען מענטש וואלט געווען מענטש וואלט אוממענטש געווען אוממענטש און אויסמענטש אויסמענטש, וואלט דאך נישט געווען קיין געהעריגע מענטשן אויף די וועלט, וואלט וועלט נישט געווען וועלט, וואלט צוריק מענטש נישט געווען מענטש, וואלט וועלט געווען אויסוועלט, און....

א רגע, וואס איז מיט אייוועלט?

הקיצור, דערמאנסט מיר אז אמאל פלעגט דו סלאגאן פון קרעטשמע זיין "ס'שוין דא אזא אשכול" עד שבא געלעגער וחבריו וכו' וואטעווער.

איז, האסטו מיר דערמאנט פון די אשכול, סענדלט מיר אביסל. דיר נישט? נאו פראבלעם, כ'האב א בעסערע זכרון פון דיר.

כ'האב נאר פשוט פארגעסן צו באגריסן און באשלומעלייכעמען אונזער נייע שטערן הרב זאלצוואסער.

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » דינסטאג יולי 03, 2012 1:56 pm

ברוך הבא ר' זאלץ, פון די ערשטע פאר ווערטער וואס האסט ארויסגערעדט האב איך מיך שוין באסמאקעוועט די פינגער, קיפ איט אפ, העמער ווארטן מיט שפאנונג אויף די קומענדיגע...

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דינסטאג יולי 03, 2012 2:02 pm

ישר כח. איך בין ניי דא איך האב נאך נישט געזעהן די אשכול. אבער עס איז גוט. עכ"פ איך האף עס איז נישט בארינג אז איך האב געשריבן נאכאמאל די נושא.

אוועטאר
אויסגעשפיצט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 11, 2012 6:01 pm

תגובהדורך אויסגעשפיצט » דינסטאג יולי 03, 2012 2:30 pm

ztk
זאלץוואסער האט געשריבן:ישר כח. איך בין ניי דא איך האב נאך נישט געזעהן די אשכול. אבער עס איז גוט. עכ"פ איך האף עס איז נישט בארינג אז איך האב געשריבן נאכאמאל די נושא.


ניין קלאר אז נישט סנישט בארינג

שטעלטס ענק פאר סקומט אריין יענקל אין שול און הערט זיך צו וויזוי משמועסט פון די נייעס וואס האט פאסירט רופט זיך יענקל אן אה פון דעם רעדט עטץ כאשוין לאנג גערעדט דערפון
נא און וואסי אז די האסט שוין לאנג גערעדט וועגן דעם טאר מען מער נישט רעדן סאיז עפעס דא א קאפירייט דו האסט געכאפט די נושא
אפשר האט שוין דיין זיידע גרעדט אמאל פון די נושא?? (אה די ביסט דאך א יורש...)

מכאן הכרוז יוצא פאר די נייע אנשי שלומינו מקען זיין א מעמבער אפילו מהאט נישט דורכגעליינט די אלטע אשכולות (אוודאי איז כדאי זיך צוציקוקן צו די טעם זקנים וואס האבן אויסגעטראטן דעם וועג פארשטייטצעך)

און פאר דיר געזאלצענע וואסער : איז נאר געבליבן צו וואונטשן ירבו כמותך בביצת עולם אזוי ארום וועט אייועלט זיין אייוועלט....

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג יולי 03, 2012 2:35 pm

אויסגעשפוצט....נחמתנו

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » דינסטאג יולי 03, 2012 3:48 pm

שקר החן והבל היופי, דער עולם מאכט זיך אזוי נייס דא, נאר ווייל מען וויל געפעלן פאר זאלץ וואסער,
נאופס איך על מיר נישט שרעקן איך על זאגן די אמת,
ואל יבוש מפני המלעיגים, ביי מיר איז מענטש מענטש

אתה ידעת את כל התלאה, יעדע וואס שרייבט שוין אביסל לנגער דא אין קרעטשמע ווייסט, וואס מען מאכט אלץ מיט פאר'ן בטעות עפענען א אשכול וואס עס איז שוין דא

אוועטאר
שהחיינו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 04, 2011 12:21 am

תגובהדורך שהחיינו » דינסטאג יולי 03, 2012 4:26 pm

בום! קראך!
גוגל טאלק: cholantusa@gmail.com

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דינסטאג יולי 03, 2012 4:31 pm

שעמען זאיעס: נישט אזוי שטרענג!!!

