ברוך שהחיינו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 12:30 pm
איך קען זאגן מיט א פיל מויל "ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה" געלויבט איז די האר פון די וועלט פארן מיר געבן די עהרע און זכי' צו קענען העלפן און שטיין צו די האנט פאר די הנהלה מיט אלעס וואס עס ברויכט זיך אז די סייט זאל ווייטער בליען און וואקסן.
ס'קומט מיר אן שווער צו רעדן, אזא זכי' מאכט זיך נישט יעדן טאג. און איך בעט דעם בורא כל העולמים אז ער זאל מיך באגלייטן מיט אלעמען הן צו קענען צופרידן שטעלן יעדעם אז דאס פלאץ זאל זיין און בלייבן וויאזוי ס'איז יעצט און פון די אנדערע זייט נישט ווייטאן קיינעם אויב דארף מען יא אמאל עפעס מעקן. אלזא, בעפאר איך פאנג אן וויל איך איבערבעטן יעדן אז אויב ווערט מען אמאל געטראפן אדער מען שפירט אז איך באהאנדל נישט עפעס ריכטיג זאל מען זיך ביטע פארבינדען מיט מיר אויף אימעיל און איך האף יעדן צופרידן צו שטעלן אויפן בעסטן אופן.
יעצט אפאר קלייניגקייטן וואס איך וויל בעטן; קודם כל, ווי לאנג די פעיפעל סיסטעם ארבעט נישט דא איז די איינציגסטע וועג וויאזוי מען קען באצאלן פאר א שרייבער איז דורך אים זאגן יישר כח. דערווייל וועלן עס די שרייבער'ס קענען איינקעשן ביי די קאנטין דא. דעריבער בעט איך יעדעם ווען איר ליינט א באריכט צו א נייעס'ל וואס איר גלייכט פארגעסט נישט צו באצאלן פארן שרייבער מיט א יישר כח, מיט יעדע יישר כח פארן שרייבער מאכט איר אז די שרייבער זאל באקומען מוט צו שרייבן ווייטער און דאס איז חוץ די מתן בצידו וואס זיינע פוינטס גייען ארויף און איין טאג וועט ער עס קענען איינקעשן ביי די באנק (וואס לאכסטו 'לכתחילה אריבער'?)
נאך א זאך, אזוי ווי אסאך אידן דא האבן ארויף געלייגט לעצטענס שטארקע פילטערס וואס עלויבט זיי נישט צו גיין ווייטער ווי אייוועלט.קאם איז נישט מער ווי יושר אז ווען מען זעט א נייעס ערגעץ וואו זאל מען עס שרייבן דא ווייל אסאך אידן נעמען זייערע נייעס נאר פון דא און אויב וועט מען עס שרייבן דא וועט מען אפהאלטן אידן פון קריכן ערגעץ אנדערש. און צוגאב צו דעם וויל איך בעטן אז מען זאל נישט סתם שרייבן צוויי ווערטער און דערנאך לייגן א לינק צו די זייטל וואו די נייעס ווערט באריכטעט ווייל אסאך אידן קענען נישט דארט אנקומען. ביטע נעמט דאס צום באטראכט און שרייבט אראפ די נייעס דא אנשטאט שיקן מענטשען אהין.
אויב קענט איר נישט שרייבן קיין לאנגע זאכן קענט איר עס שרייבן בקיצור אבער עפעס מער ווי א פשוט'ע לינק.
איך מיין אז אלע אנדערע זאכן זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן און עס פעלט נישט אויס קיינע הוספת.
לאמיר האפן צו טון דאס ריכטיגע און וחפץ ה' בידינו יצליח. אמן
נ.ב. און די קומענדיגע פאר טעג וועלן מיר טעסטן אלע נייע פיטשערס אויב טרעפט איר זיך אויסגעשפארט,פארמעקטע הודעות,פארשפארטע אשכולות,צוזאם געשטעלטע שמועסן,וכו. זייט נישט באזארגט, ס'איז נאר א דרילל...חחח