בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 3:44 pm
דורך פעדער
מזל טוב געלעגער. ערשטקלאסיג איז די פאסיגסטע ווארט פאר דעם ערהאבענעם שריט וואס די הנהלה האט אנגענומען צו די יעצטיגע צייט אויסציוועלן געלעגער אלס אונזערער אחראי דא אויפן הייליגן וועלטעל. נו האב איך ענק נישט געזאגט אז די וועלט איז נאכנישט אונטערגעגאנגען .
און צו דיר געלעגער ווואנטש איך הצלחה און ערפאלג, זאלסט קענען מיטן אויברשטנס הילף טוהן דיין ארבעט פארן כלל און שטיין צוהילף פאר אחינו בני ישראל בכל מקומות שהם זיי זאלן האבן א כשר ארט ווי זיך אויסצוטשאכענען.
פון דיינע שטארקע חסידים
פעדער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 4:32 pm
דורך למעלה משבעים
מזל טוב געלעגער! זאל עס זיין מיט אסאך הצלחה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 5:04 pm
דורך יגעתי ומצאתי
ששש, די צוויי מחותנים וואונטשן זיך...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 5:44 pm
דורך לכתחילה אריבער
געלעגער האט געשריבן: און דאס איז חוץ די מתן בצידו וואס זיינע פוינטס גייען ארויף און איין טאג וועט ער עס קענען איינקעשן ביי די באנק (וואס לאכסטו 'לכתחילה אריבער'?)

נ.ב. און די קומענדיגע פאר טעג וועלן מיר טעסטן אלע נייע פיטשערס אויב טרעפט איר זיך אויסגעשפארט,פארמעקטע הודעות,פארשפארטע אשכולות,צוזאם געשטעלטע שמועסן,וכו. זייט נישט באזארגט, ס'איז נאר א דרילל...חחח

פארוואס איך לאך? קודם פשוט, יעדע פון דיינע תגבות כמעט קאסט א לאך! "קעיס ענד פוינט" די תגובה!

אבער באמת פארוואס איך לאך, איז ווייל די ווייסט נישט אז מ'קען אמת'דיג יא אייינקעשען! נאר מ'האט דיר נאכנישט אויסגעזאגט וויאזוי, ווארט נאך א פאר טעג, וועסטו אויסגעפינען דעם סוד!

איי פון ווי ווייס איך יא די סוד? דאס אליינס איז א סוד!! און דאס וועסטו אויך אויסגעפינען!

און געלעגער, יעצט "קענסטו" לאכן!!

עניוועי, קאנגרעדיולעשאנס, און פון ווען כ'האב מיך דא אריינגעריקט היינט, יעדעס מאל איך זעה דיין נאמען גרין, האב איך וואס מען רופט אין אמעריקע א "ווארם פאזי פילינג אינסייד" (warm fuzzy feeling inside)!! כ'האב שטארק הנאה אז מען האט געמאכט דעם ריכטיגען אויסוואל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 5:46 pm
דורך ולא מיין
גא''מ בברכה לכבוד האחרים והמנהל החדש, השי''ת יתן לכם חיל ועוז להגדיל תורה ולהאדירה.

יא למעלה משבעים, דו ווייסע האר דיינע איז שוין אלט אפאר יאר, ע''ש העתיד, סופו להיות נשיא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 9:11 pm
דורך מר. פאטאשאפ
Geleger2.jpg

Curious&L'Maleh.jpg

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 9:15 pm
דורך יוראפ
אויף אויפציוועקן פאטא'ן פונעם ווינטער שלאף האט זיך עס זיכער געלוינט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 9:48 pm
דורך DotCom
מזל טוב געלעגער! מזל טוב למעלה!

איך האב שוין אסאך הנאה געהאט פון ביידע, איך פריי מיר מיט מיט ענקער שמחה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 10:50 pm
דורך שמו
מעידזשער נייעס אין אייוועלט
viewtopic.php?f=3&t=17713
אולי געבראכן די תקנות, פון נישט ברענגען נאר א לינק,
איך האף מ'וועט מיר מוחל זיין :lol:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 11:44 pm
דורך געלעגער
א יישר כח פאר די ווארימע אויפנאמע. באמת וואלט איך געדארפט יעדעם עקסטער ציטירן און באדאנקן פערזענליך, אבער איר ווייסט דאך, אלס אחראי ווערט מען אויסטערליש פארנומען אזש ס'בלייבט נישט קיין צייט צו אטעמען. וועל איך זיך מוזן באגעניגן מיט א אלגעמיינע כלליות'דיגע דאנק. איך האף צו קענען ארויס העלפן מיט וואס עס פעלט אויס און פון די אנדערע זייט נישט פארמינערן קיין איין תגובה וואס איך וואלט געשריבן אמאל.

יעצט א ווארט צו 'מידער' זז"ג. האסט גוט געפרעגט וועגן מעקן צו איך וועל שיקן באישית. און דו באציסט'ך צו אן אלטע 'צענזור' אשכול. און די תירוץ איז "אי'ה וועל איך פראבירן יעדן צו לאזן וויסן!" אבער יעצט נייג צו אן אויער לאמיך דיר זאגן א שטיקל סוד. איך האב שוין די טולס פון מעקן פאר איבער א וואך. מ'האט עס מיר געגעבן פשוט זיך צו באקענען מיט די סיסטעם. און הער גוט "ס'איז נישטא וואס צו מעקן!!"
דער עולם שרייבט נארמאל, צו דיך זאך, לויט די תקנות. מ'מעקט כמעט נישט! יא, אמאל רוקט מען אן אשכול אהער אהין. מ'צוטיילט, מ'שטעלט צוזאם. אבער מעקן ב"ה פעלט נישט אויס.
ב"ה ס'איז דא א גאנצע סייט וואו אלע געמעקטע תגובות ליגן און ס'איז כמעט נישטא קיין ארבעט.

אבער נאכאמאל, מאכט זיך אז מ'וועט אמאל דארפן מעקן וועל איך אי"ה פראבירן איינצומעלדן פארן באטראפענעם וואס און פארוואס. אבער געדענק, איך בין נאר פון פלייש און ביין, איך קען פארגעסן אדער ווערן פארנומען. איז אויב זעהט מען געמעקט קען מען אייביג אנפרעגן און איך וועל פראבירן צו ענטפערן. לאמיר האפן אז מיר זאלן טון די ריכטיגע שריט און חלילה קיינעם נישט ווייטון.

נאכאמאל א גרויסן יש"כ יעדעם באזונדער פאר די ווארימע ווערטער.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 29, 2012 5:11 am
דורך msp
הרב געלעגער!
מה נאמר ומה נדבר
אשריך שזכית לכך!
מזל טוב און א סאך הצלחה!
ידידך המוקירך ומכבדך
מנחם שלום

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 29, 2012 10:42 am
דורך משה קארנפעלד
או מען! וואס דא קומט נאר נישט פאר!

דער געלעגער האט זיך מיר גענומען די ריט אינעם האנט ער האט זיך קאלירט דאס געזיכט און טראץ דעם שלאפט ער ווייטער ווי א קליין קינד אין בעטל.

איך בין געהעריג שפראכלאז דער עולם כאפט ניטאמאל וואס דא האט פאסירט.

מען האט געשטעלט דעם לץ איבערן שיסל ביז עטליכע טעג וועט מען אנפאנגן זעען די רעזולטאטן דערפון. אשכולת וועלן ווערן צוזאמנגעשטעלט אויף א מאדנעם אופן, תגובות וועלן געריקט ווערן מדרום למערב וממזרח לצפון סעט זיך טון א דור הפלגה.

דאס שטעלן געלעגער'ן איז א מעידזשער מאוו נישט פארהאן קיין בעסערע אויסוואל, א ניק מיט אזא סוקסעס ראטע און פאזיטיווע אינדעקס ווי ער האט האבן ווייניג, זאל עס זיין מיט מזל און הצלחה.

מזל טוב! לחיים!

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 29, 2012 11:06 am
דורך שטארק זיך
לחיים משה... העי געלעגער קומט; איך לויף אוועק... ביי!

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 01, 2012 10:02 am
דורך מכטי1
מזל טוב געלעגער אסאך הצלחה איך בין זיכער אז אונז אלע וועלען זייער הנאה האבען פון דיר....און לאמיר האפען דו פון אונז.
ון לגבי די באשכועחען מ'האט שוין אמאל גערעדט דא אז אמאל פולט עס סתם אהן די בלאט, אפשר וואלט א לייק קנעפעל געווען א גוטע זאך.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 01, 2012 12:02 pm
דורך מחותן
מזל טוב קרעטשמע.. פאר'ען באקימען אזא געלונגענער הנהלה קאלעגע, מזל טוב קערטשמע שרייבער.. פאר'ען האבן אזא געלונגענעם אחראי, מזל טוב געלעגער פאר די פזאציע, עס די בעסטע אויסוואל וואס מען האט נאר געקענט מאכען,

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 12:52 pm
דורך זייער נייגעריג
מזל טוב געלעגער!
מזל טוב למעלה! (געלעגער כ'בארג דיין אשכול פאר אים אויך)

איבער דעם וואס דו דערמאנסט,
געלעגער האט געשריבן:יעצט א ווארט צו 'מידער' זז"ג. האסט גוט געפרעגט וועגן מעקן צו איך וועל שיקן באישית. און דו באציסט'ך צו אן אלטע 'צענזור' אשכול. און די תירוץ איז "אי'ה וועל איך פראבירן יעדן צו לאזן וויסן!" אבער יעצט נייג צו אן אויער לאמיך דיר זאגן א שטיקל סוד. איך האב שוין די טולס פון מעקן פאר איבער א וואך. מ'האט עס מיר געגעבן פשוט זיך צו באקענען מיט די סיסטעם. און הער גוט "ס'איז נישטא וואס צו מעקן!!"
דער עולם שרייבט נארמאל, צו דיך זאך, לויט די תקנות. מ'מעקט כמעט נישט! יא, אמאל רוקט מען אן אשכול אהער אהין. מ'צוטיילט, מ'שטעלט צוזאם. אבער מעקן ב"ה פעלט נישט אויס.
ב"ה ס'איז דא א גאנצע סייט וואו אלע געמעקטע תגובות ליגן און ס'איז כמעט נישטא קיין ארבעט.

אבער נאכאמאל, מאכט זיך אז מ'וועט אמאל דארפן מעקן וועל איך אי"ה פראבירן איינצומעלדן פארן באטראפענעם וואס און פארוואס. אבער געדענק, איך בין נאר פון פלייש און ביין, איך קען פארגעסן אדער ווערן פארנומען. איז אויב זעהט מען געמעקט קען מען אייביג אנפרעגן און איך וועל פראבירן צו ענטפערן. לאמיר האפן אז מיר זאלן טון די ריכטיגע שריט און חלילה קיינעם נישט ווייטון.


כ'שטעל מיך אויך צו דערצו און אויב איינער פילט אז מ'האט אים עפעס געטיהן א אומרעכט זאל זיך נישט שעמען און אנפרעגן סיי וועם פון די הנהלה, אויב מ'פילט אז מ'האט אים בטעות ב'עוול'ט. א מענטש איז נאר א מענטש און ס'קען זיך אלץ מאכן.

און יעצט א ווארט צו מיינע נייע קאלעגעס (מ'זאל זיך יא אינטערהערן)

אויבנאויף קוקט אפשר נישט אויס ווי די אחראים/מנהלים זענען ביזי מעקן אדער בכלל פארנומען מיט עפעס,
- אבער יעצט ביים באקומען צוטריט צו די מנהלים אפיסעס קען איך עס נאכמער פעסשטעלן - להווי ידוע קיינער ווייסט נישט וויפיל צייט אין טאג מ'איז ביזי פריוואט צו העלפן יעדעם באזינדער, די וואס האבן געהאט סיי וואספארא אישו קענען צושטימען דערצו, (די אחראים קענען זעהן מיט וואס די גאנצע אפיס איז פיל, אלע דאקומענטן ווייזן דאס..)
מ'נעמט נישט אויף קיין פרישע הילף צו העלפן מעקן, אונז האלט מיר נישט אז די חבירים זענען אזוי אומוויסענד. מ'האט אויפגענומען פרישע הילף פשוט ארויסצוהעלפן אויב איינער האט א פראבלעם אדער האלט אז מ'דארף עפעס טוישן פארריכטן, זעמיר אונז די שלוחים,

פארשטייצעך אז אינזער זייטעל האט תקנות צו האלטן ריין פון מחלוקת לשה״ר צו ניבול פה, און אמאל פאלט אריין א נייע ניק וואס איז נישט באקאנט דערמיט אדער דארף מען אמאל א דערמאנונג ביי א אנגעהיצטע נושא , און וויבאלד אינז זעמיר די שלוחים אויף די איבריגע זאכן פאלט דאס אויך אויף אונז, אבער צו האלטן דעם סייט אויף א ערליכן פארנעם איז עס די אחריות פון יעדע ניק און איינער מעג אויפמערקן דעם צווייטן אין אישית, אדער דריקן דעם דווח קנעפל, נישט מ'זאל אנהייבן פארפירן און אזוי מער אנצינדן די געמיטער.

און צום עולם:ביטע געדענקט די אחראים זענען שרייבערס און ליינערס פונקט ווי יעדעם, (און זענען אויך פארנומען על המחיה..) זיי האבן נאר מסכים געווען ארויסצוהעלפן מיטן אנהאלטן א סייט וואס איז פון די געציילטע אדער אפילו די איינציגסטע כשר'ע פלעצער אויפן געוועב, ווען איינער וויל זיך אויסליפטערן אויף א תורה'דיגן וועג.

(פאר די וואס פרעגן אן וועגן די קאליר טויש, ס'איז נאר א מיטל א פרעמדער זאל וויסן צו וועם זיך צו ווענדן ווען ער האט עפעס צו פרעגן אדער סיי וואספארא שוועריגקייט)

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:13 pm
דורך פליגל
זייער נייגעריג האט געשריבן:...אדער דריקן דעם דווח קנעפל,...

די וואס ניצן סאב-סילווער ווייסן נישט וואס די קנעפל איז.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 8:56 pm
דורך מומחה עצום
למעלה משבעים האט געשריבן:מזל טוב געלעגער! זאל עס זיין מיט אסאך הצלחה.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 04, 2012 3:08 pm
דורך נאר נייעס
מזל טוב מזל טוב
זאל עס זיין מיט די רעכטע פיס

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 04, 2012 3:23 pm
דורך שנאפס
נישט פארגעסן מיטצונעמען די לינקע אויך

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 04, 2012 4:30 pm
דורך שמן למאור
עס פרייט זיך אלע גלידער מיטן שמחה עצומה אז מיר האבן זוכה געווען צום מעמד הכתרה רבתי מיטן באקרוינען אונזער אלעמען אומבאקאנטער געלגער יר"ה, פאר אחראי החדשות דפה. יהא הכתרתו הירוק לכתר הילומים על ראשו, לאוישי"ט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2012 8:33 am
דורך שמעלקא טויב
געלעגער מיין אלטע פריינט, וואס איז מיט דיר געשעהן? האסט זיך געלאזט פון זיי? אזוי זעהט מען אויס ווען כ'בין שוין אזוי לאנג נישט דאהי!

הקיצור, זאלסט האבן א געוואלד מיט הצלחה און ברכה עד עולם אמן!

ידידיך מעבר,

שמעלקא טויביש

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 5:43 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
מז"ט פאר אלע