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג יולי 03, 2012 5:27 pm

ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט געלט געווען געלט (וואוו אזויפיל ואו'ס אין איין שורה)

ווען מאן-יימר וואלט געווען א מענטש וואלט ער זיך שוין לאנג באדאנקט פאר זאלץ וואסער פארן אויסגיסן זיין קאנע טינט אויף אונזער וועלטעל

ביסט איינס און א גוטס
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג יולי 03, 2012 5:32 pm

זאלצי, איך ווייס נישט צו די דערהערסט וואס יעדער זאגט דא וועל איך עס איבערזאגן, די ביזט צוקער זיס!!! האלט אן ווייטער.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג יולי 03, 2012 5:41 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:זאלצי, איך ווייס נישט צו די דערהערסט וואס יעדער זאגט דא וועל איך עס איבערזאגן, די ביזט צוקער זיס!!! האלט אן ווייטער.



נאוואדא איז ער ציקער זיס, ער ריפט זיך נאר זאלץוואסער סזאל נישט שאטן קיין גיט אויג
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מיטוואך יולי 04, 2012 5:47 am

ווען מענטש וואלט געוועהן מענטש וואלט זאלץ וואס ער געווען זיס....
עפען אן אשכול ווען מענטש וואלט געווען מענטש......

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך יולי 04, 2012 9:11 am

מיט א שמועס מיט איינער וואס פארשטייט אסאך נושאים און געביטען, האט דער יעניגער מיר מסביר געוועהן אז דאס אויסדריק גייט נישט ארויף אויף די איינוואוינער פון די וועלט, לאמיר זיי רופען מענטשען,
ווען וועלט איז געוועהן וועלט - מיינט דאס דער אייס עידזש, פאר דער מבול נאך דער מבול, וכו' וכו' עד ימינו אלה דער עפאכע פון גלאבעל אנווארמינגען, אין דאס פארדרייט דער גלייכגעוויכט פון דער מענטשהייט, אלס א ביישפיל זאגט ער מיר אז וואס נענטער צו דער נארט פאול זענען די טבע פון די מענטשען מער פריינטליכע אין דאון טו עירטע.

אל-רייט זאל זיין אזוי - ער טענה'ט ס'האט צו טוהן מיט דער פייכקייט פון דער ערד, אויף וואס מיר טרעטן.

איך האב זיך נישט געקען מתוכח זיין מיט איהם, כ'האב מודה געוועהן צו אלעם וואס ער זאגט מיר.

ווען וועלט...

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך יולי 04, 2012 9:49 am

אין קורצן: עס איז קלאר אז די אטמאספערע האט א השפעה אויף די מענטשהייט, אבער די אלע זאכן וואס די האסט דערמאנט ווי דער דור מבול און גלאבעל ווארמינג (אויב מיר גלייבן דערין... איך נישט!) האט צו טון מיט מענטשן ווייטער. דער מענטש האט געברענגט מיט זיינע חטאים דעם מבול, און דער מענטש ברענגט יעדע שינוי אין די וועלט (פארשטייט זיך אז אלעס פירט זיך פון אויבן. באט יו געט מיי פאוינט)

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » זונטאג יולי 08, 2012 6:10 pm

דער זאלץ וואסער איז דאך ביטער

וואס וועט דא זיין?

ער הייבט אן צו דערמאנען ווען וועלט וואלט געווען וועלט...
דאס אברענגט דאך אריין אין דעפרעסיע, ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט מיר אונז געווען פרייליך א גאנצע צייט, און נישט אזוי אנגעזעצט

עניוועי א ייש"כ פאר דיינע מעסטער פיסעס
סיז גוט
קיפ אן
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג יולי 13, 2012 12:57 pm

מורא'דיג שיין
האלט אן
כשמ"ו כן הוא


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט